א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

א מאדנע שאלה דאס, הא? כ'מיין, דאס איז דאך די מיליאן דאלער פראגע וואס פלאגט שוין אידישע קינדער פאר טויזנטער יארן, "וויאזוי מאכט מען דאס קינד פאלגן?", אין אידישע שטיבער לייגט מען אריין טויזנטער שעות זיך צו ספראווענען מיט דעם פראבלעם און אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי מ'מאכט די קינדער פאלגן וואס מ'הייסט. איז איך קום נישט מחדש זיין גארנישט, איך מיין נישט צו פרעגן עפעס טיפער אדער עפעס ספעציעל, איך זוך טאקע א ענטפער אויף אט די פשוט'ע פראגע, וואס טוט מען ווען א קינד פאלגט נישט?

די פראבלעם איז אוודאי נישט געבינדן בלויז צו קליינע קינדער, דאס נעמט אריין קינדער אין יעדן עלטער, אבער ווי פארשטענדליך איז יעדע סטעידזש א אנדערע מעשה אינגאנצן, און די פאסיגע מהלך אויף גרויסע קינדער איז טאטאל אנדערש ווי די מהלך וואס וועט ארבעטן אויף קליינע קינדער, איז די סיבה פארוואס מיין פראגע באציט זיך צו קליינע קינדער איז גאנץ איינפאך, נעמליך, דאס איז מיר נוגע אויף למעשה. בעיקר רעד איך פון א פיר יעריג קינד וואס פאלגט נישט, פשוטו כמשמעו, דאס קינד וועט כסדר טון פארקערט ווי מ'הייסט, און מיט א ספעציעלע הנאה און געשמאק, געווענליך מיט א שמייכל אויף די לעפצן.

איך בין א פשוט'ער יונגערמאן, נישט קיין מבין, מומחה, אדער עקספערט. איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין קלאסן אדער קורסן, זיך קיינמאל נישט געלערנט עפעס א ספעציעלע מהלך אין חינוך, און כמעט קיינמאל נישט געליינט קיין חינוך ארטיקלען אין די אויסגאבעס. איך פרוביר פשוט צו מקיים זיין דעם חנוך לנער על פי דרכו לויט מיין איינפאכן פארשטאנד, דאס איז אבוויעסלי נישט גרינג און קאסט אסאך כוחות, אבער מ'פרובירט וואס מ'קען, ווי ערווענט בין איך נישט קיין ספעציאליסט און כ'בין נישט באקאנט מיט די פארשידענע וואונדערליכע מעטאדן וואס זענען פארהאן, איך פרוביר פשוט צו מחנך זיין די קינדערלעך לויט וויאזוי איך פארשטיי, לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס אויפן מינוט אז ס'וועט זיין א תועלת. אמאל איז עס א צוקערל, אמאל א מתנה'לע, און אמאל א פעטשל. צומאל ארבעט עס, און מער מאל ארבעט עס נישט.

איך פארשטיי אז יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך און ס'איז שווער צו געבן אנווייזונגען אויף א ספעציפישן פאל אן זיין באקאנט מיט דאס קינד, דאך אבער איז זיכער דא געוויסע נקודות וואס קענען ארבעטן און טוען פאקטיש ארבעטן פאר רוב דורכשניטליכע קינדער, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, אבער ס'איז זיכער דא אויסגעפרואווטע מהלכים וועלכע העלפן אויף למעשה.

איז ווי דערמאנט רעד איך דא פון א פיר יעריג קינד, וואס קען אסאך מאל זיין וואויל און פאלגזאם אבער וועט זייער אסאך מאל דירעקט נישט פאלגן און מיט א ספעציעלע הנאה דערביי. וואס מיר האבן שוין פרובירט העלפט א מכה, גוטן אדער בייזן, פעטש אדער נאש, פראגראמען אדער שטראפן, צומאל העלפט עס פאר איין טאג און צומאל דאס אויך נישט. מיר האבן שוין פרובירט פארשידענע וועגן און מהלכים, אבער כמעט גארנישט העלפט נישט. דעריבער האב איך באשלאסן דא אפצושרייבן מיין פראבלעם און בעטן הילף פונעם ציבור, אפשר וועל איך דא טרעפן דעם פאסיגן מהלך. און דערפאר בעט איך, סיי ווער עס ווייסט פון א ווירקזאמע מהלך וואס קען העלפן אויף קליינע קינדער וואס האלטן נישט ביים פאלגן בשום אופן זאל עס ביטע דא מיטטיילן אז איך און אנדערע זאלן אויך קענען נהנה זיין דערפון, ולמצוה גדולה יחשב.

