הערות והארות - חבורת יסודי התורה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ברוכים הבאים
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - לימוד יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

כתובות דף נח עמוד ב'.

די גמרא איז דן שיטת ריש לקיש בטעמא דר"מ אז מוֹתָר איז הקדש. די טעם איז נישט ווייל אדם מקדיש דשלבל"ע, נאר ווייל מתוך שיכות לכופה איז כאילו ער זאגט יקדשו ידיך לעושיהם.

שפעטער ברענגט די גמרא א קלארע ראיה אז ר"מ האלט יא אדם מקדיש דשלבל"ע, ענטפערט די גמ' פון דארט איז טאקע א ראיה אבער נישט פון דא.

בלייבט לכאו' שווער אז אויב ר"מ האלט למעשה אז אדם מקדיש, שטימט שוין נישט די גאנצע ראיה פון ריש לקיש. וואס א חילוק פון וואו מ'זעט אז ער האלט אזוי, אויב ער האלט אזוי איז דאס די טעם אז ס'איז הקדש?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די ארטסקרול ברענגט נישט אונטן די קשיא אדער א ביאור, נאר שרייבט בלויז עי' ריטב"א.

די מתיבתא ברענגט די ריטב"א וואס פרעגט טאקע דאס, און ענטפערט אז ריש לקיש וויל אז ר' מאיר זאל אויסקומען אליבא דהילכתא.

פון די ראיה אז ער האלט אדם מקדיש דשלבל"ע בלייבט נישט ר"מ אליבא דהלכתא, משא"כ אויב מ'זעצט איין די משנה זיין פשט פון מתוך שיכול לכופה וכו', קען ער יא בלייבן אליבא די הלכתא.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

שכויח. ס'איז מיר אויך שווער געווען און נישט געטראפן די תירוץ און ארטסקרול.
און די רישא און סיפא פון די משנה שטומט שוין לויט אלא מהלכים?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

געטובל'ט און ארויס האט געשריבן: שכויח. ס'איז מיר אויך שווער געווען און נישט געטראפן די תירוץ און ארטסקרול.
און די רישא און סיפא פון די משנה שטומט שוין לויט אלא מהלכים?

וואס הייסט?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אמר"ש. איך האב אנגעהויבן צו מאכן סימנים פאר יעדן דף לויט די נושא הסוגיא, צו קענען חזר'ן די דפים בע"פ און האפנטליך געדענקן בעסער. פאלגנד איז פון די לעצטע פאר בלעטער, אויב אנדערע ווילן אויך חזר'ן מיט סימנים.

נו. - ולא נבעלה

די גמ' אויף עמוד א' איז דן איבער נכנסה לחופה ולא נבעלה

נו: - נישט ווייניגער

איבער די מחלו' פון די משנה, ר' מאיר האלט כל הפוחת פון די כתובה וכו'


נז - זמן נישואין

די משנה דף נז. איז דן לגבי הגיע הזמן ולא נישאו, די זמן נישואין איז געווארן אפגעשטופט. די גמ' עמוד ב' רעדט אויך איבער דעם זמן נישואין.

נח. - נותן חולין

די גמ' נח. ברענגט עטליכע שיטות אויב דער מאן האט א חיוב צו געבן חולין, האלב און האלב, צוויי דריטל, אדער ער מעג געבן נאר תרומה.

נח:/נט. - נישט חלה נישט טון

דף נח: הייבט זיך אן די סוגיא פון איני ניזונית ואיני עושה. נישט עסן חלה און נישט ארבעטן.

נט. - נדר טרוים

די גמ' איז דן לגבי א קונם אויף א דבר שלא בא לעולם, א נדר אויף א טרוים (חלום)

ס - סכנה

די סוגיא איז איבער כופה ומניקתה, וואס איז מפני הסכנה.
די סוגיא אויף עמוב ב' איז איבער חתונה האבן תוך כ"ד חודש וואס איז אויך מפני הסכנה.

נאך א סימן - ס - סומא

די גמ' פרעגט סומא מנא ידע? בריחא ובטעמא. וואס דערמאנט שוין אז מ'רעדט איבער די חיוב מניק צו זיין.
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 6:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
געטובל'ט און ארויס האט געשריבן: שכויח. ס'איז מיר אויך שווער געווען און נישט געטראפן די תירוץ און ארטסקרול.
און די רישא און סיפא פון די משנה שטומט שוין לויט אלא מהלכים?

וואס הייסט?

א) רב הונא אמר רב
ב) דיחוי הגמרא (ריש לקיש)
ג) רב ושמואל
ד) רב אדא בר אהבה
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

געטובל'ט און ארויס האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
געטובל'ט און ארויס האט געשריבן: שכויח. ס'איז מיר אויך שווער געווען און נישט געטראפן די תירוץ און ארטסקרול.
און די רישא און סיפא פון די משנה שטומט שוין לויט אלא מהלכים?

וואס הייסט?

