"סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיים טוב האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 4:33 pm
איך ווייס נישט, איך האב געמאכט עפעס א טעסט וואס איינער האט דא ערגעץ אראפגעברענגט אין עס האט נישט געוויזן אז איך בין סענסעטיוו.
מענטשן וואס זענען סענסעטיוו האבן געווענדליך עפעס א טאלאנט זאל זיין שיין שרייבן/ מאלן/ זינגען /מאכן גראמען/ אויפקימען מיט איידיעס וכדומה, אין איך האב נישט קיין איינס פין די זאכן ( מסתם גייסטי באלד טרעפן עפעס וואס איך בין יא קריעטיוו... )

איך בין אבער יא היבש געפיליש אין אנדערע זאכן, סא פין דעם זע איך אז עס איז אביסעל אנדערש,
איך ווייס נישט וועלכע טעסט דו האסט געמאכט, אבער אויב דו מיינסט אניאגראם, דאן פארשטיי איך פארוואס דו ביסט סורפרייזט.

אין קורצן, דער טעות פון אניאגראם איז, אז מ'באטראכט א מענטש טאטאל כאילו ער באשטייט נאר פון איינס אדער צוויי מידות און דאס איז גורם צו אסאך שברון לב, מחלוקת, נאסע ליילעכער, קאנפיוזשען און שלעכטע צוגאנג ווי כאילו ס'איז נישטא וואס צו מאכן מיט מיר. בשעת דער אמת איז, אז יעדע מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון די אלע מידות, נאר דער חילוק איז וויאזוי ער באגייט זיך דערמיט.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

@קדמה מזרחה הערליך שיין געשריבן!

דער אמת איז אבער אז דאס איז מיט יעדע מידה (גאווה איז די איינציגסטע ווי עס איז נישט אזוי פשוט)

צד השוה - א קאנפידענט סענסעטיווער איד
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:17 pm
ניין, תקיפות מיינט צו פילן דעם איך, און האבן רעכט זיך צו ריקן אין לעבן. נישט זיין אזוי אנגעוויזן.
(קאמיטמענט איז א חלק דערפון, ווייל ס'איז נישט שייך קיין קאמיטמענט, אויב ס'איז נישטא קיין איך וואס איז זיך מתחייב. מ'קען זיך נישט מתחייב זיין אויפ'ן חשבון פון יענעם...).
וויאזוי ווערט מען שטערקער איז די שווערע קשיא??
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 pm

ס'איז טאקע א שווערע קושיא, אבער דער דערמאנטער ספר (בעיקר ח"ג) העלפט שטארק ארויס דערפאר.

פאר דערווייל וועל איך ציטירן פון אן אנדערע תגובה, לאמיר זען צי ס'העלפט דיר עפעס.
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:18 pm
יעדע זאך וואס דו טוסט, למשל אויפשטיין פארטאגס, זיך אנטון, זיך אנגרייטן א קאווע, אוועקפאקן, צומאכן טירן וכדומה לויט ווי ס'איז איינגעפירט ביי אייך, גיין דאווענען, אהיימקומען, זיין צייטליך, גיין אין כולל, ארבעט וכדומה, אהיימברענגען א טשעק אא"וו, טו עס מיט'ן געפיל אז איך גיי ווערן שטערקער מיט'ן טון די אלע זאכן. השי"ת וויל פון מיר אז איך זאל עס טון, ווייל ער וויל מיך מאכן פילן אחריות'דיג, שטארק, פעסט, ווערד, סיי ווייל דאס איז מיין תיקון הנפש, און סיי ווייל דאס איז גוט פאר מיין שלום בית און פאר מיינע קינדער. און אפילו דו ווייסט גאנץ גוט אז דו קענסט נישט רירן קיין פינגער אן כביכול און אז די אלע זאכן טוסטו נאר ווייל השי"ת געט עס דיר, דאך טוסטו עס מיט א פרישקייט און קלארקייט, ווייל אזוי וויל השי"ת, און איך דארף מיך נישט זארגן אויב עפעס געלונגט נישט אזוי גוט, ווייל סוכ"ס האב איך געטון מיינע השתדלות'ן אזויווי השי"ת וויל עס פון מיר און השי"ת וועט העלפן לגבי אלע ענינים, אלעס אזויווי ער וויל עס, אין די מאס, צייט און פלאץ, וואס ער האט באשטימט. און יעדע תנועה וואס איך טו לטובה, זעט עס השי"ת צו און ער שיקט מיר גלייך די נויטיגע הילף, וואס איך דארף בלויז זיין גרייט איבערצונעמען און צו באדאנקען. וועסטו אנהייבן זען שנעלע פראגרעס בעז"ה.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