א גרויסן יישר כח פון פאראויס פאר אייער הילף.
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
גם כי אלך
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

איך פארשטיי זייער גיט דיין פראבלעם וואס איך קען דיר מוצאה זיין איז די וועכענטליכע חנוך ארטיקלען אין דער איד וואס רעט נאך פין דיצפלין איז געווען פאר מיר שטארק העלפאל

צי באקימען די קינטרס קען מען שיקן א אימעל [email protected]
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

גם אני מצטרף.

ער ברענגט ארויס קודם צו פארשטיין מוראדיג קלאר פארוואס דאס קינד דארף פאלגן, פארוואס ער פאלגט נישט, און דאן די מיטלען וואס צו טוען.

ב״ה ביי מיר ארבעט עס וואונדערליך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7733
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, "בערל"
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

לערן דיך די סקילס צי דיספלינען.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

קודם נעם דיר אריין אין קאפ אז די קינד מוז בכלל נישט פאלגן,

אין אז ער מען מוז נישט קען ער שוין.

יעדע מאל וואס ער פאלגט יא איז א בענעפיט.

אין עס געשעט גארנישט אויב מפאלגט נישט.
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען

זאגסט אליין אז די האסט זיך קיינמאל נישט געלערנט ווי אזוי צו מחנך סא וויאזוי ווילסטו קענען אזאך וואס די האסט דיר נישט געלערנט

קיינער ווערט נישט געבוירן וויסנדיג סוקסעספולע מענטשן זענען די וואס לערנען זיך אסאך פון אנדערע

גיי יא צו שיעורים אדער צו גוטע אידן וואס קענען גוט חינוך
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

גם כי אלך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 9:48 am
איך פארשטיי זייער גיט דיין פראבלעם וואס איך קען דיר מוצאה זיין איז די וועכענטליכע חנוך ארטיקלען אין דער איד וואס רעט נאך פין דיצפלין איז געווען פאר מיר שטארק העלפאל

צי באקימען די קינטרס קען מען שיקן א אימעל [email protected]
א גרויסן יישר כח!

די קונטרס קאסט געלט?
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:03 am
קודם נעם דיר אריין אין קאפ אז די קינד מוז בכלל נישט פאלגן,

אין אז ער מען מוז נישט קען ער שוין.

יעדע מאל וואס ער פאלגט יא איז א בענעפיט.

אין עס געשעט גארנישט אויב מפאלגט נישט.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, פארוואס עפעס מוז א קינד נישט פאלגן?
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

יסודו מעפר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:11 am

וואס איך ברענג ארויס אז עס איז נארמאל אז קינדער פאלגן נישט עס געשעט גארנישט אויב א קינד פאלגט נישט.

אנשטאט מאכן די קינד פילן ווי ער מוז פאלגן מאך אים ווילן אליין פאלגן.

דעס געשעהט איינמאל די קינד כאפט אז ער מוז נישט פאלגן נאר ער טוט זיך אליין אפ ווען ער פאלגט נישט.

אין איינמאל די קינד כאפט אז ער מוז נישט פאלגן קען ער שוין אטעמאטיש יא פאלגן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7733
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הערט׳ס הרב בועז בדיחי'ס משל בנוגע א קינד װאס פאלגט נישט, ער ניצט די משל פון א סאדע מאשין װאס די קען װערט סטאק ביים ארױסקימען

https://www.yiddish24.com/interviews/38/85952
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:15 am
יסודו מעפר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:11 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:03 am
קודם נעם דיר אריין אין קאפ אז די קינד מוז בכלל נישט פאלגן,

אין אז ער מען מוז נישט קען ער שוין.

