Re: די אינטערסאנטע "'זכרו/ZICHRU מהלך" צו געדענקן הונדערטער בלעטער גמ' מיט סימנים
ביי די מאנסי זכרו סיום האט רבי אייזיק דאסקאל אדרעסירט דעם זעלטענעם זיידענפעלד אויפטריט און געמאכט אייגענע זיסע סימנים אויף עטליכע בלעטער אין חולין
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
קען איינער מזכה זיין את הציבורשמואל חיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:42 pmדאכצעך מיר אז אין איינע פון די אותיות אויסגאבע איז עס געווען באשריבן מיט אלע קליפערליך
עדיט:
viewtopic.php?p=3013644&hilit=Zichru#p3013644
די גאר גוטע נייעס קומט יעצט אריין אז מ'ממאכט עס איבער מיט א היימישע טעם!קרבן-פסח האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:08 pmא חבר מיינער לערנט מיט די "זכרו" סימנים און ער געדענקט עטליכע הונדערט בלאט.
דער פראבלעם וואס שטערט אסאך מענטשן איז די פאני-גויאישע סימנים, ווי אויף דף טז, כ'געדענק שוין נישט דעם סימן נאר אז ס'איז היפש פאני, כז = קוזו, לז = לעיזער פוינטער, ועוד ועוד.
ווער איז די זאגער?
https://drive.google.com/file/d/1UTrapv ... ziMPB/viewFREEDOM האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 09, 2023 12:57 pmקען איינער מזכה זיין את הציבורשמואל חיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:42 pmדאכצעך מיר אז אין איינע פון די אותיות אויסגאבע איז עס געווען באשריבן מיט אלע קליפערליך
עדיט:
viewtopic.php?p=3013644&hilit=Zichru#p3013644
און "סקענען" דעם ארטיקל אין "אותיות" תשרי תשס"ב ?
ולמצוה ולסימן גדול יחשב
תזכ(ר)ו למצוות!!
אלי שטיינפעלד האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:56 amאיך קלער צו דשוינען דעם פראגראם
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי די מח פון אן ערוואקסענער מענטש דארף זיצען און פארענען מיט קינדערישע מעשיות און קאנעקטען מיט דעם און נאך געדענקען אויך?
שמחה גוטמאן האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 27, 2023 2:07 amדי עיקר שוועריקייט -וואס עכ''פ איך האב געהאט- איז מיט די מעשה.
די מעשה הערט זיך אסאך מאל גאר מאדנע און אפילו צומאל נאריש.
אבער נאך א פאר טעג מאכט מען שלום מיט די מעשה סיי ווייל מ'געוואוינט זיך צו (פונקט ווי ס'הערט זיך נישט מאדנע יקנה''ז/י'ד שחט דם, וכו') און בעיקר ווייל מ'זעהט די גרויסע ווערד דערפון, ווען די מעשה איז במציאות די שליסל דיר צו דערמאנען די אלע 3 נקודות פונעם בלאט.
די געדאנק דא איז גג על גג.
געדענקן יעדע בלאט?
קענסט נישט /דארפסט נישט איינ'חזר'ן ווארט ביי ווארט יעדע שורה.
כאפ אן די בלאט בעיקר מיט די דריי הויפט נקודות פונעם בלאט (אויב מעגליך, בוי ארויף אין קאפ אויף די 3 נקודות ווי מער פון די אנדערע נושאים אויפן בלאט, וואס געווענליך איז עס פארבינדען צו איינס פון די דריי נקודות).
געדענקן דריי נקודות פון אזויפיל בלעטער?
דא קומט אריין די מעשה. בדרך לא דרך מאכט מען א מעשה וואס אין די איין מעשה דרייט מען אריין אלע הויפט נקודות פונעם בלאט. די מעשה דערמאנט דיך אלע נקודות פון דעם בלאט.
א מעשה -איין מעשה- געדענקט מען גרינגער. אבער
וויאזוי געדענק איך וועלכע בלאט די מעשה איז?
דא קומט אריין די נומבער פונעם דף. די מעשה איז געבויעט אויף די נומבער פונעם בלאט. ווי למשל דף ל''ג איז עפעס א מעשה וואס איז געשעהן ל''ג בעומר.
איך פרעג דיר וואס ס'שטייט אין דף ל''ג =געדענקסטו גלייך די ל''ג בעומר מעשה = וואס האט אין זיך די דריי הויפט נקודות פונעם דף.
Wow דאס איז געוואלדיג. ווא באקומט מען אויף טעקסט? נאר די 3 סימנים מיט די מעשה פון יעדן בלאט?שמואל גרינפעלד האט געשריבן: ↑ מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:48 am
זיך איינצושרייבן צו קריגען די טעגליכע חומר דורך טעקסט ביטע שיקט א טעקסט מיט די ווארט
929-416-5195 צו "ZICHRU"
טעקסט איז אויפן סדר פון דף היומי, ס'איז דא צובאקומען אויך אויף מסכת חולין געמאכט ספעציעל פאר די לומדי תורתך/זכרו.שמחה גוטמאן האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:48 amWow דאס איז געוואלדיג. ווא באקומט מען אויף טעקסט? נאר די 3 סימנים מיט די מעשה פון יעדן בלאט?שמואל גרינפעלד האט געשריבן: ↑ מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 8:48 am
זיך איינצושרייבן צו קריגען די טעגליכע חומר דורך טעקסט ביטע שיקט א טעקסט מיט די ווארט
929-416-5195 צו "ZICHRU"
וועלכע מסכת? איך לערן יעצט חולין פון זכרו (סאטמאר) מיט די חזרה פון ZICHRU (אלטוועלטליך)...