אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אפענע געפילן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:00 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע געפילן »

loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:07 am
שטארק זיך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:12 pm
קען איינער אריינקומען מיט די קרייטעריע פון אן עילוי?

איך טרעף קוקט מיר אויס ווי יעדער איז פון אן אנדער סארט לחלוטין.

בעת @גוזמא רעדט פון דאס ריכטיגע נישט מוגזם׳דיגע עילוי פונעם מעשה ביכל.
איך באטראכט עס בערך אזוי, די מח איז צוטיילט פון אסאך חלקים
לאמיר אנכאפן עטליכע ווי
תפיסה מהירה, און אזעלכע וואס זענען בכלל שנעלע מוחות וואס טוען אלעס שרעקליך פלינק, און אויטאמאטיש זענען אלע מעשי הגוף וואס ווערט געפירט פון מח זייער שנעל, די אויגן די קריאה איז זייער פלינק און די תפיסה אא"ו.
הבנה והיקף, ווי טיף און ברייט מ'פארשטייט ענינים.
זייער א גוטע דעסקריפציע, איך האב איין זוהן וואס האט גאר שטארק די 'שנעלע תפיסה' קאפ, איך האב זיך אלס געוואונדערט וואס דאס האט מיט פיזישע שנעלקייט, ווייל ער איז מורא'דיג פלינק און געשיקט פיזיש, אלעס מוז ער טוהן שנעל, און פאר געוויסע ארומיגע וואס זענען אביסל ראויגער איז עס טיילמאל שווער. פון דיינע ווערטער פארשטיי איך שוין די צוזאמשטעל.
געפילן קען מען נישט דערשטיקן אדער פארטרייבן, ענדערש נעם זיי אויף מיט אפענע ארעמעס און האב מנוחת הנפש
אינטערנאל פעמילי סיסטעם IFS
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אפענע געפילן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:02 pm
loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:07 am
שטארק זיך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:12 pm
קען איינער אריינקומען מיט די קרייטעריע פון אן עילוי?

איך טרעף קוקט מיר אויס ווי יעדער איז פון אן אנדער סארט לחלוטין.

בעת @גוזמא רעדט פון דאס ריכטיגע נישט מוגזם׳דיגע עילוי פונעם מעשה ביכל.
איך באטראכט עס בערך אזוי, די מח איז צוטיילט פון אסאך חלקים
לאמיר אנכאפן עטליכע ווי
תפיסה מהירה, און אזעלכע וואס זענען בכלל שנעלע מוחות וואס טוען אלעס שרעקליך פלינק, און אויטאמאטיש זענען אלע מעשי הגוף וואס ווערט געפירט פון מח זייער שנעל, די אויגן די קריאה איז זייער פלינק און די תפיסה אא"ו.
הבנה והיקף, ווי טיף און ברייט מ'פארשטייט ענינים.
זייער א גוטע דעסקריפציע, איך האב איין זוהן וואס האט גאר שטארק די 'שנעלע תפיסה' קאפ, איך האב זיך אלס געוואונדערט וואס דאס האט מיט פיזישע שנעלקייט, ווייל ער איז מורא'דיג פלינק און געשיקט פיזיש, אלעס מוז ער טוהן שנעל, און פאר געוויסע ארומיגע וואס זענען אביסל ראויגער איז עס טיילמאל שווער. פון דיינע ווערטער פארשטיי איך שוין די צוזאמשטעל.
ווען מען רוקט די הענט אדער פוס, ווער רוקט עס?
די הענט און פוס זענען א בחי' פון א דומם, די גאנצע חיות און נשמה דערפון איז די נערוו וואס איז מקושר צום מח, און ווען די קאפ איז וואך, מען שלאפט נישט, קענסטו מעורר זיין דיין מח מיט דיין מחשבה אז דו ווילסט יעצט גיין לויפן רוקן שלעפן וכו', און דיין מח פאלגט און שיקט א זענדונג דורך די נערוון סיסטעם ביז די אבר צו טון די פעולה.
ווי שנעלער דיין מח ארבעט אלץ שנעלער קענען די איברים קאאפערירן דערמיט.
ס'איז דא מענטשן וואס ליינען שרעקליך שנעל, אלעס איז די מח נישט די לענס פון אויג.
און די זעלבע זאך מיט שרייבן, לויפן.
די זעלבע מיט א חיתוך הדיבור, דארט קען זיך טאקע מאכן א שטאלפערן אישו מיט שנעלע מוחות וואס די כלי מוצאות הפה קענען נישט נאכיאגן דעם מח.
טעם לפגם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:21 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם לפגם »