יעדע מאל וואס ער פאלגט יא איז א בענעפיט.

אין עס געשעט גארנישט אויב מפאלגט נישט.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, פארוואס עפעס מוז א קינד נישט פאלגן?
וואס איך ברענג ארויס אז עס איז נארמאל אז קינדער פאלגן נישט עס געשעט גארנישט אויב א קינד פאלגט נישט.

אנשטאט מאכן די קינד פילן ווי ער מוז פאלגן מאך אים ווילן אליין פאלגן.

דעס געשעהט איינמאל די קינד כאפט אז ער מוז נישט פאלגן נאר ער טוט זיך אליין אפ ווען ער פאלגט נישט.

אין איינמאל די קינד כאפט אז ער מוז נישט פאלגן קען ער שוין אטעמאטיש יא פאלגן
אקעי, יעצט רעדסטו שוין אביסל קלארער.

איז ווי געשמועסט רעד איך נישט פון דא און דארט נישט פאלגן, דאס איז נארמאל, איך רעד פון כסדר נישט פאלגן, און נאך לאכן פון די עלטערן אין פנים בשעת מעשה.

די אלע עצות אז כ'זאל לאזן דאס קינד אליין כאפן, איך האלט שוין נאכדעם... גארנישט העלפט נישט, אלעס איז א געלעכטער און פארטיג.

דאס איז דאך וואס איך וויל, מאכן דאס קינד זאל וועלן פאלגן, אבער דערווייל האב איך נישט מצליח געווען, און פארדעם בין איך דא.
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

יסודו מעפר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:22 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:15 am
יסודו מעפר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:11 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:03 am
קודם נעם דיר אריין אין קאפ אז די קינד מוז בכלל נישט פאלגן,

אין אז ער מען מוז נישט קען ער שוין.

יעדע מאל וואס ער פאלגט יא איז א בענעפיט.

אין עס געשעט גארנישט אויב מפאלגט נישט.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, פארוואס עפעס מוז א קינד נישט פאלגן?
וואס איך ברענג ארויס אז עס איז נארמאל אז קינדער פאלגן נישט עס געשעט גארנישט אויב א קינד פאלגט נישט.

אנשטאט מאכן די קינד פילן ווי ער מוז פאלגן מאך אים ווילן אליין פאלגן.

דעס געשעהט איינמאל די קינד כאפט אז ער מוז נישט פאלגן נאר ער טוט זיך אליין אפ ווען ער פאלגט נישט.

אין איינמאל די קינד כאפט אז ער מוז נישט פאלגן קען ער שוין אטעמאטיש יא פאלגן
אקעי, יעצט רעדסטו שוין אביסל קלארער.

איז ווי געשמועסט רעד איך נישט פון דא און דארט נישט פאלגן, דאס איז נארמאל, איך רעד פון כסדר נישט פאלגן, און נאך לאכן פון די עלטערן אין פנים בשעת מעשה.

די אלע עצות אז כ'זאל לאזן דאס קינד אליין כאפן, איך האלט שוין נאכדעם... גארנישט העלפט נישט, אלעס איז א געלעכטער און פארטיג.

דאס איז דאך וואס איך וויל, מאכן דאס קינד זאל וועלן פאלגן, אבער דערווייל האב איך נישט מצליח געווען, און פארדעם בין איך דא.
טאקע א פראבלעם עס איז זייער גוט אז זאלסט גיין צו א פארפעשענאל

איך האב בעיקר גערעד בכלליות נישט פון דיר בפרטוית
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

פערזענליכע הילף פון א מומחה איז שטארק רעקאמענדירט.
אויב ביסטו 'אין' פאר ליינען מאטריאל;
אין לשה"ק/ענגליש: אל תחטאו בילד / spare the child (די זעלבע זאך - 2 שפראכן). זייער יסודות'דיג און גאנץ טיף.
אידיש: ספר חנוך לנער (פון א 'מעלות' ארטיקלען-סעריע). ערליך, פארצייטיש און גאנץ פראקטיש.
ענגליש: ?Are Your hands Full פראקטיש ביז גאר, ממש סטעפ-ביי-סטעפ, ארבעט וואונדערליך אבער גאנץ היינטיג.
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