יא, טראכט אריין אין די ווערטער און טו עס אפאר טעג, מיר האט עס געהאלפן א געוואלד!!!
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:18 pm
יא, טראכט אריין אין די ווערטער און טו עס אפאר טעג, מיר האט עס געהאלפן א געוואלד!!!
עפשר קענסטי שרייבן וועלעכע זאך עס האט דיר געטוישט, פין וואס עס פלעגט דיר זיין זייער שווער ממש אוממעגליך, אין ווי לאנג עס האלט שוין אן
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

איך האב שוין געשריבן אין די שלום בית אשכול, און איך שעם מיך צו שרייבן נאכאמאל.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:00 pm
חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 pm
וויאזוי ווערט מען שטערקער איז די שווערע קשיא??
ס'איז טאקע א שווערע קושיא, אבער דער דערמאנטער ספר (בעיקר ח"ג) העלפט שטארק ארויס דערפאר.

פאר דערווייל וועל איך ציטירן פון אן אנדערע תגובה, לאמיר זען צי ס'העלפט דיר עפעס.
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:18 pm
יעדע זאך וואס דו טוסט, למשל אויפשטיין פארטאגס, זיך אנטון, זיך אנגרייטן א קאווע, אוועקפאקן, צומאכן טירן וכדומה לויט ווי ס'איז איינגעפירט ביי אייך, גיין דאווענען, אהיימקומען, זיין צייטליך, גיין אין כולל, ארבעט וכדומה, אהיימברענגען א טשעק אא"וו, טו עס מיט'ן געפיל אז איך גיי ווערן שטערקער מיט'ן טון די אלע זאכן. השי"ת וויל פון מיר אז איך זאל עס טון, ווייל ער וויל מיך מאכן פילן אחריות'דיג, שטארק, פעסט, ווערד, סיי ווייל דאס איז מיין תיקון הנפש, און סיי ווייל דאס איז גוט פאר מיין שלום בית און פאר מיינע קינדער. און אפילו דו ווייסט גאנץ גוט אז דו קענסט נישט רירן קיין פינגער אן כביכול און אז די אלע זאכן טוסטו נאר ווייל השי"ת געט עס דיר, דאך טוסטו עס מיט א פרישקייט און קלארקייט, ווייל אזוי וויל השי"ת, און איך דארף מיך נישט זארגן אויב עפעס געלונגט נישט אזוי גוט, ווייל סוכ"ס האב איך געטון מיינע השתדלות'ן אזויווי השי"ת וויל עס פון מיר און השי"ת וועט העלפן לגבי אלע ענינים, אלעס אזויווי ער וויל עס, אין די מאס, צייט און פלאץ, וואס ער האט באשטימט. און יעדע תנועה וואס איך טו לטובה, זעט עס השי"ת צו און ער שיקט מיר גלייך די נויטיגע הילף, וואס איך דארף בלויז זיין גרייט איבערצונעמען און צו באדאנקען. וועסטו אנהייבן זען שנעלע פראגרעס בעז"ה.
דעס איז צי שטארקן די מידה גבורה נישט אזוי?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קענסט עס רופן גבורה, אבער לויט'ן ספר וואס איך לינק, איז דאס גאר דער מידת היסוד. איך וויל נישט נעמען קיין שטעלונג אין דעם חלק, סיי ווייל איך קען נישט קיין קבלה און אויך ווייל ס'איז נישט קיין נפקא מינה למעשה. סיי וויאזוי, דארף מען עס שטארקן כדי צו קענען אנגיין און צו פארנעמען מער פון לעבן.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

אגב פאר אינטרעסאנטקייט וואס האלסטי איבער די מערצבאך ברעין שטארם מעטאד?

