ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

גדל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:43 pm
כפרה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:55 am
כפרה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:00 am
פרייליכען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 1:40 am
כפרה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:30 pm


אין אמעריקא איז נישט שייך צו מאכן קיין עירובי חצרות אין שטעט ווי עס זענען דא גוים, ווייל מען קען נישט מאכן קיין שכירות רשות, די היינטיגע שר העיר האט נישט קיין רעכט צו האלטן קיין זאכן אדער מענטשן אין יענעם'ס חצר, ווי עס שטייט ארויסגעשריבן קלאר אין די אמעריקאנער קאנסטיטושן.

[/left]
האסט אמאל געהערט פון eminent domain?
eminent domain העלפט גארנישט פאר די נושא.

1) די ענין פון שכירת רשות מאכט אז דו קענסט זיך משתמש זיין להכניס ולהוציא בשעת דער גוי וואינט דארט, eminent domain מיינט דו קענסט עס אוועקנעמען פונעם גוי, נישט באניצן דערמיט בשעת ער איז דארט.

2) א שר העיר קען נישט אליינס אויספירן עמינענט דאמעין, ער מוז צוקימען צו די גאנצע סיטי קאנסיל און סטעיט סענאט סענאט וכו, די מגן אברהם זאגט שוין אין שצ"א אז א אויב מוז דער שר האבן רשות פון די יועצי המדינה הייסט נישט אז ער האט א כח פון א שר העיר. (בפרט אז מען קען גיין אין קארט און עס אינגאנצן אפווארפן)
רעדנדיג צו מיין רב דעם יום טוב איבער די שמועס דא, האט ער מיר געזאגט אז eminent domain קען מען בכלל נישט ניצן אלץ א היתר, ווייל די געזעץ פון עמינענט דאמעין פארלאנגט און דאס שטייט אויך ארויס אין קאנסטיטושן אז זיי מוזן באצאלן די שוויות פון די פארפערטי, זיי זענען טאקע חמסנים און צאלן נישט די פרייז וואס דער בעה"ב וויל, אבער חמסנות העלפט נישט פאר שכירות רשות, והבן.
הגה"צ ר פישל הערשקוויטש זצ"ל האט גאהאלטען אז עס איז נישט קיין פראבלעם
וכן הגה"צ אבד אדווארי זצ"ל
וכן הגה"צ ר יעקב יצחק ניימאן זצ"ל
וכן הגה"צ ר יחזאל ראטה זצ"ל
וכן הגה"צ ר חיים לייב כץ שליט"א
ווען מ'האט געמאכט די מחיצות פאר מהר"י ט"ב זצ"ל אין ברוקלין, האט חיים ברוך גלאק אפגעדינגען פון שר העיר.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

כפרה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:10 pm
דריידל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:52 pm
אפילו טאמער מ'וועט אננעמען אז שכירות רשות איז א פראבלעם ווייל די שר העיר קען זיך נישט באניצן מיט א פריוואטע רשות, דארף מען לכאורה קענען טראגן פון א הויז (וואס געהערט צו איינער וואס וויל די עירוב) צו די גאס אדער אין גאס פון איין פלאץ צום צווייטן.

איז דאס גערעכט?
דא רעדט מען נישט זיכוי הפת, דאס איז אן עקסטערע שמועס בנוגע אידן וואס ווילן נישט זיין קיין חלק אינעם עירוב, דא רעדט מען פון די גוים וואס וואינען אין דעם עירוב, להלכה ברויכן זיי מבטל זיין זייער רשות וויבאלד זיי קענען נישט מצרף זיין מיטן עירוב אבער זיי זענען טייל פון דעם חצר, טאמער נישט טאר מען נישט טראגן אין דעם חצר.