ביני לבין עצמי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:53 am

וואו קען באקומען דעם ספר חנוך לנער?
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

יסודו מעפר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 11:39 am
ביני לבין עצמי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:53 am
פערזענליכע הילף פון א מומחה איז שטארק רעקאמענדירט.
אויב ביסטו 'אין' פאר ליינען מאטריאל;
אין לשה"ק/ענגליש: אל תחטאו בילד / spare the child (די זעלבע זאך - 2 שפראכן). זייער יסודות'דיג און גאנץ טיף.
אידיש: ספר חנוך לנער (פון א 'מעלות' ארטיקלען-סעריע). ערליך, פארצייטיש און גאנץ פראקטיש.
ענגליש: ?Are Your hands Full פראקטיש ביז גאר, ממש סטעפ-ביי-סטעפ, ארבעט וואונדערליך אבער גאנץ היינטיג.
א גרויסן יישר כח!

וואו קען באקומען דעם ספר חנוך לנער?
אנליין טרעף איך נאר 'אויספארקויפט'. אפשר פרעג דיין לאקאלע היימישע ספרים סטאר דערוועגן.
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איינע פין די מערסט באקאנטע דיסעפלין ביכער וואס אסאך מלמדים און עלטערן ניצן

איז די באקאנטע סעריע פין 1-2-3 Magic Book by Thomas W. Phelan ער האט ביכער פאר עלטערן און באזינדער פאר מלמדים (teacher's) עוועליבעל אויף amazon וכדו'

ס'איז פלעין טעקניקס ס'האט גארנישט דיירעקט קיין השקפה/גויעשקייט

שטייציך אזא ביך איז דיסעפלין פאר געווענליכע קינדער, ס'קען זיין אנדערע פראבלעמען ביי קינדער וואס איז גורם ביהעוויער פראבלעמען וואס דארף ראט פין א פראפעשענעל (ווי למשל autism, אדער odd. ואין כן מקומו להאריך) ווי אויכעט איז דא מענטשן וואס ביי זיי ארבייט בעסער צי גיין צי א דיסעפלין קלאס ווי איידער ליינען א ביך ס'דא אנדערע וואס דארפן א parenting coach וואס זאל זיי באגלייטן ס'איז באמת דא נאך אסאך צי רעדן, איך מיין אבער כ'האב געניג געשריבן כאטש אן התחלה פאר יעצט.
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

וואס הייסט וואס מ'טוט אז ער פאלגט נישט,
מ'דערלאנגט אים צוויי פעטש, און ער פאלגט ווי א טאטעלע...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

נישט פראגראמען נישט שטראפן נישט פעטש אא"ו איז די וועג.

די חז"ל געבן דעם וועג. יצר תינוק ואשה תהא שמאל דוחה וימין מקרבת.

די ריכטיגע וועגן פון דיסציפלין איז דורכן וועלעדיעטן זיינע/אירע רצונות, און פון די אנדערע זייט זיין שטארק און זיכער און פאדערן דיינס מיט די גאנצע שטארקייט און זיכערקייט פון א בעל הבית.

געב אים/איר ספעיס צו האבן זיין רצון, אנערקען זיין/איר געפיל. און נישט ווייל דו ווילסט יעצט פון דעיס קינד אזוי איז עס יעצט אז ער טאר נישט וועלן/פילן דעיס וואס ער פילט, סיי א רצון חיובי - ווען ער וויל איין זאך און דו ווילסט עפעס אנדערש, און סיי א רצון שלילי - ווען דו זאגסט אים עפעס און ער וויל נישט, אלעמאל וועלעדיעטן זיין רצון: אמת דו ווילסט אזוי און אזוי?! אמת דו האסט נישט ליב דעיס און דעיס?! טאקע - איך האב אויך ליב אזוי צו טון, טאקע - ס'איז זייער שווער אזוי צו טון, ווען איך בין געווען א יונגל פלעג איך אויך נישט ליב האבן, און אפילו יעצט אלץ טאטע קען איך אויך אסאך מאל נישט ליב האבן.

