וואקאציע אין די באהאמוס - Bahamas
די הויפט שטאט איז Nassau, וואס איז גאר פאפולער פאר טוריסטען,
עס איז באוויסט מיט איר הערליכע וועטער אין שיינע ווייסע זאמד ברעגעס אין קריסטעל קלארע בלויע וואסער,
עס איז א 3-שעה פליגער רייזע פון ניו יארק,
Nassau איז די טוריסט דעסטינאציע
חב"ד האט טעגליך מנין אין די ווינטער, אין געגענט baha mar, זומער זמנים:
שחרית 8:15
מנחה 6:30
מעריב 6:45
האטעלס,
די מערסטע פאפולער איז די grand hyatt baha Mar,
עס האט עטליכע בילדינג ,איינס וואס האט א כשרע סטעיקהאוז מיט חב"ד הכשר, אין א מילכיגע עסן טראק,
אויכעט קענען זיי אנווארעמען אייגענע עסן פאר $15
דערנאך איז דא marriott Atlantis דאס איז א האלבע שעה דרייוו פון חב"ד.
מען קען נוצען די אמעריקאנע דאלער,
וויבאלד עס איז אן אינזעל איז אלע עסן זייער טייער,
אין דעריבער איז רעקאמענדירט צו מיטברענגען עסן.
די טרענספארטאציע מיטעל איז טעקסיס, נישטא קיין uber.
דיסקלעמער: איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף די אוסגעהאלטענקייט אדער כשרות,
For information purposes only!