דער באניץ פון DNA אין פאליציישע אויספארשונגען (מי מנוחות)

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

דער באניץ פון DNA אין פאליציישע אויספארשונגען (מי מנוחות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

דער באניץ פון DNA אין פאליציישע אויספארשונגען

DNA fingerprinting/DNA profiling

ערשינען אין מי מנוחות #9

אין המשך פון דא
נאוועמבער 21 1983 אין א קליין שטעטל אין ענגלאנד איז א פופצן יעריגע מיידל 'לינדע מען' פארלוירן געווארן נאכן פארלאזן איר הויז אויפן וועג צו א חבר'טע, נאך א זיכעניש אין די גאנצע ארומיגע געגנט איז זי געפונען געווארן די נעקסטע צופרי ברוטאל ערמארדעט אין די פעלד אונטער די 'Carlton Hayes' פסכיאטער שפיטאל אין 'נערבאראו ענגלאנד' (Narborough), אויספארשער וואס זענען אנגעקומען אויפן צענע האט געטראפן איבערבלייבעניש פון דער מערדער, און נאך א פראצעדור גערופן Forensic science האט עס געוויזן אז דאס איז אזאנס וואס טרעפט זיך נאר ביי %10 פון די מענטשן, אויך האבן זיי געזעהן אז דאס איז פון איינער מיט 'בלוט טייפ A', אבער זיי האבן נישט מצליח געווען צו טרעפן דער מערדער, און די קעיס איז געבליבן אומפארענפערט.

דריי יאר שפעטער יולי 31 1986 איז א צווייטע פופצן יעריגע מיידל 'דאון עשווארט' פארלוירן געווארן אויפן וועג אהיים, און זי אויך איז צוויי טעג שפעטער געטראפן געווארן אן קיין צייכענעס פון לעבן אין די שטעטל 'ענדערבי' (Enderby), און די איבערבלייבענישן געפונען אויפן צענע האבן געוויזן אז דאס איז דער זעלבע פארשוין וואס שטייט אונטער די ערשטע מארד אויף 'לינדע מען'.

א שטיק צייט שפעטער האט די פאליציי באקומען א 'טיפ' א 'ריטשארד באקלענד' א זיבעצן יעריגע מאן מיט לערנען שוועריקייטן וואס האט געארבייט אין די קארלטאן שפיטאל ווי די ערשטע מיידל איז מיט דריי יאר פארדעם געפונען געווארן טויט, איז געזעהן געווארן נעבן די צענע פון די מארד אויף 'דאון עשווארט', נאך א אויספארשונג פון די פאליציי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געוויסט אסאך אינפארמאציע איבער די מארד, נאך שווערע אויספארשונגען האט ער זיך מודה געווען אין די מארד פון 'דאון עשווארט' אבער האט געלייקנט אז ער שטייט אויך אינטער די מארד אויף 'לינדע מען', דאס האט אריינגעלייגט די פאליציי אין א פארלעגנהייט, נאכדעם וואס די באווייזן צייגן קלאר אז די צוויי קעיסעס זענען דורגעפירט געווארן דורך דער זעלבע מערדער.

עלעק דשעפריס (Alec jeffreys) א פראפעסער אין דער דערנעבדיגע Leicester University'' וואס האט יארן שטודירט די DNA פון דער מענטש צו זעהן וואס פאר א ניצן מען קען האבן דערפין, איז אין 1984 צוויי יאר פאר די צווייטע מארד אויפגעקומען מיט א וועג ווי אזוי צו קענען זעהן פון וועלעכע מענטש די ספעציפישע DNA קומט און צו קענען צוזאמשטעלן צוויי DNA ביישפילן צו זעהן אויב זיי קומען פון דער זעלבע מענטש.

די פאליציי האבן זיך געוואנדן צו דעם פראפעסער ער זאל באשטעטיגן מיט זיין נייע 'DNA פינגערפרינטינג אידענטיפעקאציע סיסטעם' אז די צוויי מארדן זענען טאקע דורכגעפירט געווארן דורך די זעלבע מערדער, און צו זעהן אויב דער 'ריטשארד בעקלענד' איז טאקע דער מערדער, נאכן דורפירן די נויטיגע טיסטן אויף די DNA האט ער באשטעטיגט אז די צוויי מיידלעך זענען ערמארדעט געווארן דורך איין מענטש, אבער ער האט אפגעווארפן די באשולדיגונג קעגן 'ריטשארד בעקלענד' נאכדעם וואס א סעמפל פון זיין DNA האט נישט געשטימט מיט די DNA וואס די אויפארשער האבן גענומען פון צענע פון די מארדן, דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א מענטש זען ווארן באפרייט פון קלאגעס א דאנק 'DNA פירגערפרינטינג'.