און נאכדעם: אבער, אפילו דו האסט נישט ליב, און אפילו דו ווילסט יעצט אזוי, אבער יעצט זאגט טאטי אזוי, און דו מוזט אזוי טון, נאו טשויס. איך ווייס אז דו האסט יעצט נאך געוואלט שפילן אין גאס און ס'איז יאאאמי צו שפילן אין גאס, אבער יעצט דארפסטו טון וואס טאטי זאגט און דו מוזט אהיימקומען, אא"ו.

טו עס מיט ווארעמקייט מיט פעשאן, מיט קאנעקשאן און נאכגעלאזקייט. און פון די אנדערע זייט - מיט זיכערקייט און שטארקייט. ווייס אז דו ביסט דו בעל הבית און ער מוז דיך פאלגן. ער מוז.

זאלסט מצליח זיין און וועסט מצליח זיין.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום פרייטאג יוני 30, 2023 12:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אני-הק' האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:18 am
וואס הייסט וואס מ'טוט אז ער פאלגט נישט.

מ'דערלאנגט אים צוויי פעטש, און ער פאלגט ווי א טאטעלע...
ביסט ערענסט?

איך קען דיך אויך געבן צוויי פעטש ווען דו טוסט עפעס ראנג? איך בין זיכער אז דו גייסט מיך פאלגן נאכדעם, איך האב שטערקערע מאסעלס ווי דיר...
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

גראז האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:53 am
אני-הק' האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:18 am
וואס הייסט וואס מ'טוט אז ער פאלגט נישט.

מ'דערלאנגט אים צוויי פעטש, און ער פאלגט ווי א טאטעלע...
ביסט ערענסט?

איך קען דיך אויך געבן צוויי פעטש ווען דו טוסט עפעס ראנג? איך בין זיכער אז דו גייסט מיך פאלגן נאכדעם, איך האב שטערקערע מאסעלס ווי דיר...
ערשטנ'ס, איך רעד נישט פון שטערקערע מאסעל'ס, און רעד פון צוויי שמאל דוחה פעטש וואס קומט אבער פון אהבה. (און אגב, אזוי ווי איך בין דאך הק'... ממילא אויב ביסטו מיין טאטע, דאן קענסטו טאקע...)
צווייטנ'ס, האסט פארזעהן די דריי פינטלעך נאך מיין תגובה...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

קוק דיך אום.
עס זענען דא טאטעס וואס דו קינדער פאלגן איינס צוויי אן קולות אן זיך צופיל איינבעטן.
וואס טוען זיי?
וויאזוי גייען זיי צו צו די זאך?

זיי געבן פארן קינד ספעיס?
זיי ווייסן ביי זיך אז "איך בין דער טאטע! איך האב געזאגט, און אזוי וועטט אי"ה זיין" ?
זיי דערלאגען צוויי פעטש ווען מ'פאלגט נישט?
זיי זענען ביזי אם מאכן "וועלן" פאלגן ?
זייער קינד ווייסט אז ער מוז נישט פאלגן?
אדער גאר ווייסט ער אז ער מוז יא פאלגן?

קוק דיך אום, פרעג זיך נאך, און נאכדעם וועסטו שוין האבן א שטיקל בליק אויף וועלכע מהלך דו ווילסט שטרעבן.
אנצוקומען צו יענע מעלך וועט נעמען צייט און לימוד.

הצלחה רבה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

גראז האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:51 am
נישט פראגראמען נישט שטראפן נישט פעטש אא"ו איז די וועג.

די חז"ל געבן דעם וועג. יצר תינוק ואשה תהא שמאל דוחה וימין מקרבת.

די ריכטיגע וועגן פון דיסציפלין איז דורכן וועלעדיעטן זיינע/אירע רצונות, און פון די אנדערע זייט זיין שטארק און זיכער און פאדערן דיינס מיט די גאנצע שטארקייט און זיכערקייט פון א בעל הבית.