די עצה איז צו נעמען רשות פון דעם גוי אדער זיין ווייב שכירו ולקיטו וכו' זיך צו משתמש זיין אין זיין רשות, היות אסאך מאל ווילן זיי נישט אדער עס איז אוממעגליך צו גיין פארהאנדלען מיט אלע גוים, איז דא אן עצה פון אמאליגע צייטן וואס ווערט געברענגט אין שו"ע און אין די פוסקים היות אמאל איז דער שר העיר דער פריץ געווען בעה"ב אויף אלע גוים אז מען קען דינגען פון אים רעכט צו באניצן מיט אלע גוישע הייזער אין שטאט, אויך האט דער שר געקענט אריינשטעלן געצווינגענערהייט מיליטער לייט אין מענטשען'ס הייזער, אפי' אויב נאר בשעת מלחמה אבער דער שר האט דאך געקענט מאכן מלחמות ווען ער האט געוואלט, קומט אויס אז דער שר העיר האט רשות השתמשות אין אלע הייזער האט מען געקענט פארהאנדלן מיטן שר העיר, ווי געשמועסט אין די פריערדיגע תגובות זאגט די מגן אברהם אז אויב די שר קען נישט אליינס באשליסן א מלחמה וכו' נאר מיט די הסכמה פון די יועצי העיר די פארלאמענט וכו' האט ער נישט קיין עכטע רשות השתמשות אין די מענטשענס הייזער און עס העלפט נישט דאס דינגן די רשות פון אים.
איך רעדט נישט פון אנדערע מענטשן'ס הייזער. טאמער וויל איך טראגן פון מיין הויז צו די גאס, איז אויך נישט גענוג צו נעמען רשות פון שר העיר?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

פאראויס האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:08 pm

- א בילדונג פון אפאר משפחות דארף אפאר מצות.
מ’דארף האבן א גרוגרות פאר יעדן איינוואוינער. בערך א האלבע חמץ’דיגע מצה, און א פערטל פסח’דיגע פאר יעדן איינוואוינער.
סא א עירוב פון א שטאט דארף האבן הודערטע פונטן מצות? נישט קיין ווינדער בראדוועי האט געהאט א שארטעדזש...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

דריידל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:52 pm
אפילו טאמער מ'וועט אננעמען אז שכירות רשות איז א פראבלעם ווייל די שר העיר קען זיך נישט באניצן מיט א פריוואטע רשות, דארף מען לכאורה קענען טראגן פון א הויז (וואס געהערט צו איינער וואס וויל די עירוב) צו די גאס אדער אין גאס פון איין פלאץ צום צווייטן.

איז דאס גערעכט?
גערעכט, אפילו אן די עירוב העלפט די מחיצות עס צו מאכן אלץ אסאך חצירות. אזוי אויך זאכן וואס זענען געווען אינדרויסן פון די הויז בין השמשות.
עס איז זייער נוצבאר אסאך מאל.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 2:24 am
פאראויס האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:08 pm

- א בילדונג פון אפאר משפחות דארף אפאר מצות.
מ’דארף האבן א גרוגרות פאר יעדן איינוואוינער. בערך א האלבע חמץ’דיגע מצה, און א פערטל פסח’דיגע פאר יעדן איינוואוינער.
סא א עירוב פון א שטאט דארף האבן הודערטע פונטן מצות? נישט קיין ווינדער בראדוועי האט געהאט א שארטעדזש...
ניין. ס’האט א מאקסימום. קוק אפאר תגובות ווייטער.

אין ק’’י דאכט זיך מאכט מען עפעס א גרויסע אינטערסאנטע מצה/חלה. ווער קען אריינקומען מיט פרטים?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ליבי ובשרי האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 2:48 am
דריידל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:52 pm
אפילו טאמער מ'וועט אננעמען אז שכירות רשות איז א פראבלעם ווייל די שר העיר קען זיך נישט באניצן מיט א פריוואטע רשות, דארף מען לכאורה קענען טראגן פון א הויז (וואס געהערט צו איינער וואס וויל די עירוב) צו די גאס אדער אין גאס פון איין פלאץ צום צווייטן.