די פאליציי האט אבער נישט געהאלטן דערווייל ביים אויפגעבן, אין יאר 1987 האבן זיי געבעטן יעדער איינער אין די גאנצע געגנט צו גיבן א DNA סעמפל דורך אויסווישן די מויל אויף א ספעציעלע געצייג, וואס זיי האבן דערנאך אפגעפירט צו די יאנעווערסיטי צום פראפעסער וואס האט אנאליזירט די אלע ביישפילן צו זעהן אויב איינע פון די זענען די זעלבע DNA ווי די ביישפיל פון דער מערדער, נאכן אנאליזירן 4,000 ביישפילן פון מענטשן אין די יארגאנג פון 17 ביז 34 האט ער נישט באקומען קיין שום שפירן פון דער מערדער.

אין אגוסט 1 1987 האט א פרוי איבערגעגעבן פאר די פאליציי אז זי האט געהערט א קאלעגע ארבייטער 'איען קעלי' זיך אויפטיען אז נאכן באקומען 200$ האט ער געגעבן זיין DNA סעמפל אויף די נאמען פון זיין חבר 'קאלין פיטשפארק' ((Colin Pitchfork וואס האט געזאגט אז ער האט שוין געגעבן זיינס אויף א צווייטנס נאמען, סעפטעמבער 19 1987 האט די פאליציי זיך אראפגעלאזט צו זיין הויז און ארעסטירט דעם 'קאלין פיטשפארק' א בעקעריי ארבייטער אין די געגנט, נאכן נעמען זיין DNA און עס טעסטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער שטייט אונטער ביידע מערדערייען.

יוני 1988 איז 'קאלין פיטשפארק' אנגעקלאגט אויף צוויי מערדערייען קלאגעס און נאך הארבע קלאגעס אויף וואס ער האט באקומען א 'לעבנס לענגליכע טורמע' אורטייל, דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס איינער זאל ווערן אנגעקלאגט נאך DNA באווייזן אז ער איז שולדיג.

דער סעקרעטערי אוו סטעיט האט געשטעלט זיין מינימאלע צייט צו זיצן אויף דרייסיג יאר, איןMay 14 2009 האט ער אריינגעגעבן א אפיעל אין די 'ראיעל קארט אוו דשאסטיס' אין לאנדאן, ווי די ריכטער האבן עס אנגענומען און אראפגענומען צוויי יאר פון די מינימום און עס גענידערט צו 28 יאר, וואס מיינט אז קומענדיגע סעמפטעמבער 2015 קען ער אריינגעבן א ביטע צו ווערן באפרייט.

***

(מיר וועלן נישט אריינגיין אין אלע פרטים זינט עס איז זייער א גרויסע און קאמפליצירטע נושא, אבער גענוג אז מען זאל האבן א שטיקל ידיעה ווי אזוי עס ארבייט).
יעדע DNA איז צוזאמגעשטעלט פון קעמיקלס וואס ווערט אידענטיפיצירט מיט אותיות, יעדע מין קעמיקל איז א אנדערע אות, אין דער DNA זענען דא געוויסע חלקים וואס די אותיות וואס זענען אויסגעשטעלט אין א באשטימטע סדר איינמאל און נאכאמאל (לדוגמה ACGTACGTACGTACGTACGTACGT וואס איז 4 אותיות 'ACGT' און 6 מאל איבער און איבער), עס קען אנטהאלטן ביז 80 אותיות וואס גייען איבער, און ביז אזוי פיל ווי 30 מאל די זעלבע צוזאמשטעל פון אותיות איינס נאכן אנדערן, דאס ווערט אנגערופן 'VNTR' ((Variable number tandem repeat.

אלע מענטשן זענען 99.9% ענדליך אין די הינזיכט דהיינו צו האבן די זעלבע אויסשטעל פון אותיות, דאך איז 0.1% ביי יעדע מענטש אנדערשט ד.ה. קיין איין מענטש האט נישט די זעלבע 'VNTR' און עס איז אנדערשט פון אנדערע מענטשן מיט 0.1%, נאנטע משפחה האבן ענדליכע 'VNTR' אבער דאך ענדערשט, און דאס גיבט די מעגליכקייט צו איידענטיפיצירן די DNA פון א יעדע מענטש דורך די 0.1% וואס ער איז אנדערשט (עס איז דא נאך וועגן צו קוקן אויף די חלקים פון דעם DNA ווי Short tandem repeat' - STR', אדער Restriction fragment length polymorphism' - RFLP', אבער מיר וועלן נישט אדורך גיין אלע זינט עס איז זייער ענדליך צו 'VNTR').