אין חכם כבעל נסיון ואם אין חכמה כאן זקנה יש כאן,
אני הקטן טעמתי אלף פעמים הטעם לפגם הנ"ל שיש לו להאב הנ"ל עם בנו העילוי הגדול,
וסך הכל בכל מכל כל אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים להתפלל ולצעוק בחונן הדעת שיחננו השי"ת בדעה צלולה האיך להתנהג בדבר זה,
כי מצד אחד העילוי הנ"ל אין לו סיפוק ממה שלמד מכיון שאינו עולה לו ביגיעה, ואם יזרזו לה יש אפשרות מרובה שיפול רוכבו וסוס יחד בים האפול והחושך ממים צלולים ועכורים, ומצד שני כשלומד ומייגע א"ע על דברי רבותינו הראשונים אשר מפיהם אנו חיים וקיימים ואינו עולה לו בניקל כל כך אז התענוג והסיפוק בזה הוא גדול עד למאוד,
אבל דבר אחד צריך האב להבין, שכמו שמי שיש לו מוח חלש בטבע אזי לימודו אינו עולה לו יפה בפעם הראשון והשני רק צריך לזה יגיעה הרבה והרבה יותר ממה שכתוב כאן, כמו כן ואפילו פי כמה יותר פעמים מזה צריך העילוי והבעל כשרון לייגע את עצמו לשבת ולהאזין להשיעורים כסדרם וצריך לזה שלשלת ארוכה וחבל של ברזל בל ינתקו חוטי מוחו שלא לצאת מגדר האנושי, ומי שלא היה במצב כזה אי אפשר לו להבינו על בוריו,
אבל זה ברור שבתפלה ותחנונים מלפני אבינו שבשמים יכולים הכל לפעול, ויש ענין שיתהפך הכל לטובה, והרבה טיפות דיו נשתייר בקולמוס אשר אי אפשר להעלות על הכתב כראוי בצורה מסודרת והמבין יבין,
וועלן מיר פראבירען צו אריין געבן א פרישען טעם לפגםאין אלעמען,
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

למעשה איז ידוע אז כמעט אלע וואס וואקסן אויס זענען דייקא נישט די גוטע קעפ. במילא דארף מען זיך נישט אזוי זארגן..
באפעלאו
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 06, 2023 8:17 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באפעלאו »

איך ווייס נישט צו איינער האט שוין געזאגט דאס, how about א צווייטער זאל אים זאגן דעיס אלעס, perhaps דער יונגערמאן מיט וועם ער לערנט. די ציל איז דאך צו עפענען זיין אויגן ער זאל זיך אליין נעמען, נו אויב אזוי, זאל עס דער יונגערמאן טון, אזוי נעמסטו נישט די ריזיקע פון די קאנסעקווענצן וואס די ביסט אזוי באזארגט פאר (דהיינו אז די טאטע טאר נישט פרעשערן ח"ו וכדומה).

אבער באמת,, איך מיין אז א בריוו איז מורא'דיג. כ'מיין ס'פארט אריין טיפער ווי מ'זאל אים זאגן. ער קען נישט ווייזן קיין ריעקשען פאר'ן כותב בשעת'ן עס ליינען vs ווען מ'זאגט אים, וואס דאס מאכט אים ווערן שטויסעדיג.

זייער הנאה פון די אשכול, כ'גלייב אז א שיינע ציבור מוטשעט זיך מיט דעים כאטש נישט אויף אזא לעוועל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איבער שבת האב איך אסאך געטראכט איבער דעם אשכול; דעם טאט'ן, דעם בחור'ל דער עילוי, און אלע בחורים אין אן ענליכן מצב, און איך בין געקומען צו דער מסקנא, אז אויסער אלעס וואס איז שוין געשריבן געווארן דא, איז כדאי צו אדרעסירן דער נושא פון גענצליך אן אנדערן פערסעפקטיוו. און לאמיר אריינטראכטן ווי פאלגענד:
  • וואס הייסט דאס אן עילוי?
  • פארוואס האט ער באזונדערע טאלאנטן און אויך באזונדערע שוועריקייטן?
  • פארוואס אין געוויסע נושאים קומען זיי גאר ארויס אומוויסנד (און אפילו אומקאמפעטענט) ביז גאר?
  • פארוואס קענען מיר נישט אלע זיין קיין עילויים?
  • פארוואס ווען ס'קומט צו אונזערע שמויגער'ישע זאכן צינדט זיך פלוצלינג אן אונזער טראכטער גאנץ פיבעריש?
און דער תירוץ איז, אז יעדע מענטש האט אין זיין סיסטעם, א געוויסע שוץ מעכאניזם, וואס ערלויבט אים נישט צו טראכטן אנדערש ווי ס'איז אומבאקוועם. למשל: רוב נארמאלע מענטשן גייען נישט טראכטן אויף זיך אז זיי זענען ממזרים אדער גויים, אבער אויף אנדערע וועט זיי זיין גרינגער עס צו מקבל זיין. און דאס הייסט "נארמאל". מה שאין כן געוויסע קאנספיראציע טעארעטיקער וואס "לעבן" אויפ'ן געשמאק פון "חשדות", וועלן פלוצלינג זיך פילן באקוועם מיט סיי וועלכן אומבאגרינדעטער און קוריאזער בייפאל, אבי נישט "נארמאל", ווייל נארמאל איז דאך באקוועם און אויטאמאטיש נגיעות'דיג.