איז דאס גערעכט?
גערעכט, אפילו אן די עירוב העלפט די מחיצות עס צו מאכן אלץ אסאך חצירות. אזוי אויך זאכן וואס זענען געווען אינדרויסן פון די הויז בין השמשות.
עס איז זייער נוצבאר אסאך מאל.
ניין, פון א הויז ארויס צום גאס, דארט ווי דער גוי האט רשות טאר מען נישט ארויסטראגן.

זאכן וואס זענען אינדרויסן פון הויז בין השמשות מעג מען מטלטל זיין אין חצר, מען טאר עס נישט אריינברענגן אין שטוב.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

וואס טוט זיך אין א בנין וואו ס'וואוינען אידן מיט גויים?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:04 am
וואס טוט זיך אין א בנין וואו ס'וואוינען אידן מיט גויים?
אין אפראטמענט בילדינגס איז דא אן הוראה אז מען קען דינגן שכירת מקום פון די לענדארדס, ווייל זיי האבן א תפיסת יד אין די דירות. סיי ווייל מען מוז זיי אריינלאזן פון מאל צו מאל בודק צו זיין די דירות, און אויך ווייל זיי מוזן צושטעלן א געז רענטש אין די דירה, און האבן א רעכט צו האלטן דעם געז רענטש דארט אפילו אויב די טענענט וויל ניצן זיין אייגענע. ממילא הייסט דאס א תפיסת יד.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:11 pm


-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.
און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט
יעדער פון די שכנים דארף עס וויסן? ביטע צייכען צו.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פאראויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:32 pm
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:11 pm


-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.
און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט
יעדער פון די שכנים דארף עס וויסן? ביטע צייכען צו.


ווייס איך נישט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

sheetrock האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:35 pm
פאראויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:32 pm
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:11 pm


-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.
און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט
יעדער פון די שכנים דארף עס וויסן? ביטע צייכען צו.


ווייס איך נישט


לכאורה נישט, איך האב נישט געזעהן אז מען זאל זיכער מאכן ביי א שטאט עירוב אז יעדער זאל וויסן.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:18 pm
sheetrock האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:35 pm
פאראויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:32 pm
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:11 pm


-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט
יעדער פון די שכנים דארף עס וויסן? ביטע צייכען צו.
ווייס איך נישט
לכאורה נישט, איך האב נישט געזעהן אז מען זאל זיכער מאכן ביי א שטאט עירוב אז יעדער זאל וויסן.
אין קרית יואל איז לעצטנס געשטאנען אין די צייטונגען ביי וועם די עירובי חצירות ליגן.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

השקפה ברורה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:42 pm
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:18 pm
sheetrock האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:35 pm
פאראויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:32 pm
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:11 pm


-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט
יעדער פון די שכנים דארף עס וויסן? ביטע צייכען צו.
ווייס איך נישט
לכאורה נישט, איך האב נישט געזעהן אז מען זאל זיכער מאכן ביי א שטאט עירוב אז יעדער זאל וויסן.
אין קרית יואל איז לעצטנס געשטאנען אין די צייטונגען ביי וועם די עירובי חצירות ליגן.
און וואס איז געווען ביז לעצטנס? און וואס איז מיט אנדערע שטעט?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

שמעתי מאברך ששאל את הגה"צ בעל מכלל יפי שליט"א שבעל העירוב בבנין שלו נסע לקאנטרי ואינו רוצה ליתן לו המספר לביתו מה יעשה
והשיב שיעשה עירוב חדש דעירוב הראשון לא שוה כלום ואודת הברכה אמר לו שלא יברך דהלה יש לו בנים נשואים בעיר ואם יהיה אונס וכדומה יוכל ליכנס ממילא אין לו לברך (אבל בסתמא פוסק הגה"צ הנ"ל לברך בשם ומלכות).
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”