דער אוצר: נויגארשל - רובינפעלד, געראטוועט דעם רבין זי״ע

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

דער אוצר: נויגארשל - רובינפעלד, געראטוועט דעם רבין זי״ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די ״דער אוצר״ האט די וואך א לענגערע באשרייבנוג פון א 94 אידענע אין שווייץ מיטען נאמען פלוירא נויגארשל - רויזע רובינפעלד.

איר געשיכטע בקיצור איז אז אין בערגן בעלזען האט זי עטליכע מאל געראטוועט דעם רבין זי״ע (סאטמאר) ממש ממות לחיים,
אזוי אויך האט איר די רבי האט איר אמאל האבן געזאגט אז זי האט זוכה געווען צו גילו אליהו, זי זאגט: ביי א געלעגנהייט, ווען איך האב דערציילט דעם מעשה פאר'ן סאטמארער רב זצ"ל, האט ער מיר געזאגט: 'דאס איז געווען אליהו הנביא, וועלכער האט דיר געראטעוועט אין זכות פון דיינע הייליגע עלטערן'

לויט ווי אזוי זיי שרייבען איז יעצט די ערשטע מאל וואס די פרוי דערציילט איר לעבנס געשיכטע.

איז איר געשיכטע באוויסט? מען באשרייבט איר ראלע ווען מען באשרייבט בערגן בעלזען?
אני הקטן האט נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אויב ווייסט איר מער ביטע זיך לאזען הערן.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

למעלה האט מיר אריינגעשיקט באישי א מראה מקום ווי מען רעדט שוין דערפון, נישט געוויסט

viewtopic.php?f=31&t=8585&start=475
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מחותן האט געשריבן: די ״דער אוצר״ האט די וואך א לענגערע באשרייבנוג פון א 94 אידענע אין שווייץ מיטען נאמען פלוירא נויגארשל - רויזע רובינפעלד.

איר געשיכטע בקיצור איז אז אין בערגן בעלזען האט זי עטליכע מאל געראטוועט דעם רבין זי״ע (סאטמאר) ממש ממות לחיים,
אזוי אויך האט איר די רבי האט איר אמאל האבן געזאגט אז זי האט זוכה געווען צו גילו אליהו, זי זאגט: ביי א געלעגנהייט, ווען איך האב דערציילט דעם מעשה פאר'ן סאטמארער רב זצ"ל, האט ער מיר געזאגט: 'דאס איז געווען אליהו הנביא, וועלכער האט דיר געראטעוועט אין זכות פון דיינע הייליגע עלטערן'

לויט ווי אזוי זיי שרייבען איז יעצט די ערשטע מאל וואס די פרוי דערציילט איר לעבנס געשיכטע.

איז איר געשיכטע באוויסט? מען באשרייבט איר ראלע ווען מען באשרייבט בערגן בעלזען?
אני הקטן האט נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אויב ווייסט איר מער ביטע זיך לאזען הערן.

געליינט דעם שבת.זייער אינטרעסאנט.

הערה בעלמא דער רבי איז נאך געבליבען דארט נאך א פיר חדשים נאך דעם וואס זי איז געווארן באפרייט. איך מיין אז עס קומט אויס אז זי איז גווען מיטן רבין נאר בערך א דריטעל פון די צייט. ווייסט איינער דעם דאטום ווען דער רבי איז "אנגעקימען" אויף בערגן בעלזען?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

די רבי איז געווען בערך 5 חדשים אין בערגען בעלזען,
אויב געדענק איך גוט איז ער אנגעקומען דארט שבעה עשר בתמוז.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נאר איינער חוץ זי און אירע איינקליך ווייסען פון די מעשה? מיר איז מאדאנע אז אזא מעשה מיט אזויפיל דעטאלען קימט אפיר אזוי שפעט נאך די הצלה, עס דארף ווען זיין איינער עטליכע וואס זאלן הערן די מעשה פון די ריבצין אדער פון ר יוסל, אדער גאר זאל מען אין סאטמאר האבן געוויסט אז די רבי האט איר מכיר טובה געווען.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מחותן, איר האט געליינט די תגובות אינעם לינק וואס איר האט געברענגט?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די מיינסט די פרט אז זי האט שוין יארען צירוק געשריבען א ענגלישע בוק דערוועגן?