געב אים/איר ספעיס צו האבן זיין רצון, אנערקען זיין/איר געפיל. און נישט ווייל דו ווילסט יעצט פון דעיס קינד אזוי איז עס יעצט אז ער טאר נישט וועלן/פילן דעיס וואס ער פילט, סיי א רצון חיובי - ווען ער וויל איין זאך און דו ווילסט עפעס אנדערש, און סיי א רצון שלילי - ווען דו זאגסט אים עפעס און ער וויל נישט, אלעמאל וועלעדיעטן זיין רצון: אמת דו ווילסט אזוי און אזוי?! אמת דו האסט נישט ליב דעיס און דעיס?! טאקע - איך האב אויך ליב אזוי צו טון, טאקע - ס'איז זייער שווער אזוי צו טון, ווען איך בין געווען א יונגל פלעג איך אויך נישט ליב האבן, און אפילו יעצט אלץ טאטע קען איך אויך אסאך מאל נישט ליב האבן.

און נאכדעם: אבער, אפילו דו האסט נישט ליב, און אפילו דו ווילסט יעצט אזוי, אבער יעצט זאגט טאטי אזוי, און דו מוזט אזוי טון, נאו טשויס. איך ווייס אז דו האסט יעצט נאך געוואלט שפילן אין גאס און ס'איז יאאאמי צו שפילן אין גאס, אבער יעצט דארפסטו טון וואס טאטי זאגט און דו מוזט אהיימקומען, אא"ו.

טו עס מיט ווארעמקייט מיט פעשאן, מיט קאנעקשאן און נאכגעלאזקייט. און פון די אנדערע זייט - מיט זיכערקייט און שטארקייט. ווייס אז דו ביסט דו בעל הבית און ער מוז דיך פאלגן. ער מוז.

זאלסט מצליח זיין און וועסט מצליח זיין.
גאר שטארקע דיבורים! הערליך צוזאמגענומען און ארויסגעברענגט אין עטליכע קורצע פאראגראפן.

באמת א גרויסן יישר כח!
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

יסודו מעפר האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 10:22 am
גראז האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:51 am
נישט פראגראמען נישט שטראפן נישט פעטש אא"ו איז די וועג.

די חז"ל געבן דעם וועג. יצר תינוק ואשה תהא שמאל דוחה וימין מקרבת.

די ריכטיגע וועגן פון דיסציפלין איז דורכן וועלעדיעטן זיינע/אירע רצונות, און פון די אנדערע זייט זיין שטארק און זיכער און פאדערן דיינס מיט די גאנצע שטארקייט און זיכערקייט פון א בעל הבית.

געב אים/איר ספעיס צו האבן זיין רצון, אנערקען זיין/איר געפיל. און נישט ווייל דו ווילסט יעצט פון דעיס קינד אזוי איז עס יעצט אז ער טאר נישט וועלן/פילן דעיס וואס ער פילט, סיי א רצון חיובי - ווען ער וויל איין זאך און דו ווילסט עפעס אנדערש, און סיי א רצון שלילי - ווען דו זאגסט אים עפעס און ער וויל נישט, אלעמאל וועלעדיעטן זיין רצון: אמת דו ווילסט אזוי און אזוי?! אמת דו האסט נישט ליב דעיס און דעיס?! טאקע - איך האב אויך ליב אזוי צו טון, טאקע - ס'איז זייער שווער אזוי צו טון, ווען איך בין געווען א יונגל פלעג איך אויך נישט ליב האבן, און אפילו יעצט אלץ טאטע קען איך אויך אסאך מאל נישט ליב האבן.

און נאכדעם: אבער, אפילו דו האסט נישט ליב, און אפילו דו ווילסט יעצט אזוי, אבער יעצט זאגט טאטי אזוי, און דו מוזט אזוי טון, נאו טשויס. איך ווייס אז דו האסט יעצט נאך געוואלט שפילן אין גאס און ס'איז יאאאמי צו שפילן אין גאס, אבער יעצט דארפסטו טון וואס טאטי זאגט און דו מוזט אהיימקומען, אא"ו.

טו עס מיט ווארעמקייט מיט פעשאן, מיט קאנעקשאן און נאכגעלאזקייט. און פון די אנדערע זייט - מיט זיכערקייט און שטארקייט. ווייס אז דו ביסט דו בעל הבית און ער מוז דיך פאלגן. ער מוז.