יעצט, ס'איז טאקע דא א פראבלעם מיט נגיעות, און דערפאר, זענען דא הלכות ווען מ'מעג נישט עדות זאגן צוליב א נגיעה. אבער, ווי באקאנט, א מענטש וואס זאגט עדות "אקעגן" זיינע קרובים, אדער אקעגן אנדערע אזעלכע שטארקע אייגענע נגיעות, איז אויך נישט באגלייבט על פי תורה, ווייל ס'שטייט: ועמדו שתי 'האנשים', און אזא קוריאזער מענטש, איז קיין מענטש נישט.

און וואס האט דאס אלעס צו אונזער נושא?

מיר גייען מיט דעם מסביר זיין, אלע רעגנבויגן קאלירן, גייענדיג פון תמימות'דיגסטן פשטן ביז צום קוריאזסטן אויבער-חכם און קרום-קאפ. פארשטייט זיך אז ס'זענען אייביג דא חילוקים וואס זענען תלוי אין אנדערע זאכן, אבער מיר קענען יעצט נישט אריינגיין דערין, סיי וויבאלד די שאלה איז געשטעלט געווארן גאנץ פילפארביג און כללות'דיג, און סיי וויבאלד, ווען מיר זענען מסביר איין פערספעקטיוו, קען מען נישט פארקריכן אין קיין זייטן לגבי אנדערע חלקי הפערספעקטיוו ועוד חזון למועד, אבער יעצט, וועלן מיר זיך קאנצעטרירן אויף דעם חלק, וואס דאס אליין קען צוגעבן אסאך, פאר יעדן וואס רירט צו דער נושא.

איז דער מענטש וואס איז תמימות'דיג און כאפט אויף ווייניג, מיינט נישט אז זיין דזשעלי דרייעט זיך נישט. סך הכל וואס ס'מיינט איז, אז ער פראטעקט זיך זייער שטארק. ער וויל נישט הערן און אוודאי נישט מקבל זיין, עפעס וואס איז סותר צו זיין סעקיוריטי סיסטעם. און ווען דו הייבסט אן צו רעדן צו אים פון אן אקס וואס האט געשטויסן אן אייזל, איז ער שוין נישט מיט דיר, ווייל ביי אים אויפ'ן גאס דרייען זיך נישט קיין אקסן און קיין אייזלעך. ער זעט אייביג קארס מיט טראקס און ביציקלעך, אבער נישט קיין אקסן און קיין אייזלעך. און דעריבער פארשטייט ער נישט וואס דו ווילסט פון אים, ווען דו פאנגסט פלוצלינג אן צו רעדן פון אקסן און אייזלעך, עס זעט אים עפעס אויס ווי ח"ו אז דו פלאנסט אים צו קידנעפן און אריבערפירן צו אן איזאלירטער אינזל ווי עס וואוינען שדים און רוחות, און מ'באניצט זיך מיט אקסן און אייזלעך.

צוליב דער סיבה, זענען היינט דא זייער אסאך געבענטשטע מלמדים, וואס ווייסן צו מקדים זיין די רפואה למכה, און פאר מ'פאנגט אן צו רעדן וועגן אקסן און אייזלעך, זאגט מען דאס קלאר ארויס: היינטיגע צייטן פארט מען מיט קארס און טראקס וכו', אבער אמאליגע צייטן איז געווען אנדערש, און מ'פלעגט שיקן פעקלעך מיט אן אייזל, אקערן דאס פעלד (וואס מיינט א פעלד? טאמאטעס וואקסן דאך אין גראסערי?) מיט א קוה, און ס'האט געקענט זיין א היכי תמצי, אז אן אקס זאל שטויסן דעם אייזל אויפ'ן גאס.

און פארוואס דארף איך לערנען עפעס וואס איז נישט נוגע צו היינטיגע צייטן?

