צאצאי ר' גרשון הכהן ראפאפורט בק"ק סיגוט מגזע ר' שמחה הכהן

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

צאצאי ר' גרשון הכהן ראפאפורט בק"ק סיגוט מגזע ר' שמחה הכהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אביסל צו חוקר'ן ארום אפאר משפחות פון סיגוט והגלילות, אייניקלעך פון (איין אדער עטליכע) ר' גרשון הכהן ראפאפורט, מגזע ר' שמחה הכהן ראפאפורט אב"ד דובנא והוראדנא ומנו"כ בשערבעשין, אבער די גאנצע איז זייער פארנעפלט, אפשר מיט די הילף פון חברים וידידים דפ"ק וועט זיין ווער ס'וועט קענען העלפן אויסקלארן. ווארשיינליך דרייען זיך דא פיל אייניקלעך פון די משפחות.

צי ערשט משפחת פריינד און העניג. כפי המקובל במשפחותם ובספרי יחוסיהם איז די שוויגער פון ר' משה ארי' פריינד די ראש הקהל פון סיגוט, די מאמע פון זוגתו (זיוו"ר) מרת חנה מלכה, געווען מרת הינדא כ"ץ בת ר' גרשון הכהן ראפאפורט, נכדת ר' שמחה הכהן ראפאפורט. אויך שארמאשער רב ז"ל איז געווען אן אייניקל פון הינדא הנ"ל, ווייל זיין באבע מרת שרה העניג איז געווען א טאכטער פון מרת חי' רחל שווארץ א שוועסטער פון חנה מלכה.

אין די לעצטערע דרוקן פון תפארת נפתלי ווערט די יוחס אויסגערעכנט ווי פאלגנד, ר' גרשון הכהן ראפאפורט בן ר' שמחה הכהן מ"מ דק"ק קיטוב, בן ר' גרשון הכהן אב"ד ראווא, ב"ר בנימין הכהן ראפאפורט מחבר ספר גבולות בנימין, בן ר' שמחה הכהן ראפאפורט הידוע הנ"ל.

אויך ווערט געבערענגט דארט צוויי זאכן בשם ר' משה ארי' פריינד זצ"ל בשם נאסוידער רב.
א' מרת הינדא האט דערציילט ווי זי האט געזעהן די זיידע ר' שמחה איז מתקן נשמות און פארשידענע צורות זענען זיי געקימען בעטן א תיקון
ב' מרת הינדא האט משמש געווען הצדיקת אדל די טאכטער פון בעל שם טוב און באקימען פון איר א ברכה אויף אריכות ימים.

לזכותו פון מצבות שטעלער האב מיר דא די מצבה פון מרת הינדא בבית החיים דק"ק סיגוט.

בילד
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

די זאך איז מלא תמיהות.
א' אוממעגליך אז מרת הינדא זאל האבן געקענט זעהן ר' שמחה מתקן זיין נשמות, ווייל ר' שמחה איז נפטר געווארן בשנת תע"ח און מרת הינדא איז געבוירען 55 יאר שפעטער בשנת תקל"ג.
ב' ר' בנימין ראפאפורט די גבולות בנימין איז נפטר געווארן בשנת תקל"א, בן שבעים. איז ער געבוירן בשנת ת"ס, הינדא וואס איז אן איר-איר אייניקל איז געבוירן 73 יאר שפעטער, קימט אויס בדוחק 18 יאר פאר יעדע דור צו געבוירן די קינד, און בנוסף צו דעם מוז דער ר' גרשון בן ר' בנימין'ס האבן אוועק גאר יונג אז ער זאל שוין האבן א אייניקל גרשון וואס האט שוין א קינד בשנת תקל"ג, אלעס קען זיין אבער סלייגט זיך נישט אויפן שכל.
ג' די נעמען ר' גרשון ראפאפורט אב"ד ראווא און ר' שמחה מגיד דק"ק קיטוב ברענגען קיינע רעזולטאטן אויף גוגל היברו בוקס און אצר החכמה
ד' אוממעגליך אז מרת חנה מלכה אשת ר' משה ארי' פריינד זאל זיין א טאכטער פון הינדא, מרת חנה מלכה איז נפטר געווארן אינגערהייט בשנת תרמ"ו בת נ"ד שנים. קימט אויס זי איז געבוירן בשנת תקצ"ב, און הינדא איז שוין געווען דעמאלט 60 יאר אלט, א 60 יעריגע פרוי האט געהאט א קינד...
(אויב די נושא אינטערסירט איינעם וועל מיר גיין ווייטער אז נישט וועט זיין דא שביתת קולמוסי)
לעצט פארראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שטארק אינטערסאנט קיפ אן יישכ"ח!
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?
שכל קומט מיט די יארן...

