ספורי צדיקים לחג הסוכות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ווער איז געווען ביי מיין אתרוג?"
דער סדר פון ר"ר פנחס פלעגט זיין זייער מדקדק צו זיין און זוכן דעם בעסטן אתרוג. אבער רב ייבי זצ"ל פלעגט נישט קוקן אויף קיין אתרוגים פאר יו"ט, נאר ער פלעגט קויפן א פארמאכטן אתרוג און דאס לאזן ליגען ביז דעם ערשטן טאג יו"ט און קיין נברא האט דאס נישט געקענט זעהן, און ווען ער פלעגט ארויס נעמען דעם אתרוג איז דאס געווען א הדר שבהדרים.

איינמאל איז געווען א יאר וואס סא'יז נישט געווען קיין שיינע אתרוגים, און ר' פנחס האט געהאט גרויס עגמת נפש וועגן דעם. האט ער זיך אנגערופן און געזאגט לאמיר זעהן וואס דער אלטער (אזוי פלעגט ער רופן רב ייבי) טוט. רב ייבי האט געטאן דעם יאר ווי אלע יאר געקויפט א פארמאכטע אתרוג און דאס געלאזט ליגן. ווי ר' פנחס איז געקומען אין שטוב פון רבי ייבי איז רב ייבי דעמאלט געווען אין שוהל. ער האט דארט נאר געטראפן זיין זוהן הרה"צ אליקים געציל ז"ל וואס איז נאך געווען יונג. ער פרעגט איהם אויב זיין טאטע האט שוין א אתרוג? יא. ער באפעלט איהם ער זאל דאס איהם ברענגען ווייל ער וויל דאס זעהן, האט ער געענטפערט אז ער אליינס האט מורא דאס צו טאן ווייל ס'איז דא א באפעל פון זיין טאטע אז קיינער טאר נישט מטלטל זיין דעם אתרוג, אבער אויב ר' פנחס וויל דאס זעהן ליגט דאס אין שאפע... ר' פנחס גייט צום שאפע, ער נעמט ארויס דעם אתרוג און האלט דאס מיט זיינע צוויי פינגער פון אינטען, ער זעהט אז דער אתרוג איז פסול לכולי עלמא צו מאכן א ברכה אויף דעם. ער זאגט גארנישט נאר לייגט דאס צוריק און גייט ווייטער.

דעם ערשטן טאג יו"ט ווי רב ייבי האט געעפענט דעם פישקע צו זעהן דעם אתרוג פאר די ברכה, האט ער געשריגען הויך "ווער איז געווען ביי מיין אתרוג?" זיין זוהן האט מורא געהאט און געמוזט דערציילען די מעשה פון ר' פנחס, און אט דער אתרוג איז יעצט געווען זייער שיין א הדר שבהדרים. ר' פנחס האט יענע יאר נישט געהאט קיין אייגענע אתרוג האט ער געמוזט בענטשן אויף דעם אתרוג.
(שבחי רב ייבי)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך האב געהערט פון ר' אברהם ווינשיל פון קעשינאוו אז דער הייליקער בעש"ט זי"ע האט געהאט אין זיין חבריא 4 חסידים מיט דעם נאמען דוד. ר' דוד לייקעס, ר' דוד פירקעס, ר' דוד ניקאלייוער און ר' דוד אוסטרער. זיי זענען געווען פון זיינע גרעסטע תלמידים. פאר די הסתלקות איז אריין צו איהם ר' דוד אוסטרער, און געזאגט "רבי אויף וועמען פארלאזט דו אונז" האט דער בעש"ט געענטפערט אז ס'איז דא א בער אין וואלד און א חכם פנחס. האט ר' דוד פארשטאנען אז דער בעש"ט איז מרמז אויך ר"ר בער פון מעזריטש און ר' פנחס קאריצער. גלייך נאך די הסתלקות האט ר"ר בער איבער גענומען די נשיאות אבער ר' פנחס איז געווען א נחבא אל הכלים, מ'האט איהם גערופן דער שווארצער מלמד, ווייל ער פלעגט כסדר דאווענען אינטער דעם אויווען און זיינע וועגן איז געווען זייער באהאלטען.