א) רב הונא אמר רב
ב) דיחוי הגמרא (ריש לקיש)
ג) רב ושמואל
ד) רב אדא בר אהבה

איך זע נישט פארוואס נישט, די עיקר חידוש איז די סיפא.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די גמרא דף כ"ז איז אביסל שווער. ההוא גברא דאתפיס זכוותא בבי דינא וכו' אמר רב הונא בטיל זכוותיה...

קודם כל בכלל, וויאזוי איז מעגליך אז זיינע ראיות ווערן בטל, אויב זענען זיי גוטע שטרות און גוטע ראיות וואס א חילוק ווען ער קומט צוריק צו בית דין?

די מסקנא איז נאכמער שווער, דער ר"ן נעמט אן למסקנא אז ס'איז נישט מחילה נאר ער איז מודה אז די שטרות זענען פאלש, אבער אויב קומט ער צוריק צייטליך נעמט מען יא אן זיינע טענות לויט ר"ה. אויב זענען זיי פאלשע שטרות וויאזוי איז שייך א תנאי ביי דעם? ס'איז נאר פאלש אויב ער קומט צוריק נאך שלושים יום? און וואס האלט רבא, אז אונס רחמנא פטריה, אויב ס'איז פאלש איז עס פאלש?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סימנים צו געדענקן די לעצטע דפים, אויב איינער איז אינטערעסירט

כ - כמלאכי השרת (רבנן דמצטייני כמלאכי השרת)
כא - כעין ארבעה (נדרים הללו)
כב - כעס בחיק כסילים (בגנות כעס)
כג - כהן גדול (רמז לכל נדרי ביוה"ק)
כד - (לאו) כלבא דמיתהנינא
כה - כקורת הבד (נדרי הבאי)
כו - כולכם ופלוני אסורין
כז - זכוותא
כח - להודיעך כחן דב"ש/דב"ה
כט - טאלער כגוף - אי קדושת דמים כקדושת הגוף
ל - לאחר שאגרשיך
לא - לאנתכוון זה אלא
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אין די גמ' דף כט איז דא אן אינטערעסאנטע ערשיינונג.

רב המנונא פרעגט א קשיא אויף עולא קדושה שבהן להיכן הלכה מיט א ראיה פון היום את אשתי ולמחר אי את אשתי, רבא מאכט א חילוק צווישן קדושת דמים און קדושת הגוף, אביי פרעגט עס אפ מיט די משנה פון עולה ושלמים. די גמרא ענטפערט גארנישט און רבא בלייבט שווער.

לכאורה בלייבט אויך עולא אומפארענטפערט וועמען רבא האט געוואלט פארטיידיגן פון רב המנונא, אבער די גמרא דרייט זיך דא אויס צו בר פדא, לימא תיהוי תיובתא דבר פדא דאמר לא פקעה קדושה בכדי... וואס גייט דא פאר? וואס בלייבט מיט עולא?

איז דא עטליכע תירוצים פון די מפרשי הגמרא אויפן בלאט, יעדער ענטפערט אנדערש און ס'איז אינטערעסאנט צו זען יעדן'ס מהלך.

ר"ן: די קשיא פון רב המנונא אויף עולא איז נישט שווער, ווייל ס'דא אן אנדערע תירוץ דערויף אז קידושין איז אנדערש דאין קידושין לחצאין. עולא איז פארענטפערט.

רש"י: ותיובתא דעולא וליכא פירוקא. נישטא קיין ענטפער אויף עולא, ער בלייבט אפגעפרעגט. פארדעם גייט יעצט די גמרא צו בר פדא וואס אויף אים איז אויך שווער.

תוספות: ומכל מקום לא קשה לעולא מההיא דהאומר לאשתו משום דלאו היינו בברייתא אלא מימרא. די גאנצע קשיא פון רב המנונא הייבט זיך נישט אן וויל די מימרא פון "היום את אשתי ולמחר אי את אשתי" איז נישט קיין משנה אדער ברייתא, נאר א מימרא אן קיין מקור. (מסתמא מיינט ער אז קודם האט רבא פרובירט א תירוץ, אבער ווען אביי האט עס אפגעפרעגט איז אויך נישט עק וועלט, ווייל ס'איז נאר א מימרא)

רא"ש: לשון נדרים משונה כיון דאקשי לרבא דאפילו קדושת הגוף פקעה כ"ש דהוי תיובתא דבר פדא. ס'איז טאקע שווער אויף ביידע אייניג!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

נעכטן ל"ג בעומר איז אפגעצייכנט געווארן טו"ב שנים להתייסדות החבורה!

די פייערליכע אויסשריי און געבעט פונעם מנהיג העדה מייסד החבורה כ"ק מרן שליט"א ביים התייסדות "טעמו וראו כי טוב" האט אצינד א פרישע באדייט!
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

סאיז דא א אימעיל סיסטעם ווי תורתך?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

היינט יום ד' דברים תשפ"ג איז דא גאר א שווערע שיעור...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: הערות והארות - חבורת יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

ניס קראכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:39 pm
היינט יום ד' דברים תשפ"ג איז דא גאר א שווערע שיעור...
וואס איז פשט פון נישט גיין היינט צו ל"ד ע"א?
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”