חוץ מזה דארף מען וויסן דעם חשבון וויאזוי זי האט געקענט משמש זיין הרבנית אדל (אגב, זי האט געהאט א שיך געשעפט), לויט די יש אומרים אז זי איז אוועק אין יאר תקל"ב, און מרת הינדא איז געבוירן לערך תקל"ג.
אויסער מ'וועט מוזן זאגן ווי די יש אומרים אז הרבנית אדל איז אוועק בערך תקמ"ז, קען שוין אפשר זיין.
שכל קומט מיט די יארן...
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

זושאלע האט געשריבן: און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?

קודם דארף מען וויסען אויב סאיז געווען אזא מענטש...
.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן: און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?

קודם דארף מען וויסען אויב סאיז געווען אזא מענטש...

פארוואס ביסטו מסופק?
שכל קומט מיט די יארן...
אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקח מועד »

אוממעגליך אז מרת חנה מלכה אשת ר' משה ארי' פריינד זאל זיין א טאכטער פון הינדא, מרת חנה מלכה איז נפטר געווארן אינגערהייט בשנת תרמ"ו בת נ"ד שנים. קימט אויס זי איז געבוירן בשנת תקצ"ב, און הינדא איז שוין געווען דעמאלט 60 יאר אלט, א 60 יעריגע פרוי האט געהאט א קינד...

גערעכט, מיר האבן שוין אסאך דורכגעטוהן דעם ענין
לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז ר' משה כ''ץ - דער שווער פון ר' משה ארי פריינד - א זוהן (אדער גאר אן איידים) פון מרת הינדא
מיר געפינען אויפן ביה''ח אין סיגוט צוויי מצבות נאנט איינס צום צווייטן
1) ר' משה ב''ר יהודה ליב הכהן
2) מרת פיגא בת ר' שמואל אשת ר' משה כ''ץ
עס איז זייער מעגליך אז מרת הינדא איז גאר געווען די מאמע פון ר' משה הכהן כ''ץ
אטעטשמענטס
ר משה בר יהודא ליב הכהן - ו סיון תרכד.jpg
מרת פיגא בר שמואל אשת ר משה כץ  ד חשון תרלח.jpg
אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקח מועד »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: א' אוממעגליך אז מרת הינדא זאל האבן געקענט זעהן ר' שמחה מתקן זיין נשמות, ווייל ר' שמחה איז נפטר געווארן בשנת תע"ח און מרת הינדא איז געבוירען 55 יאר שפעטער בשנת תקל"ג.

גערעכט, די מסורה גייט אז דאס איז געווען מיט איר טאטנס טאטע ר' שמחה.
(מפי גאב''ד ירושלים בשם זקינו דער נאסודער רב)

די קינדער פון ר' גרשון הכהן ראפאפורט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקח מועד »

אז מען רעדט שוין פון די קינדער פון ר' גרשון הכהן ראפאפורט
מיר געפינען א דאפלטע מצבה דארט נישט ווייט:
הנאהבים בחייהם / ה''ה / משכיל אל דל ביום / רע ימלטהו ה' / שמר מצות לא ידע / דבר רע / האיש משה עניו וחרד / על דברו / הר''ר משהבן הר''ר צבי/ נפטר א' דר''ח אדר / תקע''ו לפ''ק
ובמותם לא נפרדו / ואשתו / מרבדים עשתה לה / אשת חיל עטרת בעלה / נועם דרכיה מאוד נעלה / צופי' הליכות בתה / ירדה לגן עדן נשמתה / אל אהובה בחיים לא / תפרד במותה / ט''ו חשון תר''ג לפ''ק / מאנציא/ בת מו''ה גרשוןכ''ץ / ממשפחת ראפאפארט /