אויף דעם איז אויך דא א תירוץ. ווייל כאטש וואס די היינטיגע שאלות ווערן גע'פסק'ט דורך היינטיגע ספרים און פוסקים, ווייסן אבער די היינטיגע רבנים אלע הלכות נאר דורכדעם וואס זיי האבן גוט אפגעלערנט די הלכות אזויווי חז"ל האבן עס אוועקגעשטעלט דורך די משלים פון אן אקס און אן אייזל, און לויט'ן גוט אפלערנט די סוגיות און די ראשונים ואחרונים פון אלע זיבן זייטן, האבן זיי דאס צוביסלעך אריבערגעלייגט צום היינטיגן מציאות, און דאדורך, קענען זיין פסק'ענען וואס ס'געשעט למשל: ווען איינעמ'ס מאטאר סקוטער איז ארויס פון קאנטראל און אריינגעזעצט אין יענעמ'ס סעגוועי.

און דער עילוי?

דער איז געבענטש מיט א רייכן כח הדמיון והחשבון, און גלייך ווען ער הערט אז מ'רעדט פון אן אקס און אן אייזל, איז ער שוין טיף אריינגעמישט מיט די אלע חשבונות, וואס וועט זיין מיט א סעגוועי און א מאטאר סקוטער, און צי ס'כאפט א חילוק דער פרט אז דער מאטאר סקוטער איז בעצם שוין א גע'אסר'טער כלי, און אז ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט א כח גברא וכו'.

און וואס איז דער פראבלעם?

צוויי פראבלעמען:

איינס, אז ער ווערט מנותק. ער טרעפט נישט קיין שפראך מיט קיינעם, און ער פארלירט די קאמוניקאציע, און דאדורך אויך דער סיפוק.
צוויי, אז זיין אינג מוח'ל איז נישט פראטעקטעד. ער ווייסט נישט וויאזוי זיך צו אפשטעלן, ווען די שפע פון בליצן און קריצן באפאלן זיין מוח מיט אזא שטראם, אז ער פארגעסט שוין אינגאנצן וואו ער געפינט זיך. צוליב דעם אליין, דארף ער פשוט אסאך מער אויסלופטערונג, און אזויווי מ'פארשטייט אים נישט, מ'ווייסט נישט וויאזוי מיטצוארבעטן בהדרגה, וכו' וכו', איז א גרויסער פראבלעם.

די עצה פאר יעדעם איז - ווייטער - א גוט געמענדזשטע גיוו ענד טעיק, ארויסצוגעבן ארבעט וואס מ'זאל נאכזוכן פאר תירוצים וכו' וכו' אזויווי @יוד אלף האט שוין דערמאנט.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

יעצט אדורך געליינט דעם גאנצן אשכול. א ביטער-זיסע שאלה. איך טראכט וואס איך זאל בכלל שרייבן. צו איך זאל שרייבן. פון איין זייט וויל איך נישט שרייבן אויף א מיינונגס פארום מערסטנס מאל איז עס א שאד די צייט, פון דער אנדערע זייט די טעמע פון עילויים בארירט מיר זייער. עילויים. אוי עילויים. ווי זענט איר. איך פיל פאר ענק.

ווי @אפענע געפילן האט שוין אנגערירט די טעמע פון עילויים לעומת סיסטעמאטישע ישיבות.

עילויים איז א גרויסע פראבלעם היינט בגשמיות וברוחניות ובנפש, היינט איז שוין דער וועלט היבש אויף מיט דער פראבלעם פון שוואכע, אבער די פראבלעם פון די גאר-גוטע ווערט נישט אדרעסירט. רוב מענשטן וואס הערן דאס פון מיר פארשטייען נישט און דינגען זיך היתכן ס'דא אזויפיל ישיבות למצויינים בלא בלא בלא וכו' וכו'. נא גיי זיי מסביר. נאך א האלבע שעה הייבט יענער אן פארשטיין. וחוזר חלילה.

ס'געווען תקופות וואס איך האב געטראכט צו עפענען א ישיבה פאר אמת'ע עילויים, זיי האדעווען, זיי מדריך זיין. פארשטיין צו זיי און זיי געבן פלאץ צו שטייגן.
לעצט פארראכטן דורך עמוד יומי אום זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

בכלליות איז דא א סאך צו שרייבן. אבער בפרטיות, וויל איך מאכן איין באמערקונג צו דער חשובע טאטע פון דעם עילוי.

