כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר תפילות יוסף הנגונים נדפס בחייו ניו יורק
אטעטשמענטס
YR51.jpg
YR51.jpg (79.47 KiB) געזען 370 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

איך האב מיר היינט אנגעטראפן מיט א גליון משולחן מלכים פונעם סאטמאר'ער רבי שליט"א מהר"א ווי בתוך הדברים פארציילט ער אז יאסעלע ראזענבלאט איז קודם געווען אויף פראבע אין שטאט סיגוט אבער ער האט נישט נושא חן געווען ביי די ראשי הקהילה אין מען האט אים אפגעזאגט, איז ער געגענגען קיין מונקאטש.....

איינער מיט מער פרטים?
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:34 am
איך האב מיר היינט אנגעטראפן מיט א גליון משולחן מלכים פונעם סאטמאר'ער רבי שליט"א מהר"א ווי בתוך הדברים פארציילט ער אז יאסעלע ראזענבלאט איז קודם געווען אויף פראבע אין שטאט סיגוט אבער ער האט נישט נושא חן געווען ביי די ראשי הקהילה אין מען האט אים אפגעזאגט, איז ער געגענגען קיין מונקאטש.....

איינער מיט מער פרטים?
שוין געהערט דערפון אמאל, איך מיין אז סאיז נישט פארהאן קיין ספעציעלע פרטים, פשוט, ער איז געווען דארט חזן פאר א שטיק צייט.

כמובן אז מרעדט דא פונעם שטאטישן ביהמ"ד, נישט פון בית מדרשם של אדמו"רי בית מונקאטש. אין סיגוט מיין איך אז די רבנים האבן אלס געדאווענט אינעם שטאטישן ביהמ"ד
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

קען איינער ארויף לייגן ריקאדינגען פון יאסעלע?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

כ'האב נישט קיין כח אריבערגיין די גאנצע אשכול אבער איך האב געזוכט פון אויבן אויף האב איך נישט געטראפן
איך האב זיך אנגעשטויסן אין א אלטן צייטונג וואס איז ארויס געקומען אין פאלעסטינע [איך שרייב אזוי בכונה אין נישט א"י וויל איך אמאל געהערט פון מו"ר כ"ק הגה"ק מבאבוב שליט"א אז ערליכע אידן וואינען אין א"י און נישט קיין ערליכע וואינען אין פאלעסטינע] מיטן נאמען 'דבר' וואס איז ארויס געקומען דעם 5'טען אין אוג' 1935 ולמניינינו ו' אב תרצ"ה
דארטען איז דא א גאנצע באשרייבונג וועגן באבוב אין בין הדברים שרייבט ער דארט אז יאסעלע וואס איז געוועהן א פייערדיגע באבוב'ע חסיד [כלשונו] פלעגט זינגען אין זיינע קאנצערטן באבוב'ע ניגונים איינער האט אמאל געהערט פון דעם אדער עס איז דא א רעקארדינ"ג פון דעם?


ד"א אין באבוב אינדערהיים פלעגט ביי שמחת בית השואבה שפילן א פאטיפאון מיט שטיקלעך פון יאסעלע
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”