דאווענען מיט מנין דורך אינטערנעט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

דאווענען מיט מנין דורך אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

ס'איז ערשינען א פרישע דעת תור"א, איבער דאווענען מיט מנין דורך אינטערנעט.
http://www.jdn.co.il/video/787376
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע:איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

אין ב"פ איז שוין אויך געווען אמאל א נושא וועגן דעם און כמעט קיינער האט נישט געפסקענט אז מ'מעג..
נאר הרה"צ ר' מענדל גאלד שליט"א אב"ד בית אשר לובלין 41&12 (וואס לכבוד דעם האט ער געמאכט א הכשר סימבאל...)
אבער איך ווייס נישט צו מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם און אויך אויף הרב יצחק יוסף ווייס איך נישט צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים ווייל אזוי ווי די עסט נישט זיין הכשר גייסטו נישט פאלגן וואס ער פסקענט... און ספעציעל נאך וואס ס'איז באוויסט אז ער מיט זיין הייליגע טאטע האבן מתיר געווען אסאך זאכן לצורך זייערע חברה די ספרדים (פרענקן...)...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אוודאי אז בדיעבד ווען מען האט נישט קיין מנין איז דאס בעסער ווי גארנישט. די שאלה איז אבער יא, צי מעג מען ענטפערן אמן, און מער אזוי ברכו און קדושה, אין די וועלט אריין. ואם נניח דדי בהנפת סודרין גם למי שאינו בבית הכנסת או בסמוך לו, ואינו רואה עשרה, יש לצדד גם בזה דמאי שנא. (ופשוט לכאורה דראיית עשרה דרך המחשב לא חשיב ראייה).

ויל"ע מטעם אחר, דלפעמים דרך השידור להתאחר קצת, ונמצא בשעה שעונה כבר כלה הענייה מפי רוב העונים, ואסור לענות אז ואדרבה לגבי אמן זה גרע הרבה מסתם אמירת אמן.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

איז די רעדע פון צירוף לעשרה, אדער פון עניית דבר שבקדושה?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אוודאי נישט איבער צירוף לעשרה, היעלה על הדעת?

די שאלה איז צי עס הייסט תפילה בציבור בשעת הדחק. עס איז מילא נישט נוגע אויף די וועלט, (אפשר צי ס'דא א ענין צוצופארן ד' מילין צו כאפן ווייפיי:-) )נאר לגבי גן עדן.

וואס איז יא נוגע פאר אונז איז צי מען מעג ענטפערן.
לעצט פארראכטן דורך מי חכם אום דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 7:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אויב איז די שאלה לגבי עניית דבר שבקדושה, נישט לגבי צירוף לעשרה, וואס איז עס אנדערש פון הערן א ברכה אויפן טעלעפאן, וואס כבר דשו בו רבים, אן אלטע שאלה, [די שאלה איז שוין איבער הונדערט יאר!!, נשאל לראשונה בקובץ 'המאסף' שנת תרע"ד]
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע:אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

מי חכם האט געשריבן: (אפשר צי ס'דא א ענין צוצופארן ד' מילין צו כאפן ווייפיי:-)

:lol:
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2936
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע:אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

פארוואס זאל עס בכלל עפעס העלפן?
א פשוטע איד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יהודי האט געשריבן: פארוואס זאל עס בכלל עפעס העלפן?

אלס "בשעה שהציבור מתפללין", אבער פאר דעם ברויכט איר בלויז א פשוט'ער זייגער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

האט נישט די מאמענט געהאט נישט לאנג צוריק א גאנצע שמועס איבער דעם?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע:אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איז דא א חילוק צווישן דאווענן מיט מנין אויף די אינטערנעט, און דאווענען מיט מנין אויפן טעלעפאון? (איך האב אמאל געהערט א לאנגע שמועס אין דעם ענין, איך וויל וויסן אויב עס גייט אריין אין די זעלבע כלל)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך ,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

farshlufen האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן: פארוואס זאל עס בכלל עפעס העלפן?

אלס "בשעה שהציבור מתפללין", אבער פאר דעם ברויכט איר בלויז א פשוט'ער זייגער.

