SPUSMN האט געשריבן:
אלע אידען זענען קאזינס. דער וועלט זאגט אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך און זיי זענען נאך נישט קיין קרובים איז א סימן אז זיי האבען נישט גערעדט גענוג לאנג - לאמיר מסביר זיין.
10 דורות אויף צוריק
יעדער מענטש האט צוויי עלטערען, 4 זיידעס און באבעס, 8 עלטער זיידעס און באבעס, 16 עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 32 עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 64 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 128 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 256 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 512 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 1024 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס. א דור איז דורשניטלעך, לאמיר זאגען 30 יאר, קומט אויס אז א קינד וואס ווערט היינט געבוירען, זענען בערך 300 יאר צוריק געבוירען געווארען זיינע 1024 זיידעס און באבעס. ביי איינעם איז דאס נאר 250 יאר צוריק און ביי אן אנדערען 350 יאר צוריק. דאס מיינט אז און צייטען פון בעל שם טוב האבען מיר געהאט בערך 1000 זיידעס און באבעס, און אפשר גאר איז איינע פון זיי געווען דער בעל שם טוב אליין.
גייען מיר ווייטער
20 דורות אויף צוריק
יעדער פון די 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,048,576 זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק וואס דאס איז בערך 600 יאר צוריק (סוף תקופת הראשונים און אנהייב תקופת האחרונים). (דער חשבון איז 1000, 2000, 4000, 8000, 16000, 32000, 64000, 128000, 256000, 512000, 1024000). איבער א מיליאן זיידעס און באבעס, לכאורה וואלט דאס געדארפט מיינען אז מיר זענען אייניקלעך פון רוב אידען בימים ההם (וועלען מיר זעהן ווייטער).
30 דורות אויף צוריק
יעדער פון די 1,576,048 זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,073,741,824 (איבער א ביליאן!) זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק, בערך 900 יאר צוריק (תקופת בעלי תוספת און דער רמב"ם). (דער חשבון איז 1000000, 2000000, 4000000, 8000000, 16000000, 32000000, 64000000, 128000000, 256000000, 512000000, 1024000000). נישט געווען קיין ביליאן מענטשען אויף דער וועלט בימים ההם. (היינט איז דא 7 ביליאן).
40 דורות אויף צוריק
יעדער פון די 1,073,741,824 זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,099,511,627,776 (איבער א טריליאן) זיידעס און באבעס 40 דורות צוריק, בערך 1200 יאר צוריק (סוף תקופת הגאונים, גלייך פאר רש"י) (דער חשבון איז 1000000000, 2000000000, 4000000000, 8000000000, 16000000000, 32000000000, 64000000000, 128000000000, 256000000000, 512000000000, 1024000000000). נישט געוווען קיין טריליאן מענטשען אויף דער וועלט זייט בריאת העולם - נו, וואס איז פשט?
פשט איז אזוי. עס איז דא און מאטעמאטיקס א "law of probability" וואס זאגט אז דער פראבעביליטי אז מיר האבען געהאט דער זעלבער זיידע אדער באבע איז לאמיר זאגען ווייניגער ווי 10 דורות צוריק (עס וועט זיך ווענדען און עטליכע פאקטארס ווי מיר וועלען באלד זעהן). דער פראבאביליטי זאגט אויך אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך זענען זיי וויינגער ווי 9טע קאזינס, און אז די מיט דיין ווייב זענען אויך ווייניגער ווי 9טע קאזינס. דעריבער האסטו נישט געהאט א טויזענט זיידעס און באבעס 10 דורות צוריק, נאר נענטער צו 500, ווייל ביזט אן אייניקעל כאטש צוויי מאל פונעם זעלבען זיידען און באבען.
דער פראבאביליטי זאגט אויך אז האסטו נישט געהאט א מיליאן זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק, נאר א סאך ווייניגער ווי א האלב מיליאן. האסט נישט געהאט א ביליאן זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק, נאר אפשר א מיליאן אדער צוויי, ביזט אן אייניקעל פונעם זעלבען זיידען און באבען צענדליגע מאל בלי גוזמא.
צווישען די פאקטארס וואס איך האב פריער געזאגט זענען, אז אויב איר זענט אן אשכנזי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון רש"י צענדליגע מאל, אויב איר זענט א ספרדי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון דער רמב"ם צענדליגע מאל. עס איז נישט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז אן אייניקעל פון רמב"ם אדער א ספרדי איז אן אייניקעל פון רש"י, אבער עס איז כמעט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז יא אן אייניקל פון דער רי"ף און דער רמב"ם, ווייל מיר אשכנזים האבען געהאט א סאך ספרדישע זיידעס ווי משפחת אלטשולער און נאך און נאך.
דער סך הכל איז שטוינענד - ליינט און שטוינט!
דער סך הכל איז, אז יעדער איד היינטיגע צייטען איז אן אייניקל פון רוב ראשונים (אשכנזים פון אשכנזישע, און ספרדים פון ספרדישע). יעדער, (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער (פון אלע עשרה הרוגי מלכות) - אזוי זאגט מאטעמאטיקס. אויך אז מיר זענען אייניקלעך פון "יעדען" איד וואס איז געווען ביים חורבן בית שני וואס האט איבער געלאזט א דור נאך זיך. מיר זענען אייניקלעך פון יעדען איד פון בית ראשון, און פון יעדען איד וואס איז ארויס פון מצרים און געשטאנען מיטען גוף ביים בארג סיני. איין זאך מוז נאך געזאגט ווערען און דאס איז, אז דער זעלבער רבונו של עולם וואס האט באשאפען הימעל און ערד, מאטאמאטיקס און אלעס וואס עקזיסטירט, דער זעלבער גרויסער באשעפער האט געזאגט, והייתם לי סגולה, ממלכת כהנים וגוי קדוש, האט דער זעלבער הייליגער באשעפער געמאכט זיכער אז די אידען וואס וועלען אויס געלייזט ווערען בביאת משיח צדקינו זאלען זיין א ריין פאלק און נישט אייניקלעך פון די אלע ממזרים במשך הדורות. קען נישט איינער קומען און זאגען אז מאטאמאטיקס זאגט אז עס זענען דא א סאך ממזרים. ניין, דער באשעפער וואס האט געמאכט מאטאמאטיקס און באשאפען די "טבע", האט געמאכט זיכער אז כלל ישראל בלייבט א הייליג און באליבט פאלק אזוי ווי ער האט צו געזאגט צו אברהם אבינו.
שטעלט אייך פאר ווען משיח וועט קומען וועט מען רופען דער פיקטשער מאכער און מען וועט נעמען א פעמעלי פיקטשער, אויס שטעלען אלע זיידעס בן אחר בן ביז אברהם אבינו, און אויב עס איז דא א בן גרים און צווישען, ווי שמעיה ואבטליון, רבי עקיבא, אונקלוס הגר וכו', וועט זיין א פאר באבעס אויך און דער פיקטשער, און אויפען פיקטשער וועט זיין צווישען 100 און 200 מענטשען (ביי יעדען אנדערש - ווענד זיך צו דער עלצטע פון די עלצטע אדער דער אינגסטע פון די אינגסטע אדער ערגעץ און צווישען). דאס זעלבע וועלען די פרויען זיך אויך אויס שטעלען א שורה בת אחר בת ביז שרה אמנו און רבקה אמנו, רבקה ולאה, וכו', און דאס זעלבע וועט מען זיך קענען פאטאגראפירען מיט אלע זיידעס תנאים ואמוראים וכו' און ווערען געגלעט דארך זיי ווי מען גלעט א ליבער אייניקעל וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן, און עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה'.