דער ר' משה גיצעס ווערט דערמאנט אין איינע פון די ספרים פון י י גרינוואלד אלס זוהן פונעם ערשטן רב אין סיגוט ר' צבי

יתכן אז פון דא נעמט זיך דער טעות אז ר' משה כ''ץ (שווער פון ר' משה ארי פריינד) איז געווען אן איידים ביי ר' גרשון הכהן ווייל ר' משה גיצעס איז דארט געווען אן איידים...
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אקח מועד האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: א' אוממעגליך אז מרת הינדא זאל האבן געקענט זעהן ר' שמחה מתקן זיין נשמות, ווייל ר' שמחה איז נפטר געווארן בשנת תע"ח און מרת הינדא איז געבוירען 55 יאר שפעטער בשנת תקל"ג.

גערעכט, די מסורה גייט אז דאס איז געווען מיט איר טאטנס טאטע ר' שמחה.
(מפי גאב''ד ירושלים בשם זקינו דער נאסודער רב)

כאמור למעלה, איך זיך א מקור פאר דעם אז איר טאטעס טאטע האט געהייסן ר' שמחה. ועוד, אזא גרויסע מענטש וואס האט מתקן געווען נשמות און סאיז נישט געבליבן קיין זכר אז אזא מענטש האט עקזיסטירט.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אקח מועד האט געשריבן:
אוממעגליך אז מרת חנה מלכה אשת ר' משה ארי' פריינד זאל זיין א טאכטער פון הינדא, מרת חנה מלכה איז נפטר געווארן אינגערהייט בשנת תרמ"ו בת נ"ד שנים. קימט אויס זי איז געבוירן בשנת תקצ"ב, און הינדא איז שוין געווען דעמאלט 60 יאר אלט, א 60 יעריגע פרוי האט געהאט א קינד...

גערעכט, מיר האבן שוין אסאך דורכגעטוהן דעם ענין
לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז ר' משה כ''ץ - דער שווער פון ר' משה ארי פריינד - א זוהן (אדער גאר אן איידים) פון מרת הינדא
מיר געפינען אויפן ביה''ח אין סיגוט צוויי מצבות נאנט איינס צום צווייטן
1) ר' משה ב''ר יהודה ליב הכהן
2) מרת פיגא בת ר' שמואל אשת ר' משה כ''ץ
עס איז זייער מעגליך אז מרת הינדא איז גאר געווען די מאמע פון ר' משה הכהן כ''ץ

א' די נאמען משה כ"ץ איז געווען זייער פאפולער אין סיגוט, ווייסטו בידיעה אז דאס איז ר' משה ארי'ס שווער?
ב' אויב איז די פייגא ר' משה ארי'ס שוויגער איז זי מן הסתם נישט געווען א טאכטער פון הינדא נאר א שנור, ווייל זי איז נישט געבוירען אין סיגוט נאר אין ווישעווע.
אטעטשמענטס
Feiga Katz.png
Feiga Katz.png (11.13 KiB) געזען 5028 מאל
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יעצט האט מיר איינער אריינגעשיקט א קונטרס פון די יוחס למשפחת עלעפאנט, וואס שמועסט אויס די יוחס פון די ראש המשפחה ר' אליעזר צבי עלעפאנט'ס ווייב מרת חנה אידל וואס איז געווען א טאכטער פון א ר' גרשון ראפאפורט, דער כותב שפעט אפ פון א פריערדיגע כותב פון די יוחס למשפחת עלעפאנט, וואס יענער האט קובע געווען אז ר' גרשון איז א אייניקל פון ש"ך מיט א סדר יוחס ביזן ש"ך אנשטאט האט ער אנגעקלעבט אז ר' גרשון איז די זעלבע ר' גרשון למשפחות פריינד העניג.