זאלסט מצליח זיין און וועסט מצליח זיין.
גאר שטארקע דיבורים! הערליך צוזאמגענומען און ארויסגעברענגט אין עטליכע קורצע פאראגראפן.

באמת א גרויסן יישר כח!
ישר!

און פארגעסן צוצולייגן איין קליינע אבער וויכטיגע פונקט. נאכדעם וואס דו הייסט אים און ס'איז געווען גענוג קלאר און שטארק געהייסן, פשוט דריי דיך ארום און שפאציר אוועק פון דארט, ווייל ווילאנג דו שטייסט דארט און ווארטסט ער זאל טון וואס דו הייסט האסטו מער טשענסעס אז ער זאל דיך דוקא נישט פאלגן ווייל דיין שטיין דארט געט אים די געפיל אז ס'איז א מלחמה דא ווער ס'קען געווינען. זאג אים וואס דו האסט צו זאגן - רואיג קלאר און דייטליך ווי א פאקט, און וואק אוועק פון דארט, אדער אז מ'זיצט ביים טיש נעם אוועק די פאוקוס פון אים, קוק אים נישט נאך צו ער פאלגט צו נישט.

ס'געט אים סיי די פילינג אז דעי זאך וואס טאטי/מאמי האט געזאגט איז א פאקט און ס'גייט נישט שייך זיין זיך צו דינגען דערויף, און סיי ס'געט אים די געפיל פון טראסט אז די טאטע איז טאקע העכער אים מיט א זיכערקייט אבער געט אים די טראסט אז ער ווייסט ווי אזוי צו טון זאכן און מ'דארף נישט שטיין אויף זיין קאפ: נו! טו שוין וואס כהאב געהייסן! ס'געט אים די געפיל אז ער קען זיך אליין באגיין און מ'דארף אים נישט נאכלויפן און פעיגערן ווי פאר איינעם וואס קען נישט אליין און ווייסט נישט אליין ווי אזוי צו טון זאכן.

אמאל קען עס נעמען א מינוט צוויי און אמאל דארף מען נאך צוריקקומען איין מאל: האסט עס נאכנישט געטון?! טו וואס טאטי/מאמי האט געזאגט, און שפאנציר אוועק. צום סוף וועט ער פאלגן ווי א פידל אן דעם וואס דו זאלסט אים דארפן נאכלויפן שלעפן שרייען פארפירן אא"ו.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום פרייטאג יוני 30, 2023 3:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: א קליין קינד פאלגט נישט, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

יסודו מעפר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 9:08 am
א מאדנע שאלה דאס, הא? כ'מיין, דאס איז דאך די מיליאן דאלער פראגע וואס פלאגט שוין אידישע קינדער פאר טויזנטער יארן, "וויאזוי מאכט מען דאס קינד פאלגן?", אין אידישע שטיבער לייגט מען אריין טויזנטער שעות זיך צו ספראווענען מיט דעם פראבלעם און אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי מ'מאכט די קינדער פאלגן וואס מ'הייסט. איז איך קום נישט מחדש זיין גארנישט, איך מיין נישט צו פרעגן עפעס טיפער אדער עפעס ספעציעל, איך זוך טאקע א ענטפער אויף אט די פשוט'ע פראגע, וואס טוט מען ווען א קינד פאלגט נישט?

די פראבלעם איז אוודאי נישט געבינדן בלויז צו קליינע קינדער, דאס נעמט אריין קינדער אין יעדן עלטער, אבער ווי פארשטענדליך איז יעדע סטעידזש א אנדערע מעשה אינגאנצן, און די פאסיגע מהלך אויף גרויסע קינדער איז טאטאל אנדערש ווי די מהלך וואס וועט ארבעטן אויף קליינע קינדער, איז די סיבה פארוואס מיין פראגע באציט זיך צו קליינע קינדער איז גאנץ איינפאך, נעמליך, דאס איז מיר נוגע אויף למעשה. בעיקר רעד איך פון א פיר יעריג קינד וואס פאלגט נישט, פשוטו כמשמעו, דאס קינד וועט כסדר טון פארקערט ווי מ'הייסט, און מיט א ספעציעלע הנאה און געשמאק, געווענליך מיט א שמייכל אויף די לעפצן.

