אזא שיינער טויט
שטיקער איז געריסן געווארן, ווען קאפיטל נאך קאפיטל ווערט די מעשה ערגער און ערגער, בעת וואס א שטעטל אין הארץ פון פוילן זענען מיין זיידעס משפחה צופליקט געווארן דורך די מלאכי חבלה, און ווי שדים און געשטאלט פון מענטשן זענען מקיים די פסוקים פון די תוכחה מיט אלע הידורים.
שווערע 6 יאר זענען אריבער פון גיהנום (וואס איך גיי נישט דא יעצט אדורך שמועסן, מיר וועלן עס איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.) סוף פון די בוך האט עפעס אנגעפאנגן צו שיינען. פארשטייט זיך ווי א האלב דערטראנקערנער קנויט אינעם אויל גלעזל, ווי די ישועת השם איז אנגעקומען, און א שיין פון האפענונג איז אריבער. און אריבערמישן א פריש בלעטל און אנפאנגען אויפבויען מיט צובראכנע כלים א פרישע לעבן, און וואס די חיזוק געבער האט אליין געדארפט א קוואנטום פון חיזוק אבער ווי אידן מאמינים בני מאמינים האבן זיי זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט כדי מקיים צו זיין דעם נצח ישראל לא ישקר און מיט דעם שיקן א מעסידזש דעם דייטש אז מיר זענען די געווינער.
אזוי ליינענעדיג און מיינע קניען זענען שוין געווען געפרוירן, זענען מיינע אויגן געלאפן אין די הויכע פערציגער קאפיטלעך איבער וויאזוי מיין באבע האט בדרך נס דערגרייכט אדמת אמעריקע, און ווי אראפגעפאלענע ערגעץ ווי אין די עמעזאן דשאנגלען זענען זיי ארומגעקראכן אן האבן דעם מינימאלע געברויכן צום לעבן, און זירא טראסט אינעם בריאה. ווען יעדער גוי און אויך יוד ווערט באשולדיגט במחשבה אין דעם ערגסטן. און די טויט לויפט נאך און דאס לעבן אין אנגסט איז אויפן העכסטן פארנעם.
מיין באבע ביילא, וואס האט זיך בדרך נס געראטעוועט, און אהערגעברעגט אויף דעם גאלדענעם אמריקא מיט הילף פון אנקל זשעיקאב וואס האט גענומען דעם פולסטן אחריות מטעם דעם אמעריקאנער גאווערמענט צו זיין די שירעם אז די נשמות אין געשטאלט פון הויט און ביין זאלן ח"ו פאלן צו לאסט אויף די רעגירונג.
ביילא האט מיט די שטערקסטע כוחות ביי זיך אפגעמאכט אז מען גייט נאך קוקן אויף די חסדים וואס מען פארשטייט, און אנגיין מיט'ן לעבן, און פראבירן מיט וויפיל עס איז שייך צו צירוקברענגען דעם דרך ארץ און נארמאלן רוטין וואס א געזונטער מענטש טוט א יעדן טאג.
אזוי אויך האט זי פראבירט צו ארויסהעלפן מיט פארשידענע וואלענטירישע ארבייט, און העלפן מיט וואס נאר אימער אירע אידישע שוועסטער און ברודער האבן געדארפט. למשל מיט'ן אויסטיילן ברויט פאר די וואס האבן נישט. ווען די סארט זאכן איז געקומען מיט א פרייז וואס מחמת צרות הדור האט נישט נאר איין מאל א נישט געזונטן נפש געגעבן שווערע קלעפ פארן חטא פארן וועלן העלפן.
אינעם רינגעלע פון העלפן אנדערע, פלעגט ביילא גיין צו שפיטעלער באזוכן קראנקע מענטשן מיט א גרופע חבר'טעס און באדינען די קראנקע אויף וויפיל עס איז שייך געווען, דארטן אין שפיטאל איז געווען א מיידל מיט א קראנקע מענטש וואס די דאקטוירים האבן שוין ל"ע פארלאשן דארט די לעקטער אינעם צימער.
די אויגן פון די מיידל איז שטעדיג געווען כאבן דומם אן ארויסקוק פון אינטערעסע דא צו זיין אויף דעם עולם, און מיט וואס די גרופע פרענדס האבן נאר פראבירט איר צו אויפלעבן, האט די חושך איבעגעוואויגן, וימאן להתחזק נישט וועלנדיג אריינלאזן און זיך קיין טראפנס האפענונג און ארויסקוק פאר גוטע צייטן.
אין איין שיינעם פרייטאג צופרי ווען איינע פון די פון די גרופע איז געקומען באזוכן, האט זי געטראפן דעם פאציענט אויפגעלייגט און גאר א צווייטע שטומונג. אויף די פראגע אויף וואס עפעס איז היינט אזא שיין טאג אין די אויגן קוקן יא און לעבט ווי די באשעפער האט איר באשאפן. און צום ווינדער וואס האט פאסירט איז די תירוץ געווען אז ביילא איז דא געווען פריער.
ביילא מיט שמועס אויף פארוואס זי קוקט אויס אזוי, און וויל נישט זיכן איבערקומען די שוועריקייט איז די ענפער געווען וואס הייסט? זיי די חברה אין די ווייסע חאלאטלעך ווילן מיר פארשיקן פון דא, איז וועגן דעם האבן גע'טויט'עט מיינע געפילן נישט צו שפירן וואס עס קומט אויף מיר.
ביילא האט מיט א שטילן אבער פעסטן טאן זיך אנגערופן..
"אמת...
"וואס זיי זאגן הערט זיך ריכטיג אבער און נאך אמאל אבער, ווי אזוי גייסטו שטארבן מיט א ווייסן ליילעך, און פיינע גוטע מענטשן וואס האבן דיר געוואלט זעהן לעבן און פראבירט דיר מחזק זיין ווען אימער. ארום דיר און געזעגענען ווי איד.
"אונז האבן אלע געגלייבט אז הענגען אדער פארברענען וועט זיין אונזער ענדע און בעסטן א קויל און קאפ.
"איז דאס נישט די שענעסטע טויט?
מיט א בליק פון אויפריכטיגקייט קוקט זי אין די אויגן פון ביילא.. "די האסט מיר באזיגט"..
"דאס האט מיר געמאכט אז ווי אזוי און וואסערע מצב איך בין איצטער גיי איך האבן אזא שיינע ענדע"
"דאס האט צוגעגבן פיל גייסט און מוהט אנצוגיין..
"אזא שיינער טויט..