דער וועג ווי אזוי מען אנאלעזירט די DNA איז ווי פאלגנד, מען נעמט דער DNA סעמפל, ווי בלוט, שטיקער הויט, האר, וכדומה, מען צוטיילט עס אין קליינע שטיקלעך מיט א געוויסע ענזיים גערופן א 'ריסטריקשאן ענזיים' (restriction enzyme), לויט די אויסשטעל פון די ספעציפישער 'VNTR' אזוי ווערט עס צוטיילט, נאכן צושניידן דער DNA לייגט מען אריין דער DNA אריין אין א ספעציעלע מאשין וואס האט אין זיך א געוויסע דשעל וואס מען לייגט אריין אין איהם אז דער DNA זאל נישט לויפן צו שנעל (ווי שפעטער ערווענט), און דערנאך גיבט דער מאשין אריין א עלעקטארישע שטראם אין דעם דשעל, און וויבאלד DNA האט די 'נעגעטיוו' (negative) עלעקטראנישע כח, דהיינו ווי דער שווארצע ווייער פון א עלקטראנישע מאשין וואס גייט פארקערטע זייט ווי דער 'פאזיטיוו' (positive) וועט דער DNA אנטלויפן פון די 'נעגעטיוו' און לויפן צו די 'פאזיטיוו' ווי דער טבע פון עלעקטריק, (בעסער צו פארשטיין, עס איז אזוי ווי א מאגנעט, אויב וועט מען לייגן צוויי מאגנעטן איינס קעגן די צווייטע וועט עס אנטלויפן, אבער אויב וועט מען לייגן איינס אויפן צווייטן וועט זיך עס צוזאמקומען, אזוי איז אויך ביי עלעקטריק, (וואס ווערט אויך פראדוצירט מיט מאגנאטישע כוחות ואכמ"ל).

די DNA שטיקלעך וואס זענען קלענער ווייל זיי האבן א קליינע 'VNTR' ד.ה. די נומערן גייען נישט איבער אזוי פיל מאל, וועלן לויפן שנעלער און אנקומען ווייטער ווייל צוליב זייער קליינקייט האבן זיי נישט אזוי פיל אפהאלט פון דעם דשעל, ווידער די גרעסערע שטיקלעך וואס ווערן מער אפגעהאלטן ביי די דשעל וועלן לויפן שטייטער און נישט לויפן אזוי ווייט, נאך ארום א האלבע שעה וועלן אלע שטיקלעך DNA זיך האבן אפגעטיילט און יעדע וועט זיין אויף אנדערע פלאץ, איינמאל עס איז אפגעטיילט וועט מען ארויפלייגן א קאליר וואס וועט מאכן דער DNA זעהבאר, נאכדעם וועט מען צושטעלן די אלע ביישפילן פון DNA וואס מען האט און מ'וועט זעהן וועלעכע ביישפיל איז דער זעלבע ווי דאס וואס מען האט פון דעם 'פארברעכן צענע' און אזוי ווייסט מען ווער ס'איז דער שולדיגע פארברעכער.

לעצטנס ניצט די FBI אביסל א מער פארגעשריטענע מעטאד פון DNA פראפיילינג וואס ערמעגליכט זיי צו איידענטיפיצירן DNA אויך פון גאר א קליין שטיקל DNA אפי' אזוי קליין ווי א שטויב דורך א מעטאד גערופן polymerase chain reaction) PCR) וואס נעמט א קליין שטיקל DNA און מאכט א 'קאפי' דערפין אפאר מאל, דורך עס אנהייצן און עס אפקילן אפאר מאל, וואס יעדע מאל ווארט עס געדאפלט פון די פריעדיגע אזוי קענען זיי מאכן אין א קורצע צייט מיליאנען קאפי'ס פון איין DNA.
3..JPG

שגיאות מי יבין, אזוי ווי עס איז געשריבן געווארן אין איילעניש כדי צו זיין גרייט אויף די מי מנוחות ערשיינונג, קען זיין אז עס געוויסע חלקים זענען נישט גענוג קלאר געווארן ארויסגעברענגט, ואתכם הסליחה, ואי"ה עוד חזון למועד.
הק' איש ימיני
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פון ווי קענסטו די אלע זאכן?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געליינט אינעם מי מנוחות, עי וואן!!!
זייער קלאר און אינפארמאטיוו .ש'כח
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: פון ווי קענסטו די אלע זאכן?

