א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ביתי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 9:44 am
פארבינד זיך:

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביתי »

ירוחם יעקב האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:05 am
יעצט נאך א קלער, למיטב זכרוני האט דער ח"ס זיך שארף אויסגערדריקט קעגן דעם גר"א וועגן זיין מנהג אויסצולאזן ושמרו פרייטיג צו נאכטס משום הפסק : הייתכן, מנהג ישראל מקדמת דנא (איך דענק נישט דעם ארט און תשו' ח"ס, ווער ווייסס עס ? )

ווען ער אליין פירט זיך אזויוויע דעם טו"ז (פוילין) צו זאגען אקדמות פאר די ברכה שלפניה (עיי' מנהגי ח"ס פון ר' עקיבא מנחם סופר בשם ר' פייבל פלויט) קעגן די "יעקישע אמאליגע פוס' " דעם אליה רבה און דעם חק יעקב (עיי' א"ח סימן אויף שבועות) און קעגן דעם וואס איז איינגעפירט געווען מדורי דורות אין אשכנז בכללות צו זאגן אקדמות אין מיטן לייענען נאכן זאגן דעם ערשטן פסוק...
זעה אין דער נייעם לוח ארש קצירת האומר מאמר ח' אז לויט דער אמאליגער מנהג, איז דאס בכלל נישט געווען קיין הפסק.
דער מנהג שטאמט פון דעם וואס אמאל פלעגט מען פארליינען אויכעט דער תרגום אונקלס [אזויווי ס' איז נאך מנהג תימן עד היום], און אפילו נאכדעם וואס אין געווענליכער שבתים האט מען שוין אויפגעהערט דער מנהג פון תרגום איז אבער אין זמנים מיוחדים אזויווי ז' של פסח און שבועות האט מען יא פארגעזאגט דער תרגום, און דער אקדמות איז געוועזן די הקדמה פארן תרגום אונקלס.

מילא איז נישט קיין קשיא פארוואס היינט צוטאגס וואס מען זאגט נישט פאר דער תרגום, האט מען שוין נישט קיין געזעהן קיין סיבה צו מפסיק זיין דער קריאת התורה.
איז אייער פלייט געווארען אפגעשטיפט? געקענסעלט? איר קענט באקומען ביז $1,000. [email protected]
📃ליסטעס פון דירות: שבתים / וואקאציע/ יו"ט / אש"ל https://beisee.co.uk/
האט איר א דירה? לייגט עס ארויף. ברייטע בחינם'דיגע פעקעדז. [email protected]
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 6:56 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:33 pm
א גריס אייך פון אייזענשטאט, כבין נארוואס דארטן געווען ביי קברי אבות.

די 3 שעה קולא איז בפשטות נישט קיין אלגעמיינע מנהג אשכנז, אין קיצור שו”ע שטייט 6 שעה, סאיז באקאנט די מעשה מיטן חתם סופר וואס האט געוואלט מתיר זיין דאס עסן מילכיגס נאך 5 שעה אויב איז מען געשלאפן (כמדומה אז להלכה האלט ער לקולא, ביטע קוקט איבער בעפאר). צווישן מילכיגס און פליישיגס מיינעך איז געווען לייכטער, עכ”פ אין קיצור שו”ע שטייט נישט אז מדארף ווארטן נאר מאכן קינוח והדחה, אין זוהר שטייט איבער ווארטן א שעה, די מקור צו די מנהג פשוט צו ווארטן א האלבע שעה ווייסעך נישט.

די 3 שעה קולא ווייסעך נישט אויב איז א מנהג בני ריינוס פ”פ וכו’ צו סאיז גאר א לעצטערע קולא פון די מער מאדערענע יעקעס. שטארק יתכן אז סגייט נאך צוריק צו שטארקע מקורות אבער אין אויבערלאנד איז דאס נישט געווען אנגענומען, מדארף קענען צווישנשיידן צווישן די מנהגי ריינוס (יעקעס) און מנהגי עסטרייך (אויבערלאנד).

די מנהג אבילות אין ספירה דוכט זיך הייבט זיך אן ראש חודש. אין קיצור שו”ע שטייט ביידע מנהגים און שרייבט אז מזאל נישט משנה זיין פון די מנהג המקום.
פון וואנעט נעמט איר אז דאס איז א מנהג פולין (דהיינו מנהג קדום, מכונה מנהג אושטרייך)? מיך דוכט זיך אז דאס איז א מנהג ספרד.. פאר קלארקייט וואלט איך קודם געזוכט א בפירושע מקור.
תרתי לחומרא להלכה האבעך נישט געטראפן, מסתמא איז עס פשוט אלץ ”לא תתגודדו” ווייל טייל פירן זיך אזוי און טייל פירן זיך אזוי.

