היינו דאמרי אינשי - סעריע

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

חז"ל סיי אין גמרא, אין סיי אין אנדערע פלעצער ווי מדרש וכו’, זאגן אפט קורצע און טרעפליכע מאמרים מיטן נאמען: היינו דאמרי אינשי.

עס וואלט אפשר געווען א גלייכע געדאנק צו מאכן א סעריע דערפון, און ארויפלייגן יעדן טאג איין אזא מאמר מיט פירושים. יעדער איז מכובד צו פרעגן, צולייגן, ארויפלייגן וכו’.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א שיינע געדאנק.

לפום גמלא שיחנא (געדענק איך נישט, אויב ס'שטייט דאס לשון "היינו דאמרי אינשי", אבער מסתמא באלאנגט עס אין דער קאטעגאריע...). פשט איז, אז לויט ווי גרויס דאס קעמל איז, אלץ א גרעסערע לאסט לייגט מען ארויף דערויף. און דער נמשל איז, אז ווי מער געלט א מענטש האט, אלץ מער צדקה ברויך ער געבן.
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אגב אורחך לבעל דבבך אישתמע -

הקדמה:
די גמרא גייט ארויף אויף מאמר פון רשב"י וועלכע זאגט אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר מלאך גבריאל, אז דו גייסט שוין קוקן אויף די געפארטיגע פירות אין אר"י, גיב שוין אזא הרג’ע אויס די סאלדאטן פון סנחירב. זאגט אויף דעם די גמרא דעם היינו דאמרי אינשי.

פירוש:
א. אז דו גייסט שוין אויפן וועג, מאך זיך אז דו מאכט א ’באזיך’ ביי דיינע שונאים.
ב. דורכדעם וואס דו גייסט אויפן וועג מיט א רואיגקייט, דיינע שונאים וועלן וויסן דערפון און וועלן ציטערן.

פארוואס האט דייטשלאנד אטאקירט רוסלאנד ביים צווייטן וועלט מלחמה? זיי האבן דאך געהאט אן אפמאך, און פיין גע’ארבעט צוזאמען.
נאר דייטשלאנד האט געזעהן אז וויפיל זיי אטאקירן די בריטישע, די בריטישע געבן נישט אויף. טראץ אויפן פשוטן שכל האבן זיי נישט קיין וועג פון געווינען די מלחמה, איז וואס גיבט זיי די כוחות? וועלכע באהאלטענע פלאן האבן זיי, וואס אויף דעם בויען זיי?
אזוי האבן די דייטשע קריגס פירער ימ"ש זיך געבראכן קאפ, ביז זיי זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק. רוסלאנד מיט ענגלאנד האבן גע’ארבעט האנט ביי האנט קעגן דייטשלאנד ביים ערשטן קריג. הלמאי האבן די ענגלישע שוין א שטילע אפמאך מיט רוסלאנד אז רוסלאנד גייט זיך אויסדרייען קעגן דייטשלאנד ווען די צייט איז רייף. ווי מער זיי האבן אריינגעטראכט דערין, אלס מער זיכער זענען זיי געווען אז דאס איז די בריטישע געהיימע פלאן. דארף מען דאך אויסלויפן רוסלאנד דעם וועג, האבן זיי ’קודם’ אטאקירט רוסלאנד.

אין אמת’ן אריין, ענגלאנד האט אזא אפמאך מיטן רוס נישט געהאט, נאר זיי זענען ווייטער געגאנגען אין זייער וועג מיט א שטארקע עקשנות. און טאקע זייער גיין אין זייער וועג מיט אן עקשנות, דאס האט גורם געווען דעם געוואלדיגן פחד ביים שונא, און צום סוף טאקע געפירט צום ניצחון.
אגב אורחך לבעל דבבך אישתמע. דורכדעם וואס דו גייסט אין דיין וועג מיט אן עקשנות, דיינע שונאים וועלן ציטערן דערפון.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

געטובל'ט און ארויס האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:52 am
יאפ, יגעת ומצאת...