איך מיין אז עס איז פינקט ווי עקסערסייז, איינמאל מ'הערט אויף צי מאכן די זאכן וואס זי הייסט גייט אלעס צירוק צים אלטן, זי אליין זאגט אזוי
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך טו עס נישט. דער עקסערסייז וואס מיר טוען, איז יא פערמענאנט.
ווילסט צוריקקומען אהין?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:00 pm
יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:48 am
דעמאלט איז דער מוח פון דער מענטש גענוג שטארק צו מאכן די ריכטיגע דיסיזשענס אפילו ער קען "נישט" "אלע" שורש המדות.
איך פלאג מיך נישט אזוי שטארק מיט דעסיזשענס נאר צו קענען פארנעמען א לאסט וואס איז שטערקער פון מיר, אפשר וועט די שורש מידות מיר געבן מער כח. האלטסט אז נישט?
ווען איך האב גערעדט פון דיסיזשענס האב איך נישט געמיינט צו זאגן דיסיזשען מעקינג, עס איז דא מענטשן וואס מוטשענען זיך דערמיט, אבער נישט דאס האב איך געמיינט.

איך האב געמיינט פון סוב קאנטשעס דיסיזשענס פונעם מוח.

דהיינו, ווי געשריבן דער מוח פילטערט מחשבות כסדר לויט די וויכטיגקייט.
ווער באשטימט די וויכטיגקייט? דער מוח, לויט פארשידענע אינפארמאציע וואס ער האט במשך די יארן איינגעזאפט, און לויט דעם באשטימט ער די וויכטיגקייט.

איינע פון די כללים וואס ער ניצט צו באשטימען די וויכטיגקייט, איז צו באשיצן דעם מענטש פון צער, דאס איז וויכטיג פאר דעם מענטש.

זייער אסאך מאל קען דער מח האבן א שלעכטע מעמארי, וואס איז לאו דווקא אמת, לעת עתה.

למשל איינער וואס ארבעט נישט ווייל ער האט מורא פון א פלאפ, האט דער מח בטעות באשטימט אז עס איז "וויכטיג" צו באשיצן דעם מענטש פון די צער פון א פלאפ , און ער כאפט נישט אז די צער פון נישט ארבעטן, אום נישט האבן פרנסה, איז פילפאכיג א גרעסערע צער.

דאס איז א סוב קאנטשעס דיסיזשען פונעם מח, בטעות.

אויף דעם האב איך געשריבן, אז ווען א מענטש פארשטייט "זיך" ער ווערט אויפמערקזאם פון וואס ער לויפט אוועק, (די אלע אנקאמפארטעבל פילינגס) און ער פארשטייט זיינע חיובים, אןם וואסערע פלאפ ער איז ווען ער לעבט נישט מיט די מציאות פון זיינע חיובים, און וואסערע מוצלח ער איז ווען ער לעבט יא דערמיט, אפילו דא אין דארט איז עס נישט אזוי קאמפארטעבל, צוביסלעך עפענט זיך דער מח און די מוח הייבט "נאטורליך" אן צו מאכן מער ריכטיגע באשלוסן, סוב קאנטשעסלי.

די קינדישע סענסיטיוויטי ווערט צוביסלעך איינגעטוישט אויף אן ערוואקסענע סענסיטיוויטי, און מען ווערט א פעסטע מוצלח, טאקע ווייל מען איז א מעטשור געפילישע מענטש מיט א געזונטע אפענקייט צו זיך אליינס.

איך האף אז עס איז גוט ארויסגעברענגט, אז נישט פרעג איבער.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:32 pm
וואס מיינט תקיפות? איך קען נישט זיין שטערקער פון זי!
פרוביר טאלערענס, א דערהייבער. דו פאר דיר קענסט דערהייבן א געוואלד און ארחות צדיקים איז עס שער הרצון, נאך א ווארט דערצו איז סבלנות.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

@יוד אלף , הערליך הערליך!