דער טאטע שרייבט:
גוזמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:39 am
איך מיט מיינע קינדער לפע”ד האבן ב”ה א געשמאקע רילעשענשיפ און אונז פארשטיי מיך זיך זייער גוט, איך ענדזשוי זייער קאמפעני און זיי ענדזשויען מיינע, אונז גיימער בייקן כמעט יעדע וואך, אונז גייען שווימען אדער שיפלען אפט, מיינע חברה בעטן מיר כסדר איך זאל מיט שפילן מיט זיי געימס, איך וואלט עס אנגערופן א חבירים סטייל רילעשענשיפ (צו ס’איז אויסגעהאלטן צו נישט איז נישט יעצט די נושא).
אויב איר ווילט אז אייער זון זאל אויסנוצן זיינע כשרונות צו תורה און זיך איבערגעבן צו די תורה און אויסוואקסן א תלמיד חכם חשוב זאלט איר וויסן אז פון בייקונג און שיפלן אפט וועט דאס נישט געשען. שיפלן מער ווי בייקן, ווייל בייקן איז געזונט פארן גוף. נישט אז ס'עפעס נישט אויסגעהאלטן, אדרבה אסאך טאטעס וואלט איך געהייסן טוהן אזוי, וממכם ילמדו, פאר א סאך משפחות וואלט דאס געווען א גוטע זאך. אבער, פארט נעמט עס אוועק פון אינטערעסע אין תורה און פון חשיבות התורה.

פאר א שוואכע קינד, און אפשר אפילו א בינוני קען עס גאר צוהעלפן צום לערנען, סיי דאס אויסלופטערן זיך סיי דער געזונטע קשר מיט די משפחה, דאס פארברענגן אינאיינעם, אבער פאר א עילוי, אדער פאר א קינד וואס איר ווילט זאל אינוועסטירן מער אין תורה און אויסוואקסן מער אין תורה, כדי דאס זאל געשעהן דארף ער זיך באדן אין אן אטמאספער פון אהבת תורה ויראת שמים, אין א אטמאספער פון חשיבות התורה, א קשיא פון מהרש"א, א תירוץ פון נודע ביהודה, א חידוש פון חתם סופר, א מקצוע אין שלחן ערוך מיטן טור ב"י, אה, ס'נישטא עפעס חשובער פון דעם, ס'מוז זיין דער לופט אזוי. אבער ס'נישט דוקא דאס שיפלן, ס'וועדנט זיך אין דעם גאנצע אטמאספער אין שטוב, די חשיבות פון געלד, שיינע הויז, קליידונג ביי די עלטערן און קינדער, ווי אזוי שמחות ווערן געמאכט, וכו' וכו'. ס'וואקסן נישט אויס אמת'דיגע חשובע תלמידי חכמים אנדערש. און א קינד איז זיך נישט משעבד אנדערש צו תורה.

דאס איז דער ערשטע תירוץ צום שאלה פון דער אשכול: וועלכע שפראך פארשטייט ער? ער פארשטייט די שפראך פון חשיבות התורה. דער שפראך איז א שפראך וואס ווערט מער געזעהן און געלעבט ווי געהערט. ווען א קינד א בעל כשרון זעהט און שפירט אמתדיג אז דער שטוב איז געבויעט אויף אהבת תורה, אויף חשיבות התורה, חשיבות לומדי תורה, תורה איז דער סאמע חשובסטע און מערסט געשעצטע זאך ביי זיי אין דער היים, וועט דער קינד שטרעבן צו דעם.
לעצט פארראכטן דורך עמוד יומי אום זונטאג אקטאבער 29, 2023 4:43 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עמוד יומי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:36 pm
יעצט אדורך געליינט דעם גאנצן אשכול. א ביטער-זיסע שאלה. איך טראכט וואס איך זאל בכלל שרייבן. צו איך זאל שרייבן. פון איין זייט וויל איך נישט שרייבן אויף א מיינונגס פארום מערסטנס מאל איז עס א שאד די צייט, פון דער אנדערע זייט די טעמע פון עילויים בארירט מיר זייער. עילויים. אוי עילויים. ווי זענט איר. איך פיל פאר ענק.

ווי @אפענע געפילן האט שוין אנגערירט די טעמע פון עילויים לעומת סיסטעמאטישע ישיבות.

עילויים איז א גרויסע פראבלעם היינט בגשמיות וברוחניות ובנפש, היינט איז שוין דער וועלט היבש אויף מיט דער פראבלעם פון שוואכע, אבער די פראבלעם פון די גאר-גוטע ווערט נישט אדרעסירט. רוב מענשטן וואס הערן דאס פון מיר פארשטייען נישט און דינגען זיך היתכן ס'דא אזויפיל ישיבות למצויינים בלא בלא בלא וכו' וכו'. נא גיי זיי מסביר. נאך א האלבע שעה הייבט יענער אן פארשטיין. וחוזר חלילה.

