נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

גיימיר פתיחה אויף א שפאגל נייעם אשכול פאר נייעס און באריכטן אינערהאלב די אויטא אינדוסטרי.
אלס איינער וואס האט זייער ליב צו ליינען און פארשטיין געשעענישן אין די קאר מארקעט, זעה איך כסדר נייעס פון מענופעקטשורערס, ריטעילערס און קונים פון קארס, אבער אסאך מאל וועט א מעידזשער נייעס איבערהיפן אייוועלט ווייל ס'איז נישט דא קיין געהעריגע אשכול וואו עס אריינצושרייבן.
בפרט יעצט ווען ס'איז ערווארטעט צו זיין אסאך נייעס אין די בעפארשטייענדע חדשים, ווייל ווי גאר אסאך גרויסע עקספערטן (אריינגערעכנט אילאן מאסק) זאגן, וועט די עקענאמיע פון די קומענדיגע יאר ווערן שטארק אפעקטירט דורך די קאר מארקעט, ווי איך האף נאך בעז"ה אויסצושמועסן אין א לענגערע אנאליז.
איך פלאן אי"ה כסדר צו אפדעיטן דא, און איך האף אז אנדערע ניקס מיט א גוטן פעדער וועלן מיך נישט לאזן אליינס דרייוון דא...
פליז לאזט'ס איבער א לייק אויב איר שטיצט דעם אשכול און ס'איז אינטערעסאנט פאר אייך צו ליינען בעתיד. שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

וזה החלי בעז"ה

GM האט געמאלדן אז ביי ענדע פון די יאר וועלן זיין אפשטעלן פראדוקציע פון די עלעקרישע Chevrolet Bolt מאדעל.
ביי א ערנינגס קאלל מיט אינוועסטירער פאריגע וואך האט קאמפאני געמאלדן אז זיי די פלענט אהייאו וואו די Bolt קארס ווערן צאמגעשטעלט, וועט איבערגעטוישט ווערן צו אהערשטעלן אנדערע עלעקטריק מאדעלן ווי א שטייגער די Chevrolet Silverado און GMC Sierra פיקאפ טרעקלעך.
ווי איך האב שוין געשריבן אפאר מאל, האבן קאר מענופעקטשורערס אנגעהויבן שטופן טייערערע קאר מאדעלס אין די לעצטערע יארן, און הערן גענצליך אויף צו פראדוצירן אפארדעבל קלענערע קארס. דאס קען מען זעהן פון א Edmunds באריכט, אז אין 2018 האבן 24% נייע קארס אויפן מארקעט געהאט א סטיקער פרייז פון ווייניגער ווי $25,000, אבער היינט - בלויז 5 יאר דערויף - זענען בלויז א נישטיגע 4% קארס אין די פרייז רעינדזש!
ממילא איז נישט קיין וואונדער אז טראץ וואס די Bolt האט געהאט גאר גוטע סעילס אין די לעצטע 5 באריכטעטע קווארטלען, האט GM אוועקגעגעבן איר פלאץ פאר די טייערע פיקאפ טרעקלעך.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
בעל החלומות
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:14 pm

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החלומות »

האטליין פון די טעמע פון די דירות קריזית אין פון נייע חסידישע געגנטער אין אמעריקע קול ישוב העולם 8454009991
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ער האט בטעות צוגעלייגט א 0, און ס'באלאנגט נישט דא עניוועי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע:אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

https://stopthebrokerban.com/

אויכעט נייעס...
פארוואס זייער סאך פון מיינע שאלות נישט געענטפערט?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6513
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער א גוטע אשכול דאס, שכח פאר'ן גיין פתיחה.

האב איך געזען אין די נייעס אז די דעזיין פראצעדור פאר א נייע קאר (וואס אינוואלווד זייער אסאך פרטים און פרטי פרטים און מען דארף הלל'ס געדולד און קאסט דמים תרתי משמע כמובן) גייט שטארק פארגרינגערט ווערן, ממש צו א מינימום, מיט די נייע AI טעכנאלאגיע.

איך טראכט אפשר מען זאל עפענען א אשכול וויפיל נוצן מען גייט פארדינען פון די AI (הגם פארלוירענע דזשאבס)
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

New Car Market: Prices Are About To Plummet Due to Oversupply

The U.S. car market has shifted into lower gear in only a matter of months. After average car prices hit record highs as recently as last summer, some analysts now predict that an oversupply of vehicles will lead to a price war that sends prices plummeting.

A recent report from UBS estimates that global car production will exceed sales by 6% this year, leaving an excess of 5 million vehicles that will require price cuts to get sold off of lots, Yahoo Finance reported. Although those price cuts might not happen until the latter half of 2023, automakers are preparing for a price war, and some electric vehicle makers are already slashing prices.

“Given the bullish production schedules, we see high risk of overproduction and growing pricing pressure as a result,” UBS said in a note to clients. “The price war has already started unfolding in the EV space, and we expect it to spread into the combustion engine segment [during the second half of 2023].”

Makers of family cars are most likely to suffer from price cuts, the analysts said, while luxury carmakers are expected to hold up better.

EV makers might take a major hit due to the combination of soaring energy costs and high prices that put many consumers out of reach, Yahoo Finance noted. In January, Elon Musk’s Tesla slashed the price of its cars by up to £8,000 in the U.K. Some of its cheaper models are now around the same price range as mass market brands such as Kia.

Ford Motor Company and Lucid are among the other car manufacturers that have reacted to Tesla’s cuts by lowering their own EV prices, according to the Proactive Investors website.

Meanwhile, there is already evidence that car prices across all segments have softened. The latest data from Cox Automotive, released on Friday, April 7, showed that wholesale used-vehicle prices in March fell 2.4% from a year earlier, although they did tick up 1.5% from the previous month.

A March 23 report from Kelley Blue Book found that new vehicle prices dropped for three straight months, and that “it’s starting to look like a sustained trend.” Even so, prices remain “historically high.”
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

@שטומפיג פארוואס איז די אשכול איינגעשלאפן?
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: נייעס פון די אויטא אינדוסטרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

וואס איז נייעס אין די קאר אינדעסטרי, זענען used קארן געפאלן לעצטענס? ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס יעצט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”