טעותים אויף וועיז - גוגל מעפס

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

טעותים אויף וועיז - גוגל מעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איך האב נישט געפונען קיין אשכול, עפען איך א נייע. טאמער איז שוין דא אזאנס, ביטע שמעלצן.

א מאדנע מעשה פארציילט מיר איינער ער"ש אין מקוה, זיינס א קינד האט געדארפט ארויסקומען צו אים אויף שבת, האט ער גערופן א "קאר סערוויס", דער דרייווער א רוסישער האט נישט געקענט קיין מלה אחת רעדן, פרעגן, ענטפערן. ער האט געוויזן מ'זאל אים אריינלייגן די אדרעס אין GPS, און ויסעו.
נאך 2 אין א האלב שעה פארן, שטעלט זיך דער דרייווער אפ, און ווייזט אז, הנה, דא איז עס. דאס ווייבעלע קוקט ארויס פון פענסטער, און זעהט נישט דאס פלאץ. נאכן זיך פארבינדען מיטן דיספעטשער, שטעלט זיך ארויס אז זיי געפונען זיך א שעה ווייט פון וואו זיי דארפן אנקומען. נאכן זיך טענה'ן ווער ס'שולדיג אויפן טעות, און זיך פארגלייכן אויפן פרייז, האט מען נאכאמאל אריינגעלייגט די אדרעס, און דאסמאל איז עס געלונגען, מ'איז געפארן און אנגעקומען בשעטומ"צ.
שפעטער האט זיך דאס ווייבל געכאפט, אז זי האט דאס ערשטע מאל אריינגעלייגט מיט איין נומבער צופיהל, ד"ה, זי האט געדארפט אריינלייגן 4339 רוט 55 סוואן לעיק, דערווייל האט זי געשריבן 44339 רוט 55 סוואן לעיק. אויבנאויף איז געווען שווער צו גלייבן אז צוליב אזא טעות זאל מען אנקומען ערגעץ א שעה אוועק פונעם דעסטינאציע, אבער נאכן אויספרובירן אויף גוגל מעפס, האב איך געזעהן אז דער איד איז גערעכט, גוגל שיקט מער אהער:
https://www.google.com/maps/place/State ... ?entry=ttu
וואס איז טאקע בערך א שעה פון 4339 רוט 55 סוואן לעיק.
איך קען נישט פארשטיין פארוואס, דארט איז נישט סוואן לעיק, עס איז נישט רוט 55, און אוודאי נישט 44339 רוט 55 סוואן לעיק, אבער דאס איז די פאקט.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: טעותים אויף וועיז - גוגל מעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

ס'איז יא רט 55 דארט, און פאר סאם ריזען שיקט עס אהין אויב מ'לייגט אריין סתם רט 55. און אז מ'לייגט אריין אן אדרעס נומבער וואס עקזיסטירט נישט איז כאילו מ'האט בכלל נישט אריין געלייגט א נומבער.
געשריבן דורך: נעכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”