איך האב דאונלאודעט דעם ספר, און גענומען לויט זיין סדר. און פארשטייט זיך מער מרחיב געווען (אדער מחריב געווען..) און מסביר. מיין פלאן איז בעזר השם, מיטן רבינס כוח און מיין ווייב'ס געדילט, יעדן טאג מסדר זיין איינס פון יענעם סדר.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:57 am
מיטן רבינס כוח און מיין ווייב'ס געדילט
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:45 am
לפום גמלא שיחנא... פשט איז, אז לויט ווי גרויס דאס קעמל איז, אלץ א גרעסערע לאסט לייגט מען ארויף דערויף.
יעך בין א שנעלע לערנער...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נישט פארשטאנען.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

הפלא ופלא! נאך א רייכע געהענג'ל ווי ס'שפריצ'ט ארויס זאפטיגע טינט פון @ממי_שאמרו'ס רייכע פעדער, מלא מדע וחכמה! ייש"כ.

איך וועל צולייגען א שטיק'ל הקדמה צו די גאנצע ענין פון 'היינו דאמרי אינשי'.

אין די גמרא בבא קמא צ"ב ע"ב, איז דא א גאנצע עמוד וואס די גמרא איז דן אין א שקלא וטריא 'מנא הא מילתא דאמר אינשי...', אויף פארשידענע מאמרים און לשונות וואס זענען געוועהן רגיל ביי'ם המון עם, און די גמרא זוכט ווי איז די מקור אין תנ"ך (עי"ש בתוס') אויף די מאמרים.

שטעלט זיך די פשוט'ער שאלה, ווער זאגט אז די לשונות פון די 'המון עם' און די פשוט'ער מענטשען האבען\דארפען האבען, א מקור אין תנ"ך? אזוי זאגט די גאס, וואס האט דאס צו'ם גמרא?

און בכלל דארף מען פארשטיין, אין גאנץ ש"ס איז דא צענדליגער מאל וואס חז"ל ברענגען אראפ די מאמרים, און ברענגען פון דעם ראיות צו געוויסע זאכען. פארוואס ברענגט די גמרא אראפ די ווערטער, וואס האט דאס מיט'ן בית מדרש?

ענטפערט די הייליגע חיד"א, אז אונזערע תורה איז א תורה שלימה, און אלע'ס איז כלול אין די תורה, אלע חכמות און יעדע גוטע הנהגה, אד"ג, איז כלול אין די תוה"ק, ס'איז א תורה שלימה!

ממילא אז די גאס זאגט א גוט ווארט, וואס ענהאלט אין זיך א מוסר השכל, אדער א דבר חכמה מיז זיין אז ס'איז דא רמז אין די תוה"ק.
פתח עינים.png
פתח עינים.png (68.19 KiB) געזען 450 מאל
די חיד"א ציייכנ'ט צו, אז שפעטער האט ער געטראפען אין מדרש תלפיות פון בעל שבט מוסר, אז ער פרעגט אויכ'ט די קשיא 'מיום שעמדתי על דעתי הייתי מצטער...', אין ברענגט פון די רמב"ם און בעל העקידה די זעלבע תירוץ.
מדרש תלפיות.png
מדרש תלפיות.png (121.5 KiB) געזען 450 מאל
וכן מצאנו אין צדקת הצדיק פון ר' צדוק הכהן [אות נג], ווי ער שרייבט נאך מער 'דיבור של חול המורגל בפי האדם ומרגלא בפומיה הוא דברי תורה ממש', און ער ברענגט די ראי' פון 'היינו דאמרי אינשי', ועי"ש ביאורו.
ר' צדוק הכהן מלובלין - צדקת הצדיק אות נג
דיבור של חול המורגל בפי האדם ומרגלא בפומיה הוא דברי תורה ממש אפילו אצל איש ההמוני מישראל וכמו שנראה הרבה בתלמוד מביא דאמרי אינשי והוא דברי תורה ובפרק קמא דסנהדרין (ז' א) הרבה ההוא דהוה קאמר ואזיל וכו' ואמר שמואל קרא כתיב. כי כל נפש מישראל יש לו אחיזה בדברי תורה מיוחדת כנודע ובדיבור שמרגלא בפומיה זהו שורש נפשו [כי הדיבור הוא יסוד הנפש תרגום נפש חיה רוח ממללא (בראשית ב' ז'), וכמו שאמרו בפסיקתא (עיין שוחר טוב תהלים ל') אין בין צדיקים החיים למתים אלא הדיבור זהו יסוד החיות]. ומזה יוכל האדם לעמוד על שורש נפשו לדעת מה ענינו בזה העולם. וכהאי גוונא בריש פסחים (ד' א) ההוא דהוה אמר וכו' שמע מינה מדן קאתי עיין שם:
'הפוך בה והפוך בה, דכולה בה'!
'כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים'!