ס'געווען תקופות וואס איך האב געטראכט צו עפענען א ישיבה פאר א אמת'ע עילויים, זיי האדעווען, זיי מדריך זיין. פארשטיין צו זיי און זיי געבן פלאץ צו שטייגן.
נא שרייב, שרייב און שרייב...
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:54 pm

אי"ה לכבודכם וועל איך שפעטער שרייבן בל"נ
אוועטאר
שיפס קאפיטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:53 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפס קאפיטאן »

אז יעדער שרייבט וועל איך אויך שרייבן מיינע צוויי

1) דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש אנדערש ווי א בעל חי וואס גלייך ווען ער ווערט געבוירן האט ער שוין אלעס וואס ער דארף חוץ פון דער פיזיקל פרטים ווי פליען וכדו' א מענטש איז נישט אזוי נאר עס ווערט אנטוויקלט מיט דער צייט, דאס ווערט צוטיילט אין צוויי 1)פיזיקל 2)עמוישענעל
2) די וועג ווי אזוי א מענטש וואקסט איז דורך בעבי סטעפס איז ביי ביידע קטאגאריעס פיזיקל און עמוישענעל אויף פיזיקל קען מען זען בפועל ווען מען ווערט געבוירן קען מען נאכנישט אלעס עסן, גיין נעמט צייט ביז מען קען, רעדן נעמט מער צייט און אזוי ווייטער, דאס זעלבע שפיעלט זיך אפ עמוישענעל נאר מיט איין חילוק ווען א מענטש ווערט געבוירן האט ער שוין אלע עמוישענס אין זיך נאר וויסן ווי אזוי זיך צו באנוצן מיט דעם פארדעם דארף מען גיין שטאפל ווייז און דאס איז א פאקט דאס קען דיר דערציילן יעדער וואס האט געוואלט פאלגן עפעס וואס ער האט געהערט אין א דרשה
3) דאס אז א מענטש קען עפעס מיינט נאך נישט אז אין אנדערע זאכן איז ער אויך אנטוויקלט

יעצט צום פוינט דאס אז זיין זכרון איז אויסגעשארפט מיינט נישט אז ער קען שוין גיין אויף די אייגענע פוס פיזיקל ד''ה א יוד אין א וויעל טשעיר קען ווען אויך זיין א גרויסע בעל זכרון, דער זעלבע זאך איז לגבי עמוישענס דאס אז א מענטש קען גיין מייט נאך נישט אז ער איז בשכל דא

לגבי דער נושא פון דעם אשכול א מענטש קען דא זיין מיט זיין זכרון ווי א 20 יעריגער מענטש אבער ער וועט נאכאלץ נישט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיין עמוישענס פונקט ווי א 4-5 יעריגער קינד וואס דאס איז א פאקט מיט וואס מען דארף זיך מטפל זיין

די עצה איז צו זיכן א מענטש* וואס פארשטייט צו דעם נפש פין דעם יונגל אדער דער טאטע וואס געווענדליך האט ער די כוחות פאר דעם אין קענעקטן צו עם נישט מיט דער שכל ווייל מיט דעם פילט דער יונגל ווי ער איז ווייטער נאר דווקא דורך די עמוישענס און פיעלינגס אין עם ארויסהעלפן זען וואס ער גלייכט און עם טרייען צו צישטעלן דער זעלבע הנאה אויפן תורה'דיגן וועג למשל אויב האט ער ליב ווי געשריבן פלעיס אדער עקטן קען מען עם אויסלערנען צו אויסשפיעלן די גמרא אין זיין קאפ ווי עס וואלט ממש געשעהן אין פראנט פון זיינע אויגן וואס געווענדליך האט ער א גרויסן כח הדמיון אין ווען ער וואלט אזוי געלערנט א גמרא וואלט ער פון דעם געשעפט חיות פון דעם

*NOTE: איך רעד אויסדריקלעך נישט פון קיין טעראפיסט ווייל רוב פון זיי זענען גארנישט ווערד אין געווענדליך מאכן זיי נאר חרוב היות זייער גאנג קומט נישט פון דער תורה
דער רודער איז שוין דא טאקע שיף אבער דא
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איך טראכט אז דער עולם דא מאכט עס מיר קאמפליקעטעט ווי עס איז .

איך וויל טרייען צו מאכן א סך הכל פון די שאלה אין פארעם פון א בריוו פון @גוזמא צו חזקי.

די תמצית פון די שמועסן קומט עס מיר אויס אזוי;

איך פרוביר נאר צונעמען אינפארמעישן וואס מען האט געשעירט.

ער האט א זין מיט געבענטשטע כשרונות. (בעיקר תפיסה, הבנה, זכרון)
ער האט געוויסע עקספעקטעשאנס פון אים (גראדע נישט שלעכט)

ער זאגט פארן קינד אז ער ערווארטעט עפעס מער פון אים.

דער טאטע מיטן קינד זענען נישט מחשיב דאס וואס דער קינד קען יא.

דער קינד לאכט א גוטס ווען די טאטע שמועסט מיט אים.

דער זין איז היבש פויל, און פארברענגט די צייט מיט דברים של מה בכך.

האט נישט ליב צו ארבעטן למעשה, ווען די טאטע/מאמע בעט עפעס.