ייש"כ אייך ! אייזענשטאדט, עיר הבירה דז' הקהילות החשובות ! ר' ישראל דוד שלעזינגער (פון מאנסי) 'ס זיידע, ר' מרדכי יפה-שלעזינגער איז דארטן געווען אב"ד, אזויווי ר"ע עזריאל הילדעסהיימער פריער, און אויך פלאץ געבורט פון ר' שלמה פישער אב"ד קארלסבורג
איך האב אויך פארגעסן ר' שלום קוטנא אלס אב"ד א"ש מתלמידי ר"ע הילדעסהיימער (וועמענס נאך) און שווער פון ר' ישעי' פירסט

אגב, ביי וועמען איז געווען ר' משה דוד פלעש אן איידעם ?
וואו האט ער געלערנט אלס בחור ?

נאך א שאלה האב איך : ווייס איינער וואס דער מנהג אין אויבערלאנד געווען אנבאלנגט לאמירת ק"י ? אלע צוזאמען כמנהג פוילין צו איינער נאכן צוויטן כמנהג אשכנז, איינער אויפאמאל ?

אגב, האט רנ"א א גאנצע ספר געשריעבען וועגן זכות קדימה לאמירת קדיש, תמצאהו בשו"ת תלמידו ר' יוסף שנאטיך הנקרא שו"ת ריב"ם שנייטוך...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:14 am

יא יא מיין עלטער (עלטער ++) פעטער
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:16 am
אגב, ביי וועמען איז געווען ר' משה דוד פלעש אן איידעם ?
וואו האט ער געלערנט אלס בחור ?

נאך א שאלה האב איך : ווייס איינער וואס דער מנהג אין אויבערלאנד געווען אנבאלנגט לאמירת ק"י ? אלע צוזאמען כמנהג פוילין צו איינער נאכן צוויטן כמנהג אשכנז, איינער אויפאמאל ?

אגב, האט רנ"א א גאנצע ספר געשריעבען וועגן זכות קדימה לאמירת קדיש, תמצאהו בשו"ת תלמידו ר' יוסף שנאטיך הנקרא שו"ת ריב"ם שנייטוך...
איינער אויפאמאל
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אין אמעריקע איז געבליבן פון אויבערלאנד 3 קהילות. נייטרא וויען און דעברעצין. יעדעס קהילה האט זיך געהאט איר קנייטש אין די מנהגים. וויען איז געווען בעיקר לויטן וויענער שיף שול. דעברעצין איז געווען מיוסד ע”פ מנהגי החת”ס (דהיינו אין פרעסבארג וואס א טייל פון אירע מנהגים איז געווארן נשפע פון הגאון ר’ משולם איגרא זצוק”ל, א פוילישער) און נייטרא לויט די מנהגי נייטרא פון דערהיים אין סלאוואקיי.

מיר ווייסן דאך אז די אויבערלענדער מנהגים גייט צוריק נאך צו די זמן הראשונים וועלכע האבן געוואוינט אין עסטרייך און אין בעהעמען. רבינו גרשום מאור הגולה’ס ברודער האבן געוואוינט אין פראג (בעהעמען) און דער ראביה. דער אור זרוע אין אין וויען וכו’.
טראץ די אלע גירושים זענען אלץ געבליבן וואוינען גרויסע קהילות ממש דארטן. דוגמת גירוש ווינא איז נישט געווען פון יענע גאנצע בורגענלאנד אומגעגנט, נאר בס”ה פון דער וויענער פלך. ווייטער פראג איז אויכעט אלץ געשטאנען על מכונו, אפילו ביי די גירושים זענען די אידן אנטלאפן בסך הכל צו די ארומיגע שטעט.

טשעכיי (מעהרען און בעהעמען) און עסטרייך-בורגענלאנד זענען געווען די וויגעלע פון די אויבערלענדער אידנטום.

אינטערעסאנט צו קענען איר הברה, כהאב ווערטער דערויף:
- צירי און סגול ווייסמיר דאך אז סווערט געזאגט ווי אן עי (א צירי הערט זיך מער ווי אן אי, ווי איידער אן עי) און עה.
- ווייטער מלאפום און שירוק ווערט געזאגט זייער אינטערעסאנט, סאיז ערגעץ צווישן אי און אא.. נאר ענדערש ווי אן אהו (עמיצער פארשטייט?)
- ווייטער די קמץ הערט זיך היבש ווי אן אה.. אבער אביסל שוואכער ווי די ליטווישע.
מדארף דאס הערן צו כאפן גענוי.
אבער איינמאל מיר ווייסן אז גאנץ יהדות פוילן, גאליציע. ליטע און אוקריינע זענען בעצם מיוסד אויף די מנהגי אוסטרייך פארשטייט מען שוין וויאזוי סהאט זיך ציטיילט אז טייל זאגן קאהמעץ און מלאאופים און א טייל זאגן קומעץ און מליפים.. ווייל ביי די ארגינעלע אויבערלענדער (טשעכיש-עסטרייכישע) הברה איז עס ממש ערגעץ אינדערמיטן.

