אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך האב געזוכט און נישט געטראפן אן אשכול איבער די טעמע.

א באקאנטער מיינער דארף פארן קיין אלבאני צו אן אימיגראציע פארהער. איז דא עפעס טיפס, עצות, ידיעות, וואס איז גוט צו וויסן בעפאר ער גייט אהין?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

איז דאס די פיינעל אינטערוויא צו באקומען א גרין קארד?
איז עס א family based אפליקאציע?

די פונקטליכע רולס און רעקווייערמענטס זענען קלאר געשריבן אויף זייער וועבסייט און אויפן Interview Notice.

ס'איז גוט מיטצוברענגען קאפיעס פונעם Form I-485 און אלע דאקומענטן וואס מ'האט אריינגעגעבן דערמיט.
אויב איז עס מערידז"ש בעיס"ד, זאל מען מיטברענגען וואס מער דאקומענטן וואס קענען דאס אויפווייזן, אריינגערעכנט בילדער פון די חתונה, ווי מען פארברענגט אינאיינעם וכדו'.
די marriage certificate איז לאו דוקא גענוג, ווייל דאס באשטעטיגן די גרין קארד האט מיט די מאָאָד פונעם officer וואס האלט אפ דעם אינטערוויא, ער דארף אפמאכן צו די marriage איז טאקע ריכטיג, אדער נאר געמאכט כדי זיך צו אריינבאקומען קיין אמעריקע...

ווען מ'קומט אריין אינעם בנין דארף מען אריבערגיין א מעטאל דיטעקטער און אויסליידיגן די טאשן, דערנאך דארף מען ווייזן די Interview Notice. (עצה טובה אויסצוליידיגן די טאשן פון אלע אומנויטיגע חפצים).
דערנאך גייט מען צו צום סאקרעטאר'ס פענסטער'ל וואו מ'נעמט די פינגערפרינטס און א בילד, דערנאך זעצט מען זיך אראפ ווארטן אינעם ווארט-זאל.
(מעגליך אז יעצט - לאור המצב - זענען די פראסידזשורס אביסל אנדערש)

נאך א קורצע צייט וועט דער אינטערוויא'ער דיר אריינרופן אין זיין אפיס.

ביי מיר איז דער officer איז געווען זייער פריינטליך און צוגעלאזן, אבער נישט יעדער איז גלייך, ס'דא וואס זענען נישט אזוי וואויל.

פארן אנהייבן וועט דער officer באשווערן אז מ'וועט זאגן נאר דעם אמת, מדארף אויפהייבן די רעכטע האנט און דער officer זאגט א קורצע דרשה וכו' און מ'דארף ענטפערן "יעס, איי wילל". (בערך...)

דערנאך וועט ער מכבד זיין זיך אראפצוזעצן, און ער וועט איבערגיין די אפליקאציע שאלה ביי שאלה און מאכן א 'טשעק' אויב אלעס שטימט.
ער וועט פרעגן אויב מ'האט נאך סיי וועלכע דאקומענטן צו איבערגעבן.
אויב איז עס מערידז"ש בעיס"ד, קען ער פרעגן שאלות ווי: ווען איז געווען די חתונה? ווען האבן ענק זיך געטראפן צום ערשטן מאל? וכו' וכו'.

נאכן זיך איבערטראכן וועט ער דיר מעלדן זיין דעסיזשן, אויב דו ביסט באשטעטיגט צו באקומען א 'גרין-קארד'.
צומאל, אויב ער וויל נישט באשטעטיגן אויפן פלאץ, וועט ער זאגן אז דו קענסט שוין גיין. און נאך עטליכע וואכן וועסטו באקומען א בריוו פון זיי איבער זייער דעסיזשן.

--
אבער 'יעדער' האט אן 'אנדערע' עקספיריענס מיט זיי, צומאל קען א אינטערוויא נעמען בלויז 10 מינוט, און צומאל קענען זיי משוגע מאכן מיט פראגעס פאר א גאנצע שעה.
--

אויב איז דאס נישט נוגע פאר דיין באקאנטער, דיסרעגארד די תגובה...
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

א גרויסן דאנק הרב הודו פאר אזא קלארע דעטאלירטע נוצבארע תגובה.

מיין באקאנטער האט שוין א גרין קארד און לייסענס דאהי, יעצט ווערט ער א געהעריגער בירגער.

ער וואוינט שוין דא היבשע יארן, אבער עס האט זיך אנגעהויבן אלס בחור קומענדיג דא צו א ישיבה, און נאכדעם געטאן א שידוך דאהי.

ער דארף זיך איינ'חזר'ן ענטפערס פון א ביכל איבער די הויפט סיסטעם וויאזוי אמעריקע ארבעט, און מען גייט עס דארט פארהערן.
לעצט פארראכטן דורך שואלכענין אום דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

לגבי קאוויד, הייסן זיי בלייבן אין די קאר, און מען רופט אריין ווען עס קומט יענעמ'ס רייע.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

אהא.
די זעלבע מעשה ווי מיר.
איך האב אבער נאך ארום 17 חדשים ביז איך קען אריינגעבן אן אפליקאציע צו ווערן א בירגער.

(די אמעריקאנע סיסטעם איז פשוט, יעדער שרייט אויף יענעם "דו ביסט שולדיג!"...)
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

סאו, ווער ווייסט עפעס טיפס איבער דעם פארהער? וכל המסתעף
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: אימיגראציע, לעגאלע שריפטן, וכל המסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

א באקאנטער וואס וואונט דאהי שוין אסאך יאר מיט א גרין קארטל וויל ווערן א פערמענענט סיטיזענט.

צו וועם קען מען זיך ווענדן פאר הילף אדורכצוגיין די פראצעדור?
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”