דער ר' דוד אוסטרער איז געווען אן עושר, יעדן יאהר פלעגט ער קויפן צוויי אתרוגים איינע פאר דעם בעש"ט און איינע פאר זיך אליינס. נאך די הסתלקות האט ער געקויפט דריי אתרוגים, פאר'ן מעזריטשע מגיד, פאר ר' פנחס קאריצער און פאר זיך. יענע יאר זענען געווען זייער ווייניג אתרוגים, און אין קאריץ איז נישט געווען אפילו נישט איין אתרוג. דעם ערשטן טאג יו"ט האט מען געווארט מיט דאס דאווענען אפשר וועט נאך אנקומען אן אתרוג פון א צווייטע שטעטל (מ'פלעגט מיט א גוי ארום שיקן די ד' מינים פון איין שטעטל צום צווייטן), אבער מ'ווארט און מ'ווארט, ביז די ראשי הקהלה האבן מחליט געווען צו דאווענען אפשר וועט דערווייל אנקומען ד' מינים. ווי מ'האט געענדיגט דאווענען שחרית איז נאך אלס נישט געווען די ד' מינים. מ'ווארט ווייטער און מ'האט שוין געהייסן ר' בנימין חזן ער זאל אנפאנגען הלל אן די ד' מינים, אבער ר' בנימין האט נישט געהאט קיין חשק צו זאגן הלל אן די ד' מינים. אבער מ'האט אויף איהם שטארק געדריקט ער זאל שוין אנפאנגען הלל אפילו אן די ד' מינים. ער האט נישט געהאט קיין עצה און איז צו געגאנגען צום עמוד זאגען הלל. אבער ווי ער וויל אנפאנגען די ברכה פון הלל איז ר' פנחס צו געגאנגען צו איהם און איהם צוריק געהאלטען. ער איז תיכף אוועק פון דעם עמוד. די מענטשן פרעגן איהם פאר וואס. ווייזט ער אז ר' פנחס לאזט איהם נישט (ר' פנחס איז נאך נישט געווען באוואוסט דעמאלט). מ'פרעגט ר' פנחס פארוואס? האט ר' פנחס געענטפערט אז זיכער וועט באלד זיין די ד' מינים. מ'פרעגט איהם ווי לאנג וועט מען דארפן ווארטן, האט ער געזאגט איין שעה... פאר ס'איז אריבער די שעה האט מען געזעהן ווי אן ערל רייט אויף א פערד אין זיינע הענט האלט ער די ד' מינים מיט א בריוו. מ'עפענט דעם בריוו צו ליינען, האבן זיי געזעהן ווי ר' דוד שרייבט פאר ר' פנחס אז ער שיקט איהם די ד' מינים. אין דעם בריוו האט ער געשריבן גרויסע טיטלען אויף ר' פנחס איינע פון זיי "ראש כל בני הגולה". אלע מענטשן האבן זיך געוואונדערט ווייל ר' דוד איז געווען באוואוסט פאר א גרויסע צדיק, און פון ר' פנחס האט מען נאך נישט געוואוסט דערווייל צו זאגן וועגן זיין גדלות, און יעצט שרייבט ער אזעלכע גרויסע שבחים אויף עם! זיי בעטן ר' פנחס אז ער זאל זיי לאזן בענטשן אויף דעם אתרוג, האט ער געזאגט אז קודם וועט ער בענטשן אויף דעם, אזוי האט ער געטאן נאך דעם גאנץ קהל. מ'האט געוואלט געבן די ד' מינים פאר ר' בנימין דער חזן ער זאל צו גיין צום עמוד זאגן הלל, האט ר' פנחס געזאגט אז ער וועט זאגן הלל. אזוי האט זיך ר' פנחס צוגעשטעלט צום עמוד זאגן הלל.

נאכ'ן דאוונען איז דער עולם געגאנגען צום טיש פון ר' פנחס, האט ר' פנחס זיי דערציילט אז דער הייליקער בעש"ט ווען מ'האט איהם פון הימל געלאזט וויסן אז ער וועט זיין א מנהיג ישראל איז ער אריין צו זיין רעבעצין, און איר געזאגט אז ס'איז נגזר געווארן אויף איהם ער זאל ווערן א מנהיג ישראל, ער פרעגט איר וואס זאל מען טאן? האט זי געזאגט אז מ'זאל פאסטן. האבן זיי ביידע געפאסט דריי טעג רצופים בייטאג און ביינאכט, און א גאנצע מעת לעת זענען זיי געלעגען בפישוט ידים ורגלים אויף די ערד, ביים דריטן טאג האט דער בעש"ט געהערט א כרוז פון הימל "מיין זוהן גיי פיר דעם פאלק". דער בעש"ט איז אויפגעשטאנען אויף זיינע פיס אן געזאגט אויב דער רצון פון השם איז אז איך זאל זיין א מנהיג מוז איך דאס מקבל זיין אויף זיך - מיט די ווערטער האט ר' פנחס געענדיגט די מעשה פון בעש"ט.
(גן הדסים)
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ארויף
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הסוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