- - -

דערנאך זענען אריין געקומען עטליכע חברים וואס האבן געשריבן ווי זיי אלץ קינד האבן געהאט די דריי כשרונות פון תפיסה, הבנה, און זכרון העכער פון די עווערידזש.

די קאמען דינאמינעיטאר וואס קומט אויס צווישן די אלע איז אז עס איז פאר זיי שווער געווען זיך צו מחייב זיין, און אראפצובינדן, עס קען אפשר זיין עצלות, אפשר די רצון פון שפרינגן פון איין זאך צום צווייטן, נישט קיין נפקא מינה, איך מיין אז איינמאל מיר האב דאס - און דאס שטומט דאך מיט וואס דער טאטע שרייבט איבער זיין קינד, קען מען עס נעמען אויף למעשה.

- - -
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 4:50 pm

עס פעלט נאך א זאך - הדרכה. און אין דעם כלל ליגט אויך א אויר פון שטייגן לפי ערכו. קצרתי במקום שראוי להאריך, ועוד חזון.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

די ערשטע זאך קודם כל איז

לאמיר קלאר מאכן וואס זענען די ערווארטונגן.

סתם ערווארטן "עפעס מער" איז טרעש.

ער האט נישט קיין ריזען צו אראפ לייגן קול מבשר, פאר עפעס מער.

@גוזמא מיט חזקי זאלן זיך אראפ זעצן, ער ווערט יעצט 13 יאר, אין א יאר ארום וועט ער זיין 14.

ווען אונז זיץ מיר נעקסטע יאר אין אזא צייט און איך פרעג דיר ״חזקי וויאזוי גייען זאכן״.. און דו זאגסט עס קען נישט זיין בעסער... ברוחניות ובגשמיות. וואס דארף האבן געשעהן פון יעצט ביז דעמאלטס אז עס זאל זיין אמת.

ביידע דארפן זיך דא אויסקלארן, פארשטייט זיך אז מען דארף נעמען אין באטראכט דעם קינדס טשעלענדזש מיט עצלות/שטותים זאל זיין וואס עס איז, געבן די אקעי פאר די עקזיסטענס פון די שוועריקייט, און נעמען אן אטשיוועבל קבלה פאר א סטרעטש.

@שטארק זיך קרעדיט
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

עמוד יומי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm

עס פעלט נאך א זאך - הדרכה. און אין דעם כלל ליגט אויך א אויר פון שטייגן לפי ערכו. קצרתי במקום שראוי להאריך, ועוד חזון.
נישט נאך א זאך, דאס איז די גאנצע וואס פעלט.
די סבה פארוואס איך האב געשריבן דעם תמצית, איז כדי צו קענען פינפוינטן אז דאס איז וואס עס פעלט, און אויף וועלכע פרטים עס פעלט אויס.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 2:29 pm
וואס איז דא געשען?
געווען א שיינע שמועס א מינוט צוריק...

אה איך כאפ שוין.... אקעי...
דיין האס צו... גייט נאך אן?
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

און אויב דער טאטע קען עס נישט טוען אליין, זאל ער נוצן איינעם, דהיינו פונקט ווי ער צאלט פאר א אינגערמאן צו לערנען מיט אים, קען ער צאלן פאר דעם שמועס, ווי @שיפס קאפיטאן האט ערווענט
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:08 pm
עמוד יומי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:04 pm

עס פעלט נאך א זאך - הדרכה. און אין דעם כלל ליגט אויך א אויר פון שטייגן לפי ערכו. קצרתי במקום שראוי להאריך, ועוד חזון.
נישט נאך א זאך, דאס איז די גאנצע וואס פעלט.
די סבה פארוואס איך האב געשריבן דעם תמצית, איז כדי צו קענען פינפוינטן אז דאס איז וואס עס פעלט, און אויף וועלכע פרטים עס פעלט אויס.
איך מיין צו זאגן אז חוץ פון געוויסע מדות און שטריכן וואס דארפן ווערן באארבעט ווי עצלות שקידה וכו', דארף מען האבן הדרכה. אין אנדערע ווערטער, אפילו נאך אלעס זאל ווערן מסודר, קען מען נישט שטייגן געהעריג/געזונט/פול-פאטענשיעל אן קיין הדרכה ווי אזוי שטייגט מען. הדרכה פון איינער וואס פארשטייט דערצו, איינער וואס האט א תשוקה צו דעם, איינער וואס האט עס געטוהן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

יעצט באגעגענט צום ערשטן מאל דעם אשכול. א גוטן פעדער.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

די צווייטע זאך וואס איז וויכטיג.

מען מוז נעמען די לאנג טערם גאול פון די יאר און עס צוברעכן אויף קליין געלט.

