מפת מסעי בני ישראל

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מפת מסעי בני ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שבת האב איך איבערגעלערנט די סדרות קומט אויס אביסל אנדערש

מוסרות איז הר ההר (פשטות הכתובים, און כמה מהראשונים)

לפי זה דארף מען דרייען דעם וועג אז זיי זענען נישט געגאנגען גראד אראפ צו ים סוף

1) פון קדש ברנע אריבער די אלע מקומות ביז מסרה, פון דארט צו בני יעקן און אראפ ביז עציון גבר

2) פון עציון גבר צוריק צו קדש

3) פון קדש צוריק אראפ ווייל אדום האט נישט אריבער געלאזט
דאסמאל זענען זיי געפארן דורך בני יעקן (איך האב עס געלייגט אין א ענגל צו קענען מסביר זיין פארוואס זיי זענען נישט געגאנגען לכתחילה צו הר ההר), און פון דארט ארויף צו הר ההר (מוסרה) ווי אהרן הכהן איז ארויף, און דערנאך אראפ ביז יטבתה (שחזרו שמונה? מסעות לאחוריהם)

4) פון יטבתה צוריק ארויף צו הר ההר און פון דארט צו צלמונה


סאיז אביסל שווער יעצט צו שרייבן די ראיות אויף יעדע זאך, אדרבה אויב איינער האט שאלות אויף דעם וועט מען קענען קלארער ווערן, איינמאל סוועט זיין קלאר די בילד וועל איך אי״ה שרייבן אביסל לענגער און מסביר זיין.


איך האב אנגעהויבן מאכן דעם מפה אויף גוגל
https://www.google.com/maps/d/u/1/edit? ... 172666&z=8

אויב איינער קען זיך אויס וויזוי מאברעט דערויף בעסער זאל ביטע צו ווייזן
מסעי בני ישראל copy.jpg
מסעי בני ישראל copy.jpg (239.75 KiB) געזען 1244 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מפת מסעי בני ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאכן לערנען נאכאמאל קומט מיר אויס אזוי.

יוסיפון שרייבט אין קדמוניות היהודים (ד, ד) אז הר ההר איז לפנים נקרא ארקי והיום שמו פטרה. דאס איז דארט ווי מצייכנט היינט אן דעם הר ההר, און ווי אנגעצייכנט אויפן פאריגן מאפע.
די פראבלעם דערמיט איז אז סשטומט נישט מיטן פסוק. נאך מות אהרן שטייט וַיִּסְעוּ מֵהֹר הָהָר דֶּרֶךְ יַם סוּף לִסְבֹב אֶת אֶרֶץ אֱדוֹם. אויב איז הר ההר דארט ווי מצייגט אן היינט זענען זיי שוין געווען נאכן ארום פארן הר שעיר, איז פארוואס האבן זיי נאך געדארף אראפ פארן צום ים סוף לסבוב את ארץ אדום. ביותר אז יוסופון שרייבט אז פטרה איז רקם פון מדין, מיינט דאס אז דארט זענען זיי שוין געווען אין מדין.

דערפאר נראה לי אז סאיז בערך אזוי
מסעי בני ישראל copy 2.jpg
מסעי בני ישראל copy 2.jpg (214.32 KiB) געזען 201 מאל
מסעי בני ישראל copy.jpg
מסעי בני ישראל copy.jpg (238.57 KiB) געזען 201 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: מפת מסעי בני ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אפשר איז דא איינער וואס איז באקאנט מיט'ן ליאזני רבי'ס שיטה בנידון און האט עפעס צו זאגן וועגן דעם?
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”