זייטיגע נאטיץ
מענין לענין: האב איך נישט לאנג צוריק געזען אין א ספר קדמון (פארגעסען כרגע ווי), אז די משנה אין אבות הייבט אן 'משה קיבל תורה מסיני ומסרה וגו'... הם אמרו', כדי מען זאל נישט מיינען אז אה"נ משרע"ה האט געגעבען די תורה, אבער די מידות און הנהגות טובות, דאס זענען שיינע ענינים וואס חז"ל האבען געוואלט מען זאל מקיים זיין, אבער דאס קומט נישט מסיני. ע"ז אמרו 'משה קיבל תורה ומסרה וגו'' אז אויכ'ט מס' אבות, און די אלע מידות טובות אלץ קומט פון משרע"ה מסיני אין אלעס איז כלול אין די תורה
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:57 am
געטובל'ט און ארויס האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:52 am
יאפ, יגעת ומצאת...

איך האב דאונלאודעט דעם ספר, און גענומען לויט זיין סדר. און פארשטייט זיך מער מרחיב געווען (אדער מחריב געווען..) און מסביר. מיין פלאן איז בעזר השם, מיטן רבינס כוח און מיין ווייב'ס געדילט, יעדן טאג מסדר זיין איינס פון יענעם סדר.
ס'איז אויך דא א קונטרס פון די אדר"ת, מסביר זיין די אלע 'היינו דאמרי אינישי'. 'קושט אמרי אמת'.
[געדריקט צוזאמען מיט 'עיני בנימין', דורך מכון אהבת שלום]
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:45 am
זייטיגע נאטיץ
מענין לענין: האב איך נישט לאנג צוריק געזען אין א ספר קדמון (פארגעסען כרגע ווי), אז די משנה אין אבות הייבט אן 'משה קיבל תורה מסיני ומסרה וגו'... הם אמרו', כדי מען זאל נישט מיינען אז אה"נ משרע"ה האט געגעבען די תורה, אבער די מידות און הנהגות טובות, דאס זענען שיינע ענינים וואס חז"ל האבען געוואלט מען זאל מקיים זיין, אבער דאס קומט נישט מסיני. ע"ז אמרו 'משה קיבל תורה ומסרה וגו'' אז אויכ'ט מס' אבות, און די אלע מידות טובות אלץ קומט פון משרע"ה מסיני אין אלעס איז כלול אין די תורה
דאכט זיך די ברטנורא
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

הר ההר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 9:19 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:45 am
זייטיגע נאטיץ
מענין לענין: האב איך נישט לאנג צוריק געזען אין א ספר קדמון (פארגעסען כרגע ווי), אז די משנה אין אבות הייבט אן 'משה קיבל תורה מסיני ומסרה וגו'... הם אמרו', כדי מען זאל נישט מיינען אז אה"נ משרע"ה האט געגעבען די תורה, אבער די מידות און הנהגות טובות, דאס זענען שיינע ענינים וואס חז"ל האבען געוואלט מען זאל מקיים זיין, אבער דאס קומט נישט מסיני. ע"ז אמרו 'משה קיבל תורה ומסרה וגו'' אז אויכ'ט מס' אבות, און די אלע מידות טובות אלץ קומט פון משרע"ה מסיני אין אלעס איז כלול אין די תורה
דאכט זיך די ברטנורא
יאפ'ס, גערעכט...
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

טענקס @ממי_שאמרו פאר'ן בארייכערן מיט שיינע ידיעות!

גיי אהן.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: היינו דאמרי אינשי - סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

הקולמוס שלי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 11:41 pm
טענקס @ממי_שאמרו פאר'ן בארייכערן מיט שיינע ידיעות!

גיי אהן.
יישר כוח!! איך האב אפאר גאר שטארקע פארנומענע טעג אויפן האריזאנט. איך האב מיר שוין אפגעשריבן אפאר נקודות ארויפצולייגן אין אפאר אשכולות (קרישקעלעך קען באקומען אפאר, דא קען באקומען, בחור צו'בחורט קען באקומען, ועוד.) איך דארף נאר מאכן די צייט דאס צו קענען טוהן אויך.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”