קודם אויפן זמן/חודש דערנאך אויפן "וואך" דאס איז די וויכטיגסטע, כדי ער זאל נישט מיט זיין עילוישקייט זיך איין רעדן, אז ער וועט עס שוין מסדר זיין נענטער צום סוף, דערווייל, קען מען שטופן די צייט מיט קול מבשר, מוז מען פארשטיין אז כדי צו ענדיגן כך וכך איבערן יאר, מוז מען יעדע וואך אנקומען כך וכך, און אויב קען מען טאקע אריין קוועטשן קומענדיגע וואך די סומע פון צוויי, האמיר פארזעהן איינס פון די צוויי.
אדער האמיר גענומען צו א קליינע גאול
אדער האמיר די צווייטע וואך געסקיפט קול מבשר, וואס דאס מיינט אז מען נארט זיך.

דאס וועט אויסלערנען דעם קינד
זיך צו באקענען מיט ריעליטי.
זיך צו באקענען מיט זיך.
קבלת עול.
און אויך ברענגן א סענס אוו עטשיוומענט וואס געווענליך שטארקע עס די מאטיוועישאן.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

עמוד יומי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:13 pm

איך מיין צו זאגן אז חוץ פון געוויסע מדות און שטריכן וואס דארפן ווערן באארבעט ווי עצלות שקידה וכו', דארף מען האבן הדרכה. אין אנדערע ווערטער, אפילו נאך אלעס זאל ווערן מסודר, קען מען נישט שטייגן געהעריג/געזונט/פול-פאטענשיעל אן קיין הדרכה ווי אזוי שטייגט מען. הדרכה פון איינער וואס פארשטייט דערצו, איינער וואס האט א תשוקה צו דעם, איינער וואס האט עס געטוהן.
איך פארשטיי פון דיר אזוי, און איך מיין אז דו זאגסט גאר א וויכטיגע נקודה.

דער עילוי האט לכאורה אויך א שטערקערע הבנה און מה חובתו בעולמו, און בכלל אין אידישקייט, אויב אבער ער ווייסט נישט וויאזוי מען גייט צו דערצו אויף "למעשה" וועט עס אים משוגע מאכן, און ער דארף הדרכה אויף א פערסאנעל לעוועל.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:24 pm
עמוד יומי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:13 pm

איך מיין צו זאגן אז חוץ פון געוויסע מדות און שטריכן וואס דארפן ווערן באארבעט ווי עצלות שקידה וכו', דארף מען האבן הדרכה. אין אנדערע ווערטער, אפילו נאך אלעס זאל ווערן מסודר, קען מען נישט שטייגן געהעריג/געזונט/פול-פאטענשיעל אן קיין הדרכה ווי אזוי שטייגט מען. הדרכה פון איינער וואס פארשטייט דערצו, איינער וואס האט א תשוקה צו דעם, איינער וואס האט עס געטוהן.
איך פארשטיי פון דיר אזוי, און איך מיין אז דו זאגסט גאר א וויכטיגע נקודה.

דער עילוי האט לכאורה אויך א שטערקערע הבנה און מה חובתו בעולמו, און בכלל אין אידישקייט, אויב אבער ער ווייסט נישט וויאזוי מען גייט צו דערצו אויף "למעשה" וועט עס אים משוגע מאכן, און ער דארף הדרכה אויף א פערסאנעל לעוועל.
יא דאס האב איך געמיינט. עס קיין דורך זיין מקורב צו א תלמיד חכם מופלג אדער רב וכדומה. עס קען אויך זיין אזא חבורה וואס איינער פירט אן פאר עילויים.

הדרכה אליין טיילט זיך אויך אויף כמה נקודות, אוודאי איז דער עיקר הדרכה אין לערנען, אנקומען, חזר'ן, צאמנעמען, מחדד זיין, פארהערן, שימוש, התמדה, הבנה, חידוד השכל, וכדומה. ווידער איז דא הדרכה אויף עניני הנפש כדי צו קענען שטייגן, ווי למשל, שקידה, סבלנות, קביעות, התמדה וואס מ'רופט בלע"ז persistence, ישוב הדעת, עקשנות, אחריות, וכדומה. און דאס אלעס דארף מען ארבעטן און באארבעטן. דערנאך איז וויכטיג הדרכה אויף מדות טובות ווי ענוה, אמת, ישרות, פארגינען, אהבת האמת, כבוד הבריות, נושא בעול עם חבירו, אויסרייסן און ממאס זיין שלעכטע נטיות, וכדומה. און אוודאי א ריינע השקפה און חשיבות התורה והעבודה ויתר המצוות וכו'. א עילוי וואס וועט האבן דער הדרכה און עס צוזעהן לעבעדיג, צוזאמען מיט לערנען ככל יכלתו, וועט בס"ד אויסוואקסן לגאון ולתפארת ברצו"ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”