קאלט וואסער איז הייס

קאנסטראקשן, פלאמבינג און עלעקטריק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך האב לעצטענס א געפערליכע פראבלעם אז איך האב נישט קיין קאלט וואסער. ווען איך מאך אויף די קראן פאר קאלט וואסער קומט בריעדיגע הייסע וואסער ממש די זעלבע ווי די הייס וואסער. מען קען נישט נעמען קיין שויער ווייל עס איז קאכעדיג הייס. איך האב גערופען א פלאמבער, האט ער מיר געזאגט אז איך דארף טוישן א וואלף, האב איך עס געטון, אבער עס איז נאך געווארן ערגער. מען דארף ווארטן מער ווי פינעף מינוט ביז די וואסער קילט זיך צוביסלעך אפ. אויב איינער האט אן עצה ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: קאלט וואסער איז הייס

תגובה דורך טראפקעלע »

ביי די בוילער איז דא א דרייערל, אפשר איז עס אנגעשטעלט אויף Vary hot
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

טראפקעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:32 am

סאו וועגן דעם איז די קאלט וואסער אויך הייס?

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:39 am
טראפקעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:32 am
ביי די בוילער איז דא א דרייערל, אפשר איז עס אנגעשטעלט אויף Vary hot
סאו וועגן דעם איז די קאלט וואסער אויך הייס?
געמיינט אז דו רעדסט בלויז פון א שויער (דארט קען עס פאסירן אפ' מ'מאכט נאר אויף אביסל)

א סינק מיט צוויי קראנען, איז עס טעקע נישט שייך.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32650
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לעש אויס די סירקיולעיטער פאמפ...

מסתם האבן איינע פון דיינע שכנים א בעד קאנעקשן, ערגעץ קומצעך צוזאם קאלט און הייס וואסער און די פאמפ מאכט אז די הייסע וואסער זאל לויפן די גאנצע צייט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:28 am
איך האב לעצטענס א געפערליכע פראבלעם אז איך האב נישט קיין קאלט וואסער. ווען איך מאך אויף די קראן פאר קאלט וואסער קומט בריעדיגע הייסע וואסער ממש די זעלבע ווי די הייס וואסער. מען קען נישט נעמען קיין שויער ווייל עס איז קאכעדיג הייס. איך האב גערופען א פלאמבער, האט ער מיר געזאגט אז איך דארף טוישן א וואלף, האב איך עס געטון, אבער עס איז נאך געווארן ערגער. מען דארף ווארטן מער ווי פינעף מינוט ביז די וואסער קילט זיך צוביסלעך אפ. אויב איינער האט אן עצה ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב.
מיין גאנצע בילדינג האט דעי פראבלעים פאר איבער א יאר די פראבלעים ווערט שבת, קיצור די super זאגט אז סדארף א פלאמער ער קען גארנישט טוהן
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6058
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

עס קען פאסירן ביי סיי וועלכע סינק אדער שאוער/וואנע ווי די הייסע און קאלטע ברויכן ארויסקומען פונעם זעלבן קראן. אמאל מאכט זיך אז די קראן ארבייט נישט מאיזה סיבה שהוא, געווענליך טאמער עס ווערט פארשטאפט ביים רינער פון די ראבער ביים ענד, און צוליב דעם וואס וואסער קומט נישט ארויס פון דארט וועט דער מענטש לאזן די הייס וואסער אנגעצידן נישט וואוסענדיג אז עס איז אנגעצינדן ווייל עס רינט נישט ארויס. די הייס וואסער דאן גייט אריין אין די קאלט וואסער ליין און הייצט עס אהן.

די פראגע איז וועלכע סינק אדער שאוער/וואנע אינעם בנין איז דער גורם דערצו.

איך האב שוין געהאט אזא עקספיריענס מיט א ביה"כ סינק, ווען כ'אב זיך אפגערעדט צום לענדלארדס אז די קאלט וואסער איז שטענדיג הייס האט ער מיר געפרעגט אויב איין סינק ערגעץ ארבייט נישט. און דער פראבלעם איז טאקע געווען ביי יענע סינק וואס האט נישט געארבייט. איינמאל מען האט געעפענט יענעם רינער איז אלעס פארראכטן געווארן.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:56 am
לעש אויס די סירקיולעיטער פאמפ...

מסתם האבן איינע פון דיינע שכנים א בעד קאנעקשן, ערגעץ קומצעך צוזאם קאלט און הייס וואסער און די פאמפ מאכט אז די הייסע וואסער זאל לויפן די גאנצע צייט...
קען עס האבן צו טון מיט די שכנים אפילו יעדער האט א באזונדערע hot water heater?
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6058
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ווילאנג עס גייט צוריק אריין אין די קאלטע וואס האט יא קאננעקשאנס מיט אלע אנדערע דאן וואס א נפק"מ וואנעט די הייסע וואסער קומט?
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: קאלט וואסער איז הייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

פליגל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:18 am
עס קען פאסירן ביי סיי וועלכע סינק אדער שאוער/וואנע ווי די הייסע און קאלטע ברויכן ארויסקומען פונעם זעלבן קראן. אמאל מאכט זיך אז די קראן ארבייט נישט מאיזה סיבה שהוא, געווענליך טאמער עס ווערט פארשטאפט ביים רינער פון די ראבער ביים ענד, און צוליב דעם וואס וואסער קומט נישט ארויס פון דארט וועט דער מענטש לאזן די הייס וואסער אנגעצידן נישט וואוסענדיג אז עס איז אנגעצינדן ווייל עס רינט נישט ארויס. די הייס וואסער דאן גייט אריין אין די קאלט וואסער ליין און הייצט עס אהן.

די פראגע איז וועלכע סינק אדער שאוער/וואנע אינעם בנין איז דער גורם דערצו.

איך האב שוין געהאט אזא עקספיריענס מיט א ביה"כ סינק, ווען כ'אב זיך אפגערעדט צום לענדלארדס אז די קאלט וואסער איז שטענדיג הייס האט ער מיר געפרעגט אויב איין סינק ערגעץ ארבייט נישט. און דער פראבלעם איז טאקע געווען ביי יענע סינק וואס האט נישט געארבייט. איינמאל מען האט געעפענט יענעם רינער איז אלעס פארראכטן געווארן.
מיין פלאמבער האט מיר געזאגט די זעלבע זאך, גראדע האב איך א שויער וואס ארבעט נישט, און די סינק וואס איז נעבן די שויער איז טאקע די ערגסטע. אבער ער האט עס אויסגעלאשן, אזוי האט ער מיר געזאגט, העמיר מאכן זיכער אז עס איז טאקע אויסגעלאשן.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
שרייב תגובה

צוריק צו “קאנסטראקשן”