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:53 pm
@יוד אלף , הערליך הערליך!
סתם א דיסקלעימער, די יסוד פון די געדאנק וואס איך האב געשריבן, שטייט אין דרך פקודיך מצוה ט'
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:52 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:32 pm
וואס מיינט תקיפות? איך קען נישט זיין שטערקער פון זי!
פרוביר טאלערענס, א דערהייבער. דו פאר דיר קענסט דערהייבן א געוואלד און ארחות צדיקים איז עס שער הרצון, נאך א ווארט דערצו איז סבלנות.
סבלנות אין געדילד איז די זעלבע ריכטיג?!

וואס איז טאקע פשט אז איינער האט ווייניג סבלנות,? איז עס ווייל די מח לויפט אים שנעלער ווי רוב מענטשן אדער ווייל ער האט ענקזייעטי אדער ביידע אדער קיין איינס?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ווער זאל ענטפערן?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:03 pm

געדולד ווערט טרענסעלעטעד אין ענגליש פעישאנס

איך האב גערעדט פון טאלערענס

די חוסר פון ביידע קומט פון איריטעישאן און ריזענטמענט.

יעדער קען זיך אליינס פרעגן וואס עס באדערט אים.

(נישט יעדער איז מסוגל זיך צו ענטפערן, מען דארף האבן כח צו פעיסן די אמת)

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:07 pm
ווער זאל ענטפערן?
עס איז גיט צי הערן פין יעדעם, אין נאכדעם אדורך גיין וועלעכע איז מער אמת אין פארוואס

איך האב בעצם ליב צי הערן וואס יעדער האלט אין פארוואס זיי האלטן אז וואס זיי ווייסן איז די אמת'ע
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

@יוד אלף האט שוין געענטפערט, איך מיין אז ס'איז גענוג for the time being.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:08 pm
חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:03 pm
יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:52 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:32 pm
וואס מיינט תקיפות? איך קען נישט זיין שטערקער פון זי!
פרוביר טאלערענס, א דערהייבער. דו פאר דיר קענסט דערהייבן א געוואלד און ארחות צדיקים איז עס שער הרצון, נאך א ווארט דערצו איז סבלנות.
סבלנות אין געדילד איז די זעלבע ריכטיג?!

וואס איז טאקע פשט אז איינער האט ווייניג סבלנות,? איז עס ווייל די מח לויפט אים שנעלער ווי רוב מענטשן אדער ווייל ער האט ענקזייעטי אדער ביידע אדער קיין איינס?

געדולד ווערט טרענסעלעטעד אין ענגליש פעישאנס

איך האב גערעדט פון טאלערענס

די חוסר פון ביידע קומט פון איריטעישאן און ריזענטמענט.

יעדער קען זיך אליינס פרעגן וואס עס באדערט אים.

(נישט יעדער איז מסוגל זיך צו ענטפערן, מען דארף האבן כח צו פעיסן די אמת)
די צוויי ווערטער איריטעשען אין ריזענטמענט קענסטע פליז זאגן/מסבירן וואס עס מיינט ?
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:48 am

די מוח פון א מענטש פראסעסט מיליאנען שטיקלעך פון דעטע יעדע מילי סעקונד, מיט מעכטיגע פילטערס וואס צו נוצן און וואס נישט.
סוי איך וואלט געקענט דורכווארפן ש"ס און פוסקים מיט מיין פיצי מוח, און די פילטער זאל נישט דורכלאזן די מחשבות ווער ס'טשעפעט מיך און ווער ס'איז פשוט א שוטה. שטאטס דעם, פילטערט עס צו נישט לערנען נאר א פיצי און זיין ביזי נאר ווער ס'טשעפעט מיך.
[
סוי וואס טוט מען?
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הערליך הערליך. וואס מ'טוט ? אז דו האסט עס געכאפט איז שוין זיכער דער ערשטער שטאפל.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:13 pm

די צוויי ווערטער איריטעשען אין ריזענטמענט קענסטע פליז זאגן/מסבירן וואס עס מיינט ?
איריטעישאן איז א געוויסע סטרעס, איבערגעשטרענגט אדער אנגעצויגן.

איינער וואס זיין מח לויפט שנעלער ווי יענעם, קען נאך אלץ פארשטיין אז יענער איז נישט אזוי שנעל ווי אים, דאס מאכט נאך נישט אנגעצויגן, ענקזייעיטי מאכט אנגעצויגן.