ווי קומט אריין בשעה שהציבור מתפללין? בשעה שהציבור מתפללין מיינט ווען דו האסט צען אידן אויף איין פלאץ, קענסטו האבן דעם ענין פון בשעה שהציבור מתפללין. אויב האסטו נישט קיין מנין (דהיינו צירוף עשרה וואס יעדער איז מודה אז עס איז נישט) איז נישטא דער ענין.
מי חכם האט געשריבן: אוודאי אז בדיעבד ווען מען האט נישט קיין מנין איז דאס בעסער ווי גארנישט. די שאלה איז אבער יא, צי מעג מען ענטפערן אמן, און מער אזוי ברכו און קדושה, אין די וועלט אריין. ואם נניח דדי בהנפת סודרין גם למי שאינו בבית הכנסת או בסמוך לו, ואינו רואה עשרה, יש לצדד גם בזה דמאי שנא. (ופשוט לכאורה דראיית עשרה דרך המחשב לא חשיב ראייה).

ויל"ע מטעם אחר, דלפעמים דרך השידור להתאחר קצת, ונמצא בשעה שעונה כבר כלה הענייה מפי רוב העונים, ואסור לענות אז ואדרבה לגבי אמן זה גרע הרבה מסתם אמירת אמן.

וואס איז די צד אז מ'קען ענטפערן אמן?
און ניין, עס איז בדיעבד אויך נישט תפילה בציבור.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ציבור מאן דכר שמיה. אפילו שטיין לעבן ציבור נישט בחדר אחד ועכ"פ כשאינן רואין זה את זה איז נישטא קיין ציבור.
די שאלה וועגן טעלעפאן איז וועגן שומע כעונה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

משהזוךמיר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן: פארוואס זאל עס בכלל עפעס העלפן?

אלס "בשעה שהציבור מתפללין", אבער פאר דעם ברויכט איר בלויז א פשוט'ער זייגער.

ווי קומט אריין בשעה שהציבור מתפללין? בשעה שהציבור מתפללין מיינט ווען דו האסט צען אידן אויף איין פלאץ, קענסטו האבן דעם ענין פון בשעה שהציבור מתפללין. אויב האסטו נישט קיין מנין (דהיינו צירוף עשרה וואס יעדער איז מודה אז עס איז נישט) איז נישטא דער ענין.
מי חכם האט געשריבן: אוודאי אז בדיעבד ווען מען האט נישט קיין מנין איז דאס בעסער ווי גארנישט. די שאלה איז אבער יא, צי מעג מען ענטפערן אמן, און מער אזוי ברכו און קדושה, אין די וועלט אריין. ואם נניח דדי בהנפת סודרין גם למי שאינו בבית הכנסת או בסמוך לו, ואינו רואה עשרה, יש לצדד גם בזה דמאי שנא. (ופשוט לכאורה דראיית עשרה דרך המחשב לא חשיב ראייה).

ויל"ע מטעם אחר, דלפעמים דרך השידור להתאחר קצת, ונמצא בשעה שעונה כבר כלה הענייה מפי רוב העונים, ואסור לענות אז ואדרבה לגבי אמן זה גרע הרבה מסתם אמירת אמן.

וואס איז די צד אז מ'קען ענטפערן אמן?
און ניין, עס איז בדיעבד אויך נישט תפילה בציבור.

מ'רעדט דאך ווען דארטן אין שול איז יא דא 10. סאו בשעה שהציבור מתפללים איז עס זיכער. די שאלה איז צי ס'איז עפעס מער ווי דעם.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ראספשע האט געשריבן: אויב איז די שאלה לגבי עניית דבר שבקדושה, נישט לגבי צירוף לעשרה, וואס איז עס אנדערש פון הערן א ברכה אויפן טעלעפאן, וואס כבר דשו בו רבים, אן אלטע שאלה, [די שאלה איז שוין איבער הונדערט יאר!!, נשאל לראשונה בקובץ 'המאסף' שנת תרע"ד]

דעמאלט האט מען נאר גערעדט פון ווייערד טעלעפאונס

מעגליך אז ווייערלעס קען זיך אביסל טוישן די שאלה (למשל לגבי די חלק אז די ווייערס לויפן דורך מקומות המטונפים)
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:

וואס איז א חילוק אויב די סיגנעלס זענען עלעקטער וואס לויפט דורך ווייערס אדער סיגנעלס דורך רעידיאו וועיווס
נישטא איינער וואס פארשטייט ווי אזוי עס ארבעט און האלט אז דאס איז א פראבלעם

פינקט פארקערט ווייערלעס קען זיין א גרעסערע פראבלעם ווייל די ווייער האט שני כיסים מה שאין כן ווייערלעס איז אין די ליפט אן קיין כיסי...