אקעי, מיר איז אבער נאך אלץ אינטערסאנט פארוואס מען האט אין סאטמאר קיינמאל נישט געשמיעס דערפון, א שטייגער ווי די אנדערע וואס האבן אויך געהאלפן דעם רבין אין בערגן בעלזען און מען פלעגט שמיעסן פון די הכרת הטוב וואס די רבי האט זיי ארויסגעוויזען.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ס'איז מיר אינטערסאנט, לויט מרת. פריעדמאן תחי' בת הרה"ק ר' נתן דוד מפאריצאוו זי"ע האט זיך געקאכט אינאיינעם מיט די רבעצין פארן רבי'ן אין לאגער, מ'האט זיי געלאזט קומען קאכן פארן רבי'ן קארטאפעל און דער רבי האט געגעסן דערפון, און זי דערציילט אז דער רבי האט געלעבט אויף די ברויט וואס זי האט געברענגט. קען זיין אלע ביידע נאר זי האט נישט געוויסט אז דער רבי קאכט זיך אליין זיין עסן, ער האט זיכער נישט געגעסן פון די אלגעמיינע קיך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

די לדעת לינק וועט דאך עקספייערן, לייג איך אהער די מעשה
(אראפגענומען די פרעים פאר ס'זאל זיין א קלענערע פייל, אויפן לעצטן בלאט איז דא "דער אוצר"'ס אינפארמאציע)
אטעטשמענטס
אוצר1.JPG
אוצר2.JPG
אוצר3.JPG
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אוצר4.JPG
אוצר5.JPG
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'האב שוין געהערט יארן צוריק פון איר דורך נאנטע משפחה וואס זענען געווען אין ציריך.

איך געדענק צוויי זייער אינטערסאנטע ענינים פון רבי'ן וואס זי האט דעמאלט'ס דערציילט, און פון ביידע קען מען זיך א געוואלד לערנען:

איינס, אז זי פלעגט זיך אונטערהערן זיינע "שמועסן" מיט השי"ת, און איינמאל האט זי געהערט וויאזוי דער רבי זי"ע וויינט בדמעות שליש צום רבש"ע אז וויאזוי קען מען אים אוועקענעמען פון דער וועלט " איך האב דאך נאכנישט תשובה געטון"!!
פירושים זענען איבריג! (והחי יתן אל לבו, וילמד מזה בק"ו בן בנו של ק"ו)

צווייטנ'ס, קודם א שטיקל הקדמה, הגם ס'קען זיין אז מאנכע וועלן האבן טענות פארוואס איך שרייב עס, דאך האלט איך אז כך היא דרכה של תורה כמבואר בכמ"ק בחז"ל שעזרא תקן להם לישראל שיהיו רוכלין - מוכרי בשמים עוברין בעיירות ישראל כדי שיהיו מצויין לבנות ישראל, ווי אויך איז עס וויכטיג צו וויסן אינעם היינטיגען אכשר דרא'דיגע דור - ווען מען מאכט הארבע תקנות אין די סקול'ס בענינים אלו - וויאזוי פריערדיגע צדיקים האבן זיך געפירט.

צוריק צו וואס זי האט פארציילט, אזוי ווי שוין געברעגנט אין דער אוצר אז דער רבי זי"ע האט זיך געזארגט פאר אלעאירע באדערפענישען אז זי זאל קענען חתונה האבן, האט זי פארציילט אז פאר זי איז כלה געווארען האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט ביי די רעביצען וויאזוי זי זעט אויס און צו זי וועט גוט אויסנעמען ביי די בחורים וואס מען האט איר מציע געווען, און די רעבעצין האט געזאגט אז זי זעט אויס אזוי ווי א ארים מיידל נאכ'ן קריג (ודי, וידועים מה שבכה רבי ישמעאל שבנות ישראל נאות הן אלא שהעניות מנוולתן...) האט די רבי זי"ע געגעבן געלט פאר די רבעצין אין איר באפוילן מ'זאל איר טראגען צו די וואס פארבן די פנים און מזאל קעיר נעמען פון אלעם וואס ס'פעלט זיך אויס (קיצרתי כאן), און דערנאך האב די רבי זיך ווייטער נאכגעפרעגט אויב ס'איז שוין בשלימות און זי העט קאנען גרינג א שידוך טון. וכך הווה זי האט געטון א הערליכן שידוך וכו'.

