איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער
דעיס ווארט גריצלט אין די אויערן פון עטליכע וואכן פאר חנוכה ביז אפאר טאג נאך חנוכה...
דאס אז די ווייבער זענען מחליט שוין וואכן פריער וועלכע געים מ'גייט שפילן, און וועלכע אקטיוועטי איז אינטרעסאנט, איז רוב מאל נישט נוגע פאר אונז "מענער",
דאס אז יעדער מוז ברענגען א בילד פון זיך אלץ קינד און מ'פראבירט צו געסן ווער דאס איז, וכדומה.... וואס האט דאס מיט מיר?
רוב מאל זיצן די מענער אין די זייט פאר 2 שעה און מ'טוט נישט גארנישט, (איינער מיט א סמארט פאון האט אביסל יא וואס צו טון....)
איינער האט מיר היינט געבעטן צו עפענען אזא אשכול ווי מענטשן זאלן קומען מיט איידיעס וואס צו טון ביי חנוכה פארטי'ס ביים עזרת אנשים,
למשל, איינער איז אויף געקומען מיט א בייפאל, היינט נאכט איז די דריטע חנוכה לעכטל, אויסגעטיילט פאפירן מיט פעדער'ס פאר יעדן איינעם, און מ'זאל שרייבן אלעס וואס מ'געדענקט וואס האט שייכות מיט נומבער 3, די ענפער'ס זענען געוועהן להפליא...
איינער האט אפי' געשריבן אז פון מאל צו מאל ווערט ער צו'דריי-ט......
וכן פערדע נאכט, פיפטע נאכט, וכו',
שנית, א משפחה מיט קאלירפולע מענטשן, האט מען אויסגעפרעגט דעם ציבור קשיות (מ'מוז נישט ענפערן נאר אז מ'וויל) דעם שמש האט מען געפערגט למשל וואס טוט מען אז מ'האט א מאנגל אין קעיק שבת ביים קידוש?....
דעם מלמד וואס טוט ער ווען א טאטע זאגט אז זיין יונגל קען נישט קיין איין ווארט, וכו' וכו',
ארבעטער'ס ווען איז געוועהן דיין שווערסטע טאג אין די ארבעט?,
דערצייל טשיקאווע עפיזאדן פון דיין ארבעט,
מ'קען אפי' פרעגן שאלות פון די בחורים, לגבי חברותות, מגידי שיעור, וכו'
און אזוי ווערט אינטרעסאנטע טאקינג פוינט'ס....
ווער ס'האט נארמאלע איידיעס - פאר מענער, זאל אהער לייגן, והציבור יהנה.