למעשה אויסער וואס על הראשונים אנו מצטערים, די פריינד העניג ווערסיע שטימט אויך זייער שוואך און האט נישט קיין מקור, האט ער מוסיף געווען די מרת חנה אידל אלץ א טאכטער פון דעם זעלבן ר' גרשון, בו בזמן וואס עס איז נישטא קיין מקור אז מרת חנה אידל זאל האבן געקומען פון סיגוט, און ווי אויך איז מרת חנה אידל געבוירען בשנת תקס"ב 30 יאר נאך מרת הינדא וואס איז געבוירען בשנת תקל"ג, און סאיז שווער צו בלייבן אז זיי זענען געווען שוועסטערס, בפרט אויב מרת מאנציא איז געווען א שוועסטערס פאר מרת הינדא, און זי איז לכאורה געווען עלטער, וויל איר מאן ר' משה גיציס איז שוין געבוירען בשנת תקי"א.
.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זעה דא א מצה פון א שמחה רפאפורט אין קיטוב, ס׳איז מסתבר אז דא האנדעלט זיך פון אונזערע ר׳ שמחה, הגם נישט מער ווי א סברא, אבער א גוטע., זעהט אויס אז זיין פאטער האט בכלל נישט געהייסן ר׳ גרשון, נאר ר׳ יצחק צבי, אבער כמובן יתכן אז ס׳איז עמיצער אנדערש.

לינק

---
יעצט זעה אז עס שטייט בכלל נישט רפאפורט, ציה איך צוריק, ס׳איז גאנת זיכער נישט עפ.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן: און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?

קודם דארף מען וויסען אויב סאיז געווען אזא מענטש...

אינעם נייעם ספר "מרא דעובדא" (ח"ג עמ' ס') ברענגן זיי ווי פאלגענד: "הצדקנית מרת הינדא היתה מגזע היחס, ובקופת זקיני הרה"צ מהרמ"א היתה מונחת פתקא, עליה רשם סדר היחס של חמותו למשפחת ראפאפארט הנכבדה, ואני העתקתי ממנה. וכה היה כתוב שם: מרת הינדא בת הרה"צ מו"ה גרשון הכהן ראפאפארט, בן הה"צ מרן שמחה הכהן מ"מ דק"ק קיטוב, בן הגה"צ מרן גרשון הכהן דק"ק ראווא הסמוך לזשאלקאוו, בן הגה"צ מו"ה בנימין הכהן מחבר ספר גבולת בנימין, חתן [אחיו] הרה"צ מרן חיים מחבר ספר זכר החיים הנקרא דרושי ר' חיים כהן, בן הגה"צ מו"ה שמחה הכהן הנקרא בפי כל רבי ר' שמחה, בן הרה"צ מרן נחמן הכהן ראפאפארט אבדק"ק דובנא רבתי הנקרא בכי כל ר' נחמן ליפשיס, בן הגה"צ מו"ה מאיר אבדק"ק חעלמי, בן הגה"צ גרשון ר"מ דק"ק ווינא, בן הגה"צ שמחה כהן ראפארט מחבר ספר קול שמחה, בן הגה"צ מו"ה גרשון".
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: כפי המקובל במשפחותם ובספרי יחוסיהם איז די שוויגער פון ר' משה ארי' פריינד די ראש הקהל פון סיגוט, די מאמע פון זוגתו (זיוו"ר) מרת חנה מלכה, געווען מרת הינדא כ"ץ בת ר' גרשון הכהן ראפאפורט, נכדת ר' שמחה הכהן ראפאפורט. אויך שארמאשער רב ז"ל איז געווען אן אייניקל פון הינדא הנ"ל, ווייל זיין באבע מרת שרה העניג איז געווען א טאכטער פון מרת חי' רחל שווארץ א שוועסטער פון חנה מלכה.

לזכותו פון מצבות שטעלער האב מיר דא די מצבה פון מרת הינדא בבית החיים דק"ק סיגוט.