ריזענטמענט איז א כעס בלב, לאמיר עס רופן הקפדה.

למשל, איינעמס טאטע האט אים געזאגט אז ער האלט עס וואלט בעסער געווען אז ער גייט אליינס אין ביזנעס ווי איידער צו גיין ארבעטן, זיין טאטע האט אים נישט געהייסן, נישט געשלאגן, נישט געסטראשעט, פלעין מייעץ געווען.

אנשטאט צו א דורך שמועסן די צדדים מיט זיין טאטע, באקומט ער אזא מין ווידערווילן, אזא קראצעדיגע מחשבה "וואס מישט ער זיך אריין" דאס איז א ריזענטמענט.

ווען מען איז באקוועם מיט זיך, קען מען זיך פרעגן,
וואס מאכט מיר נערוועז? פארוואס מאכט מיר אזא זאך נערוועז? איז ממש נישט מעגליך איך זאל עס אנקוקן מער סימפל?
איז טאקע 100% זיכער אז איך קען עס נישט פארשטיין אנדערש? וויאזוי וואלט איך ריעקטעד ווען איך קוק עס ווען אן אנדערש? וכו'
מען קען זיך ארויסשלעפן פון א זומפ אויב מען וויל.

אדער, מיט א גרעסערע לעוועל פון טאלערענס, קען מען טראכטן אזוי;
אפילו לו יצויר מיין טאטע וויל מיר יא בייסן אויב איך גיי ארבעטן פאר א צווייטן, איך בין עס מקבל, עס גייט מיר נישט אן אז מען מישט זיך אריין, איך בין אקעי אז איינער האט אנגערירט מיין קרוין און מיר געזאגט זיין מיינונג, און ער האט מיר נאך געסטראשעט אויך. איך מוז נישט זיין נערוועז וועגן דעם.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "סענסעטיוו" א מעלה אדער ביטער און פיינפול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:10 pm
יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:48 am

די מוח פון א מענטש פראסעסט מיליאנען שטיקלעך פון דעטע יעדע מילי סעקונד, מיט מעכטיגע פילטערס וואס צו נוצן און וואס נישט.
סוי איך וואלט געקענט דורכווארפן ש"ס און פוסקים מיט מיין פיצי מוח, און די פילטער זאל נישט דורכלאזן די מחשבות ווער ס'טשעפעט מיך און ווער ס'איז פשוט א שוטה. שטאטס דעם, פילטערט עס צו נישט לערנען נאר א פיצי און זיין ביזי נאר ווער ס'טשעפעט מיך.

סוי וואס טוט מען?
וואף, ביסט שנעל.

א גרויסע חלק פון די רפואה איז, כאפן וויאזוי עס ארבעט.

עס איז דא א מאשין וואס מען רופט "מענטש" (אויסדרוק קומט פון חזון איש) און עס האט א מהלך וויאזוי עס ארבעט, אז מען פארשטייט וויאזוי עס ארבעט, איז א סאך גרינגער עס צו מענאווירן.

יעצט די נעקסטע סטעפ איז צו אריינטראכטן דערין ווי מער, זיך איינ'חזר'ן די חיובים וואס מען האט,

זיין אויפמערקזאם, וויאזוי די נישט גוטע מחשבות שטערן די חיובים, זיי זענען זיך סותר.

צו פארשטיין אז דו געפילן און די לאנג טורם סוקסעס וואס קומט מיט סטיקן צו רעספאנסיביליטיס איז גוט פאר מיר.

זיך פרובירן צו קאנווינסן אז עס איז מיר וויכטיגער די סוקסעס פון זיין מעטשור און רעספאנסיביל, ווי צו לעבן אין די דמיונות פון זיך פראטעקטן פון קינדערישע צער.

(געשריבן 4 פוינטס, סטעפ ביי סטעפ אלעס איז וויכטיג)

יעצט עס נעמט צייט ביז די מח זאפט עס איין (פאר די סעיק אוו קאנווערסעישאן, לאמיר זאגן עס נעמט 6 חדשים)

אין די צייט וואס דער מח זאפט עס איין דארף מען אכט געבן עס נישט צו פאר'הרג'נען

וויאזוי פאר הרג'ט מען?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”