די גדלות פון די מעשה וויאזוי דער גרויסער צדיק וקדוש האט זיך אראפגעלזט און זיך געזארגט פאר א בת ישראל א זי זאל קענען טרעפן א שידוך איז אין לשער. ווי אויך קען מען זיך נאך פילע זייטיגע זאכן לערנען פון דעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: די רבי איז געווען בערך 5 חדשים אין בערגען בעלזען,
אויב געדענק איך גוט איז ער אנגעקומען דארט שבעה עשר בתמוז.

דאס טייטש אז זי איז געווען מיטן רבין אינגאנצען בערך 6 וואכן פון די 5 חדשים, ווייל כ"ח אב איז זי שוין אוועקגעאנגען פון דארט.
כבני מרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבני מרון »

נא_שכל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:59 pm
כ'האב שוין געהערט יארן צוריק פון איר דורך נאנטע משפחה וואס זענען געווען אין ציריך.

איך געדענק צוויי זייער אינטערסאנטע ענינים פון רבי'ן וואס זי האט דעמאלט'ס דערציילט, און פון ביידע קען מען זיך א געוואלד לערנען:

איינס, אז זי פלעגט זיך אונטערהערן זיינע "שמועסן" מיט השי"ת, און איינמאל האט זי געהערט וויאזוי דער רבי זי"ע וויינט בדמעות שליש צום רבש"ע אז וויאזוי קען מען אים אוועקענעמען פון דער וועלט " איך האב דאך נאכנישט תשובה געטון"!!
פירושים זענען איבריג! (והחי יתן אל לבו, וילמד מזה בק"ו בן בנו של ק"ו)

צווייטנ'ס, קודם א שטיקל הקדמה, הגם ס'קען זיין אז מאנכע וועלן האבן טענות פארוואס איך שרייב עס, דאך האלט איך אז כך היא דרכה של תורה כמבואר בכמ"ק בחז"ל שעזרא תקן להם לישראל שיהיו רוכלין - מוכרי בשמים עוברין בעיירות ישראל כדי שיהיו מצויין לבנות ישראל, ווי אויך איז עס וויכטיג צו וויסן אינעם היינטיגען אכשר דרא'דיגע דור - ווען מען מאכט הארבע תקנות אין די סקול'ס בענינים אלו - וויאזוי פריערדיגע צדיקים האבן זיך געפירט.

צוריק צו וואס זי האט פארציילט, אזוי ווי שוין געברעגנט אין דער אוצר אז דער רבי זי"ע האט זיך געזארגט פאר אלעאירע באדערפענישען אז זי זאל קענען חתונה האבן, האט זי פארציילט אז פאר זי איז כלה געווארען האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט ביי די רעביצען וויאזוי זי זעט אויס און צו זי וועט גוט אויסנעמען ביי די בחורים וואס מען האט איר מציע געווען, און די רעבעצין האט געזאגט אז זי זעט אויס אזוי ווי א ארים מיידל נאכ'ן קריג (ודי, וידועים מה שבכה רבי ישמעאל שבנות ישראל נאות הן אלא שהעניות מנוולתן...) האט די רבי זי"ע געגעבן געלט פאר די רבעצין אין איר באפוילן מ'זאל איר טראגען צו די וואס פארבן די פנים און מזאל קעיר נעמען פון אלעם וואס ס'פעלט זיך אויס (קיצרתי כאן), און דערנאך האב די רבי זיך ווייטער נאכגעפרעגט אויב ס'איז שוין בשלימות און זי העט קאנען גרינג א שידוך טון. וכך הווה זי האט געטון א הערליכן שידוך וכו'.

די גדלות פון די מעשה וויאזוי דער גרויסער צדיק וקדוש האט זיך אראפגעלזט און זיך געזארגט פאר א בת ישראל א זי זאל קענען טרעפן א שידוך איז אין לשער. ווי אויך קען מען זיך נאך פילע זייטיגע זאכן לערנען פון דעם.
ר’ מעדל גרינבערג’ס שידוך איז אויך צוגעגאנגען מיט פלא פלאים ווי אזוי דער רבי מיט דער רעביצן זענען געווען אינוואלעווד אין יעדע דיטעל ממש פון אפאר אנגעטראגענע זאכן ביזן ענדליך ברעכן טעלער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”