סהייסט פון ווי? ער שרייבטעך קלאר אז סעקומט פון מי מנוחות... מעדאף נוצן דאס קעפעלע...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8149
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כקען נישט זאגן אז איך פארשטיי.. אבער הנאה געהאט ביים ליינען האבעך. ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ענדע צדיק! האט געשריבן: כקען נישט זאגן אז איך פארשטיי.. אבער הנאה געהאט ביים ליינען האבעך. ייש"כ.
ביזט וועלקאם צו פרעגן און איך וועל פראבירן צו ענפערן.
גערעכטער האט געשריבן: אזוי ווי עס איז געשריבן געווארן אין איילעניש כדי צו זיין גרייט אויף די מי מנוחות ערשיינונג, קען זיין אז עס געוויסע חלקים זענען נישט גענוג קלאר געווארן ארויסגעברענגט, ואתכם הסליחה, ואי"ה עוד חזון למועד.
הק' איש ימיני
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

אדאנק פאר די אינפאו מר גערעכטער

אגב - כ'האב אקארשט געזעהן פון שלה"ק ווי ער וויל פארענטפערן די קשי' וויאזוי מ'איז מושבע ועומד מהר סיני אויף קיום המצוות אמער מיר זענען דאך נישט געווען דארט בגוף, זאגט ער אז דער אייבערשטער האט צוזאמגענומען דעמאלט נישט נאר די נשמות את אשר איננו פה, נאר אויך גענומען מרכז ופנימית הגופים פון די דורות העתידים עפעס אזוי. איך האב נישט קיין מושג דערין אבער ס'האט מיר געגעבן א בליץ א משל ווי DNA
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

יישר כח זייער שיין און אינפארמאטיו.
ס'איז שוין געווען א מארד קעיס, וואס די אויספארשער האבען געניצט DNA פון א בוים פונעם פארברעכען סצענע צוזאמצושטעלן מיט שפירען פון א בוים געטראפן אינעם פארדעכטיגט'נס קאר, און ער איז טאקע געפונען געווארן שולדיג.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

גערעכטער האט געשריבן: וואס מיינט אז קומענדיגע סעמפטעמבער 2015 קען ער אריינגעבן א ביטע צו ווערן באפרייט.

א קליינע קרישקעלע אין די קעיס: 1500 מענטשן האבן אין די טעג אונטערגעשריבן א אנליין פעטיציע צו בעטן די אינסטאנצן אז דער רוצח זאל נישט נישט ווערן באפרייט און זאל בלייבן זיצן פאר לייף.
הק' איש ימיני
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

גערעכטער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן: וואס מיינט אז קומענדיגע סעמפטעמבער 2015 קען ער אריינגעבן א ביטע צו ווערן באפרייט.

א קליינע קרישקעלע אין די קעיס: 1500 מענטשן האבן אין די טעג אונטערגעשריבן א אנליין פעטיציע צו בעטן די אינסטאנצן אז דער רוצח זאל נישט נישט ווערן באפרייט און זאל בלייבן זיצן פאר לייף.

גערעכטער איך ווייס אז איר זענט גערעכט. נאר נישט אלעמאל קען עס אונזער פליישיגע אויגן פארנעמען [פארשטיין בלע"ז] למשל דא פארשטיי מיר נאכנישט אויף וואס דו גייסט ארויף.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן: וואס מיינט אז קומענדיגע סעמפטעמבער 2015 קען ער אריינגעבן א ביטע צו ווערן באפרייט.

א קליינע קרישקעלע אין די קעיס: 1500 מענטשן האבן אין די טעג אונטערגעשריבן א אנליין פעטיציע צו בעטן די אינסטאנצן אז דער רוצח זאל נישט נישט ווערן באפרייט און זאל בלייבן זיצן פאר לייף.

גערעכטער איך ווייס אז איר זענט גערעכט. נאר נישט אלעמאל קען עס אונזער פליישיגע אויגן פארנעמען [פארשטיין בלע"ז] למשל דא פארשטיי מיר נאכנישט אויף וואס דו גייסט ארויף.

האסט געליינט דעם ארטיקל? ליין עס וועסטו פארשטיין.
הק' איש ימיני
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א גראם מיט טעם האט געשריבן: געליינט אינעם מי מנוחות, עי וואן!!!
זייער קלאר און אינפארמאטיוו .ש'כח

אן ארטיקל אזוי הערליך און קלאר,
אבער שרייב מער ווי איינמאל א יאר...
יישר כח פאר די ידיעות אזוי אינטערסאנט,
אזוי שיין ארויסגעברענגט מיט פול טאלאנט!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מרבה לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:59 pm

Re: דער באניץ פון DNA אין פאליציישע אויספארשונגען (מי מנוחות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרבה לשובע »

ממש מאסיוו!!! וואונדערליך!!! אזוי גוט אראפגעלייגט, שוין איינמאל בוסטו גערעכט...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”