איך בין א פשוט'ער יונגערמאן, נישט קיין מבין, מומחה, אדער עקספערט. איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין קלאסן אדער קורסן, זיך קיינמאל נישט געלערנט עפעס א ספעציעלע מהלך אין חינוך, און כמעט קיינמאל נישט געליינט קיין חינוך ארטיקלען אין די אויסגאבעס. איך פרוביר פשוט צו מקיים זיין דעם חנוך לנער על פי דרכו לויט מיין איינפאכן פארשטאנד, דאס איז אבוויעסלי נישט גרינג און קאסט אסאך כוחות, אבער מ'פרובירט וואס מ'קען, ווי ערווענט בין איך נישט קיין ספעציאליסט און כ'בין נישט באקאנט מיט די פארשידענע וואונדערליכע מעטאדן וואס זענען פארהאן, איך פרוביר פשוט צו מחנך זיין די קינדערלעך לויט וויאזוי איך פארשטיי, לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס אויפן מינוט אז ס'וועט זיין א תועלת. אמאל איז עס א צוקערל, אמאל א מתנה'לע, און אמאל א פעטשל. צומאל ארבעט עס, און מער מאל ארבעט עס נישט.

איך פארשטיי אז יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך און ס'איז שווער צו געבן אנווייזונגען אויף א ספעציפישן פאל אן זיין באקאנט מיט דאס קינד, דאך אבער איז זיכער דא געוויסע נקודות וואס קענען ארבעטן און טוען פאקטיש ארבעטן פאר רוב דורכשניטליכע קינדער, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, אבער ס'איז זיכער דא אויסגעפרואווטע מהלכים וועלכע העלפן אויף למעשה.

איז ווי דערמאנט רעד איך דא פון א פיר יעריג קינד, וואס קען אסאך מאל זיין וואויל און פאלגזאם אבער וועט זייער אסאך מאל דירעקט נישט פאלגן און מיט א ספעציעלע הנאה דערביי. וואס מיר האבן שוין פרובירט העלפט א מכה, גוטן אדער בייזן, פעטש אדער נאש, פראגראמען אדער שטראפן, צומאל העלפט עס פאר איין טאג און צומאל דאס אויך נישט. מיר האבן שוין פרובירט פארשידענע וועגן און מהלכים, אבער כמעט גארנישט העלפט נישט. דעריבער האב איך באשלאסן דא אפצושרייבן מיין פראבלעם און בעטן הילף פונעם ציבור, אפשר וועל איך דא טרעפן דעם פאסיגן מהלך. און דערפאר בעט איך, סיי ווער עס ווייסט פון א ווירקזאמע מהלך וואס קען העלפן אויף קליינע קינדער וואס האלטן נישט ביים פאלגן בשום אופן זאל עס ביטע דא מיטטיילן אז איך און אנדערע זאלן אויך קענען נהנה זיין דערפון, ולמצוה גדולה יחשב.

א גרויסן יישר כח פון פאראויס פאר אייער הילף.
קודם כל, זעה איך אז די 2023 מארקעטינג טוט זייער דזשאב ערליך , אז דו פילסט א צווייטע קלאס טאטע אז דו גייסט נישט צו קיין קלאסן , קורסן , ביכער ארטיקלען און האסט נישט קיין שיטות און מהלכים אין חינוך , שומו שמיים! (קיינער טוט דאס נישט , ששששש צווישן אונז)

די ענטפער איז לכאורה א שטארקע רוטין און קביעות און גוט צוגרייטן פאר א פארפארענע צייט, טאג וכדומה

כהאב נישט קיין געדולד צו מאריך זיין אין דוגמאות , אין קורצן
די זאכן וואס געשעען יעדן טאג אריינהאמערן אין קאפ ביז סווערט א מציאות-" אין דעיע הויז גייט מען אין בעט ווען סדא א זעקס-דריי- זיראו אויף די זייגער"
ווען סקומט עפעס ארויס פון די געהעריגע סדר געבן א נאוטיס ביפאר -" אין צען מוניט פאקט מען אוועק ", "נאך לאנטש גגייט מען שלאפן"
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”