בילד

אויף די מציבה שטייט אז זי איז נפטר געווארן ביום ה' כו אלול תרכ"ה.
די דאטום שטימט נישט. כ"ו אלול תרכ"ה איז געווען ביום א'.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נחוניא האט געשריבן:

אולי צ"ל כ"ג אלול
.
מציבה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 11:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מציבה »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: כפי המקובל במשפחותם ובספרי יחוסיהם איז די שוויגער פון ר' משה ארי' פריינד די ראש הקהל פון סיגוט, די מאמע פון זוגתו (זיוו"ר) מרת חנה מלכה, געווען מרת הינדא כ"ץ בת ר' גרשון הכהן ראפאפורט, נכדת ר' שמחה הכהן ראפאפורט. אויך שארמאשער רב ז"ל איז געווען אן אייניקל פון הינדא הנ"ל, ווייל זיין באבע מרת שרה העניג איז געווען א טאכטער פון מרת חי' רחל שווארץ א שוועסטער פון חנה מלכה.

לזכותו פון מצבות שטעלער האב מיר דא די מצבה פון מרת הינדא בבית החיים דק"ק סיגוט.

בילד

אויף די מציבה שטייט אז זי איז נפטר געווארן ביום ה' כו אלול תרכ"ה.
די דאטום שטימט נישט. כ"ו אלול תרכ"ה איז געווען ביום א'.