בבית הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא זי"ע היה המצב של עניות גדולה מאוד, פעם אחת בהתקרב חג הסוכות היה ביתו של הרה"ק מאפטא ריקם באין כל, ולא היה בידו פרוטה לפרטה לקנות צרכי החג. והרה"ק מאפטא שקיבל עליו שלא לפנות לאיש לבקש עזרה לא שינה ממנהגו גם הפעם, ופנה אל המקוה לטבול ולטהר עצמו בסילודין לקראת חג הסוכות הממשמש ובא, והנה כאשר שהה הרה"ק מאפטא בבית הטבילה, הופיע בביתו איש עשיר וסיפר להרבנית כי הוא התעכב בדרך ואפסה תקוותו להגיע לביתו עד עת התקדש החג, ומכיון שאין לו שום קרוב וידיד כאן בעיר, ומאידך גיסא יש ברשותו סכום כסף גדול והוא חושש להפקידו בידים לא נאמנות, על כן ברצונו להתארח בבית הרב דמתא במשך החג כי בודאי הרב הוא ירא שמים ויוכל לסמוך על נאמנותו, ובהבחינו שהבית ריקן אמר לרבנית כי הוא ישלם במיטב שתלך לקנות צרכי החג בהרחבה גדולה, וענתה לו הרבנית כי היא מסכימה ובודאי שגם הרב יסכים לכך, והכניס האורח את חפציו לבית והגיש להרבנית אדום זהב להכין צרכי יום טוב, ואכן הכינה כל צרכי החג בהרחבה ובשפע גדולה.
וכשהרה"ק מאפטא שב מבית הטבילה נתן שלום להאורח, והלכו שניהם לבית הכנסת להתפלל תפילת מנחה ומעריב, ותיכף אחר התפילה חזר יחדיו אל בית הרה"ק מאפטא, והאורח שהיה עיף ויגע מחולשא דאורחא, וגם רעב ותאב לאכול וכבר נכסף לאכול ולהשקיט רעבונו ולשכב על מיטתו לתת מנוח לעצמותיו הדואבים, מיהר אל הסוכה וישב והמתין שם שהרה"ק מאפטא יקדש על היין ויתחילו בסעודת החג, אולם הזמן עבר והרה"ק מאפטא לא באה אל הסוכה.
כשפקעה סבלנותו של האורח יצא החוצה והנה הגיע לאזניו קול בכי, הלך האורח אחר הקול לדעת מה זה ועל מה זה, עד שהגיע לחורבה אחת ולגודל תדהמתו מצא שם את הרה"ק מאפטא שוכב על הארץ והוא בוכה ומתאונן לפני הקב"ה באומרו: "רבונו של עולם גשמיות נתת לי, אבל רוחניות לא נתת לי כי אין לי אתרוג, והלא טוב מותי מחיי", וכך בכה בכי תמרורים ביללה גדולה. מיד ניגש האורח אל הרה"ק מאפטא ואמר לו: יש בפי בשורה טובה עבורכם שיש ברשותי אתרוג יפה ומהודר, הבה ניגש לביתכם ואתנהו לכם, מיד פסק הרה"ק מאפטא מבכיו והלך עם האורח אל ביתו, שם הוציא האורח מן המזוודה שלו אתרוג מהודר כליל תפארת, והגישו להרה"ק מאפטא שהתמלא שמחה וגילה כיון שנוכח לראות כי היה הקב"ה בעזרו.
ותיכף אחר כך באה הרה"ק מאפטא אל הסוכה והתחיל באמירת קידוש היום, והנה דרכו בקודש היתה שבהזמינו את האושפיזין לסוכתו היה מצווה להביא לפניו שבע כסאות כמנין האושפיזין הק', ובאמירת ליעול אברהם היה מקרב את הכסא הראשון לפניו, וכן ביצחק וכן בכולם עד שהיה מושיב כל האושפיזין הק' בסוכתו, וכך נהג גם בהאי שתא, אמנם אותו אורח בראותו את כל הכיסאות הריקים עומדים בסמוך להרה"ק מאפטא ואילו הוא נדחק לקצה השלחן, חלשה דעתו ותמה מאוד על מה ראה רבינו לעשות לו ככה, אולם הוא התאפק ולא אמר כלום, וכך עשו קידוש וסעדו סעודת החג ואחר פנה האורח לישן.
הבוקר אור עם שחר הכין הרה"ק מאפטא את עצמו כראוי וקיים מצות נטילת לולב כתיקונה וכן האורח, וכשהגיע הזמן פנו לסעוד סעודת היום בסוכה, והנה הרה"ק מאפטא הרגיש וידע שהאורח מתרעם עליו בליבו על שהורידו לשיפולי השולחן, ובכן בסעודת הבוקר כשהזמין רבינו את האושפיזין פקח רבינו את עיניו והנה נגלה לפניו מראה האושפיזין הק' כשהם נכנסים ובאים אל הסוכה לפי הזמנתו של רבינו, כשבאמרו ליעול אברהם' נכנס ובא אברהם אבינו, וכן יצחק ויעקב משה אהרן יוסף ודוד וכולם יושבים על שבע הכיסאות שהציב רבינו לכבודם, או אז שמח העשיר שמחה גדולה על המראות הנפלאים שזכה לראות וכן על שהחיה את נפש הרה"ק מאפטא בין ברחניות ובין בגשמיות.
ביום הראשון של חול המועד רצה האורח לנסוע לביתו, והוא בא לפני הרה"ק מאפטא לקבל ממנו ברכת הפרידה, אך רבינו נענה ואמר לו לדעתי יותר טוב שתשאר כאן, ואחרי שזכית לראות מה שראית אני מייעץ לך לטובתך שתכתוב צוואה לבני ביתך ותעלה לגן עדן עמי במחיצתי באין מונע, ואני אדאג להעביר את הכסף שעמך לבני משפחתך שיקיימו את צוואתך, והנני מבטיחך נאמנה שאני וזרעי וזרע זרעי מדי שנה בשנה ביום היארצייט נאמר קדיש לנשמתך מעתה ועד עולם.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”