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז גרינגער, נאר אז מ'דארף פריש דן זיין.

מעגליך אז ס'איז גאר הארבער אזוי ווי דו זאגסט
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

די לעצטע שורה האב איך געזאגט פאר א זשאוק (קען זיין נישט א געלונגענע)
האסט פארפאסט די מיטעלסטע שורה
"נישטא איינער וואס פארשטייט ווי אזוי עס ארבעט און האלט אז דאס איז א פראבלעם"
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

מי חכם האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן: פארוואס זאל עס בכלל עפעס העלפן?

אלס "בשעה שהציבור מתפללין", אבער פאר דעם ברויכט איר בלויז א פשוט'ער זייגער.

ווי קומט אריין בשעה שהציבור מתפללין? בשעה שהציבור מתפללין מיינט ווען דו האסט צען אידן אויף איין פלאץ, קענסטו האבן דעם ענין פון בשעה שהציבור מתפללין. אויב האסטו נישט קיין מנין (דהיינו צירוף עשרה וואס יעדער איז מודה אז עס איז נישט) איז נישטא דער ענין.

מ'רעדט דאך ווען דארטן אין שול איז יא דא 10. סאו בשעה שהציבור מתפללים איז עס זיכער. די שאלה איז צי ס'איז עפעס מער ווי דעם.

אזויווי פארשלאפן זאגט, בשעה שהציבור מתפללין האסטו ביי דיר אינדערהיים אויך, דארפסט נישט קיין אינטערנעט פארדעם און נישט קיין טעלעפאן, בלויז א פשוט'ע זייגער.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן: אויב איז די שאלה לגבי עניית דבר שבקדושה, נישט לגבי צירוף לעשרה, וואס איז עס אנדערש פון הערן א ברכה אויפן טעלעפאן, וואס כבר דשו בו רבים, אן אלטע שאלה, [די שאלה איז שוין איבער הונדערט יאר!!, נשאל לראשונה בקובץ 'המאסף' שנת תרע"ד]

דעמאלט האט מען נאר גערעדט פון ווייערד טעלעפאונס

מעגליך אז ווייערלעס קען זיך אביסל טוישן די שאלה (למשל לגבי די חלק אז די ווייערס לויפן דורך מקומות המטונפים)

וואס איז א חילוק אויב די סיגנעלס זענען עלעקטער וואס לויפט דורך ווייערס אדער סיגנעלס דורך רעידיאו וועיווס
נישטא איינער וואס פארשטייט ווי אזוי עס ארבעט און האלט אז דאס איז א פראבלעם

פינקט פארקערט ווייערלעס קען זיין א גרעסערע פראבלעם ווייל די ווייער האט שני כיסים מה שאין כן ווייערלעס איז אין די ליפט אן קיין כיסי...

אז דו וועסט קוקן אין שו"ע וועסטו זען אז עס איז קיין נ"מ אויב די ווייערס לויפן דורך מקומות המטונפים. דער פראבלעם איז אויב עס איז דאמקומות המטונפים אינצווישן, האקט עס אויטאמאטיש אפ דעם בשעה שהציבור. עס וועט נישט העלפן דעם פאקט אז דו האסט טעלעפאן פארבינדונג ווייל בשעה שהציבור דארפסטו בכלל נישט קיין פארבינדונג, נאר בלויז עס זאל נישט זיין קיין מ"ה אינצווישן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אקעי. אנטשולדיג, די שאלה פון מקומות המטונפים איז מער לגבי ענטפערן אמן ווען מען הערט א ברכה אויפ'ן טעלעפאון
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

Re: דאווענען מיט מנין דורך אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

פלעגט זיין ביי קאראנא, איינער ווייסט עס נאך דא אזוינס?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”