אולי צ"ל כ"ג אלול

צ"ל ביום ה' בו' אלול תרכ"ח
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:59 am
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:
און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?
קודם דארף מען וויסען אויב סאיז געווען אזא מענטש...
אינעם נייעם ספר "מרא דעובדא" (ח"ג עמ' ס') ברענגן זיי ווי פאלגענד: "הצדקנית מרת הינדא היתה מגזע היחס, ובקופת זקיני הרה"צ מהרמ"א היתה מונחת פתקא, עליה רשם סדר היחס של חמותו למשפחת ראפאפארט הנכבדה, ואני העתקתי ממנה. וכה היה כתוב שם: מרת הינדא בת הרה"צ מו"ה גרשון הכהן ראפאפארט, בן הה"צ מרן שמחה הכהן מ"מ דק"ק קיטוב, בן הגה"צ מרן גרשון הכהן דק"ק ראווא הסמוך לזשאלקאוו, בן הגה"צ מו"ה בנימין הכהן מחבר ספר גבולת בנימין, חתן [אחיו] הרה"צ מרן חיים מחבר ספר זכר החיים הנקרא דרושי ר' חיים כהן,בן הגה"צ מו"ה שמחה הכהן הנקרא בפי כל רבי ר' שמחה, בן הרה"צ מרן נחמן הכהן ראפאפארט אבדק"ק דובנא רבתי הנקרא בכי כל ר' נחמן ליפשיס, בן הגה"צ מו"ה מאיר אבדק"ק חעלמי, בן הגה"צ גרשון ר"מ דק"ק ווינא, בן הגה"צ שמחה כהן ראפארט מחבר ספר קול שמחה, בן הגה"צ מו"ה גרשון".
אינעם ספר "גבולות בנימין" ברענגט ער פון זיין ברודער רבי חיים הכהן מלבוב, און עס קוקט נישט אויס אז ער איז געווען ביי אים אן איידעם.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:31 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:59 am
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:
און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?
קודם דארף מען וויסען אויב סאיז געווען אזא מענטש...
אינעם נייעם ספר "מרא דעובדא" (ח"ג עמ' ס') ברענגן זיי ווי פאלגענד: "הצדקנית מרת הינדא היתה מגזע היחס, ובקופת זקיני הרה"צ מהרמ"א היתה מונחת פתקא, עליה רשם סדר היחס של חמותו למשפחת ראפאפארט הנכבדה, ואני העתקתי ממנה. וכה היה כתוב שם: מרת הינדא בת הרה"צ מו"ה גרשון הכהן ראפאפארט, בן הה"צ מרן שמחה הכהן מ"מ דק"ק קיטוב, בן הגה"צ מרן גרשון הכהן דק"ק ראווא הסמוך לזשאלקאוו, בן הגה"צ מו"ה בנימין הכהן מחבר ספר גבולת בנימין, חתן [אחיו] הרה"צ מרן חיים מחבר ספר זכר החיים הנקרא דרושי ר' חיים כהן,בן הגה"צ מו"ה שמחה הכהן הנקרא בפי כל רבי ר' שמחה, בן הרה"צ מרן נחמן הכהן ראפאפארט אבדק"ק דובנא רבתי הנקרא בכי כל ר' נחמן ליפשיס, בן הגה"צ מו"ה מאיר אבדק"ק חעלמי, בן הגה"צ גרשון ר"מ דק"ק ווינא, בן הגה"צ שמחה כהן ראפארט מחבר ספר קול שמחה, בן הגה"צ מו"ה גרשון".
אינעם ספר "גבולות בנימין" ברענגט ער פון זיין ברודער רבי חיים הכהן מלבוב, און עס קוקט נישט אויס אז ער איז געווען ביי אים אן איידעם.
ר' שמחה בן ר' בנימין איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' חיים הכהן, ממילא קען מען אפשר זאגן אז דער ר' גרשון דק"ק ראווא איז א טעות, און דער ר' שמחה פון קיטוב איז געווען די זון פון ר' בנימין, און עס דארף שטיין "ו"חתן אחיו, און עס גייט ארויף צוריק אויפן זוהן ר' שמחה
.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:56 pm
נחוניא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:31 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:59 am
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:
און אפשר מיינט זי צו זאגן איר טאטנס טאטע רבי שמחה?
קודם דארף מען וויסען אויב סאיז געווען אזא מענטש...
אינעם נייעם ספר "מרא דעובדא" (ח"ג עמ' ס') ברענגן זיי ווי פאלגענד: "הצדקנית מרת הינדא היתה מגזע היחס, ובקופת זקיני הרה"צ מהרמ"א היתה מונחת פתקא, עליה רשם סדר היחס של חמותו למשפחת ראפאפארט הנכבדה, ואני העתקתי ממנה. וכה היה כתוב שם: מרת הינדא בת הרה"צ מו"ה גרשון הכהן ראפאפארט, בן הה"צ מרן שמחה הכהן מ"מ דק"ק קיטוב, בן הגה"צ מרן גרשון הכהן דק"ק ראווא הסמוך לזשאלקאוו, בן הגה"צ מו"ה בנימין הכהן מחבר ספר גבולת בנימין, חתן [אחיו] הרה"צ מרן חיים מחבר ספר זכר החיים הנקרא דרושי ר' חיים כהן,בן הגה"צ מו"ה שמחה הכהן הנקרא בפי כל רבי ר' שמחה, בן הרה"צ מרן נחמן הכהן ראפאפארט אבדק"ק דובנא רבתי הנקרא בכי כל ר' נחמן ליפשיס, בן הגה"צ מו"ה מאיר אבדק"ק חעלמי, בן הגה"צ גרשון ר"מ דק"ק ווינא, בן הגה"צ שמחה כהן ראפארט מחבר ספר קול שמחה, בן הגה"צ מו"ה גרשון".
אינעם ספר "גבולות בנימין" ברענגט ער פון זיין ברודער רבי חיים הכהן מלבוב, און עס קוקט נישט אויס אז ער איז געווען ביי אים אן איידעם.
ר' שמחה בן ר' בנימין איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' חיים הכהן, ממילא קען מען אפשר זאגן אז דער ר' גרשון דק"ק ראווא איז א טעות, און דער ר' שמחה פון קיטוב איז געווען די זון פון ר' בנימין, און עס דארף שטיין "ו"חתן אחיו, און עס גייט ארויף צוריק אויפן זוהן ר' שמחה
וואו זעט מען אז ר' שמחה בן ר' בנימין איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' חיים הכהן?
וואו זעט מען אז ר' בנימין איז נפטר געווען אלס א בן שבעים?
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”