עניינים בקריאת הכתובה בחופה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

איינער קען אהערשטעלן טעמים אדער עניינים וסגולות אויף דעם כיבוד פון קריאת הכתובה ביים חופה
אדער סאיז נישט מער ווי א בעל תפילה וואס גייט צי צום עמוד?

עפעס א ענין בשם איינע פון די סטראפקובער רעבי'ס, האב איך געהערט אז דער ליינער פונעם כתובה האט א כח ממשיך זיין פרנסה אויף די חתן כלה אויב ער איז ראוי,
איך זיך א מקור דערצו, און אויך אויב סאיז דא נאך עניינים אדער מעשיות בענין זה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די פשוטע טעם איז דאס וואס דער רמ"א שרייבט (אבהע"ז סי' ס"ב ס"ט) מפסיק צו זיין צווישן די אירוסין מיט די נישואין.

נאך א טעם שטייט כדי די עדים זאלן וויסן אויף וואס זיי חתמ'נען (וחידוש הוא, וויבאלד מ'האלט שוין דערנאך).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
בטחון חזק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 5:30 pm

Re: עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטחון חזק »

מזל טוב
We Want Moshiach Now!
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 5:45 pm
די פשוטע טעם איז דאס וואס דער רמ"א שרייבט (אבהע"ז סי' ס"ב ס"ט) מפסיק צו זיין צווישן די אירוסין מיט די נישואין.

נאך א טעם שטייט כדי די עדים זאלן וויסן אויף וואס זיי חתמ'נען (וחידוש הוא, וויבאלד מ'האלט שוין דערנאך).
אבער לויט די פשוטע טעם האט נישט קיין פשט צו געבן פאר א איש מכובד אדער א רב צו ליינען די כתובה, פונקט ווי איך וואלט עם נישט געגעבן צו אויסרופן עליות...

איינער האט מיך געשריבן אין פריוואט:

הרה"ק מאמשינוב זי"ע פלעגט וועלן אלעמאל קריאת הכתובה. ער פלעגט פארציילן אז אינדרהיים איז עס בכלל נישט געווען קיין כיבוד נאך די שמש וואס האט אנגעפירט די חופה פלעגט עס פארליינען. און דערפאר האט די רבי דווקא געוואלט דעם 'כיבוד'.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4776
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

פעלעד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:55 pm
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 5:45 pm
די פשוטע טעם איז דאס וואס דער רמ"א שרייבט (אבהע"ז סי' ס"ב ס"ט) מפסיק צו זיין צווישן די אירוסין מיט די נישואין.

נאך א טעם שטייט כדי די עדים זאלן וויסן אויף וואס זיי חתמ'נען (וחידוש הוא, וויבאלד מ'האלט שוין דערנאך).
אבער לויט די פשוטע טעם האט נישט קיין פשט צו געבן פאר א איש מכובד אדער א רב צו ליינען די כתובה, פונקט ווי איך וואלט עם נישט געגעבן צו אויסרופן עליות...
כקלער...
ס'דאך אנע נקודות...
וויל מען מאכן זיכער אז דער בעל מקריא יכול'ט - גיט מען עס פאר א ת"ח וואס קאן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פעלעד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:59 pm
עפעס א ענין בשם איינע פון די סטראפקובער רעבי'ס, האב איך געהערט אז דער ליינער פונעם כתובה האט א כח ממשיך זיין פרנסה אויף די חתן כלה אויב ער איז ראוי,
איך זיך א מקור דערצו, און אויך אויב סאיז דא נאך עניינים אדער מעשיות בענין זה.
יעצט געזעהן ברענגען אז אזוי שטייט אין דברי יחזקאל החדש בשם דעם שינאווער רב.
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 5:45 pm
נאך א טעם שטייט כדי די עדים זאלן וויסן אויף וואס זיי חתמ'נען (וחידוש הוא, וויבאלד מ'האלט שוין דערנאך).
שו"ר אז ס'זענען געווען וואס האבן גע'חתמ'עט דעם כתובה בשעת'ן חופה, און דער רב וואס האט מסדר קידושין געווען האט עס וועגן דעם געליינט כדי איבער צו גיין צו ס'האט נישט קיין טעות. (גראדע לעצטנס געווען ביי א חופה און אויפגעמערקט אז מ'האט אויסגעלאזט איינע פון די נעמען.. אויפמערקנדיג דעם מחותן שפעטער איז מיר אויסגעקומען אז כ'בין געווען די איינציגסטער וואס האט אויסגעהערט דעם כתובה ליינען..)
Borrower האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 7:03 pm
פעלעד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:55 pm
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 5:45 pm
די פשוטע טעם איז דאס וואס דער רמ"א שרייבט (אבהע"ז סי' ס"ב ס"ט) מפסיק צו זיין צווישן די אירוסין מיט די נישואין.

נאך א טעם שטייט כדי די עדים זאלן וויסן אויף וואס זיי חתמ'נען (וחידוש הוא, וויבאלד מ'האלט שוין דערנאך).
אבער לויט די פשוטע טעם האט נישט קיין פשט צו געבן פאר א איש מכובד אדער א רב צו ליינען די כתובה, פונקט ווי איך וואלט עם נישט געגעבן צו אויסרופן עליות...
כקלער...
ס'דאך אנע נקודות...
וויל מען מאכן זיכער אז דער בעל מקריא יכול'ט - גיט מען עס פאר א ת"ח וואס קאן.
יעע.. וכן ראיתי מובא טעם זה בספר 'בית נאמן בישראל'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

Re: עניינים בקריאת הכתובה בחופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

שוין מיטגעהאלטן אמאל ווען עס האט געפעלט אין א כתובה די ווארט דלאכאסמכתא.
ביים איבערקוקן פאר'ן חתמנען האט מען עס ניט באמערקט, נאר דער וואס האט געליינט די כתובה אונטערן חופה האט עס באמערקט.
אזוי ווי כ'האב געוואוינט גר נאנט צו יענעם זאל זענען זיי אריבערגעקומען צו מיר אין שטוב איבערצומאכן די כתובה, איידער די יחוד.

דער אבי הכלה דארט איז גאר דער וואס דרוקט כתובות.
והיינו דאמרי אינשי דער שוסטער האט קיין שיך
מסתמא מחמת די טרדות החתונה של בתו
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”