אונגארן איז געווארן באזעצט דורך דעם וואס די טשעכישע רעגירונג האט די לעצטע 200 יאר בעפארן קריג (פחות יותר) אנגעהויבן לייגן קוואטעס אויף וויפיל אידן ס'מעגן דארטן חתונה האבן און וואוינען במילה האבן די אידן געמוזט ארויסמופן צו די שכינות’דיגע אונגארן. אבער די אפשטאם גייט צוריק קיין טשעכיי און נאך פריער קיין עסטרייך. אין בורגענלאנד האט די עסטערהאזי פאמיליע שוין געלייגט קוואטעס אויף די אידן נאך הונדערטער יארן פריער און דערמיט געצווינגען פולע צו מופן קיין טשעכיי (בעהעמען און מעהרען).. דאן איז מען געגאנגען פון טשעכיי קיין אונגארן און סלאוואקיע.. אבער פארט נישט דורך אזאנע השמדות נאר מער צו שטייטעלעך צוליב די געזעצן.

די דייטש אידישע אויסשפרייך גייט נאך צוריק אזוי פרי ווי יהדות אויבערלאנד. אין קולטור זענען די אויבערלענדער אידן און די דייטשע יעקישע אידן ממש גלייך. די מנהגים נישט אינגאנצן.

אין חודש אלול אין קהילת וויען זאגט מען עלינו און די טעגליכע קאפיטל פ”ג פון תהילים שיר מזמור לאסף. דאן בלאזט מען תשר”ק און דאן זאגט מען לדוד ד’ אורי.
ביינאכט זאגט מען הערשט נאך מערב לדוד ד’ אורי, דאס איז א מנהג אין גאנץ אויבערלאנד. דארטן האט מען בכלל נישט חושש געווען צו די דעת המקובלים איבער זאגן תהילים ביינאכט.
אגב, אין פראג (בעהעמען) פלעגט מען בלאזן שופר אויכעט ביינאכט נאך מעריב.
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:21 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

1) פון וואנעט קומט דער מנהג היעקעס, נישט צו האלטן דעם טלית המשך דעם גאנצן דאווענען אויפן קאפ?

2) פון וואנעט קומט דער מנהג היעקעס אז אלע בחורים גייען מיט א טלית ביים דאווענען?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:40 am
1) פון וואנעט קומט דער מנהג היעקעס, נישט צו האלטן דעם טלית המשך דעם גאנצן דאווענען אויפן קאפ?

2) פון וואנעט קומט דער מנהג היעקעס אז אלע בחורים גייען מיט א טלית ביים דאווענען?
פון די ראשונים. וואס איז אייער שאלה? אין וועלכע ספר איר קענט דאס טרעפן פארשריבן?

ביידע מנהגים איז געווען אויכעט אין אויבערלאנד מצוי. די טלית פאר בחורים איז געווען א תקנה בישיבת החת"ס. די עטרה אויפן קאפ איז אן אלטער אשכנז תקנה אז נאר עמיצער מיטן תואר מורינו מעג דאס האבן. כמעט זיכער אז אין אויבערלאנד האט מען נישט מקפיד געווען דערויף בתורת חיוב משא"כ ביי די יעקעס.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:01 am
אין אמעריקע איז געבליבן פון אויבערלאנד 3 קהילות. נייטרא וויען און דעברעצין. יעדעס קהילה האט זיך געהאט איר קנייטש אין די מנהגים. וויען איז געווען בעיקר לויטן וויענער שיף שול. דעברעצין איז געווען מיוסד ע”פ מנהגי החת”ס (דהיינו אין פרעסבארג וואס א טייל פון אירע מנהגים איז געווארן נשפע פון הגאון ר’ משולם איגרא זצוק”ל, א פוילישער) און נייטרא לויט די מנהגי נייטרא פון דערהיים אין סלאוואקיי.

איך האב געמיינט ביז יעצט אז אללע משפ' פון דער שיף שול זעננען געשטאמט פון סלאווקיי און אונגארן. פארוואס זאלן אירע מנהגים אנדערש זיין וויע מנהגי פ"ב (סלאוואקיי) ?

און וואס מיינט איר - מנהגים פון דערהיים אין סלאוואקיי ? פארוואס זאלן מנהגי נייטרא, גאלאנטא, נייהייזל וכו' אנדערש זיין וויע מנהגי פ"ב ?

חוץ פון דעם, איז געבליבן א קהילה לויט מנהגי ז' קהילות ?

לויט די מפה, וואלט איך נישט געזאגט אז דעברעצין געפיננט זיך אין אויבערלאנד : עס געפיננט זיך זייער טיף אריין אין אונגארן, לעבן זיעבעןבירגען. איז דאס נישט שוין אונטערלאנד ?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2023 3:42 pm

איך כאפ נישט אייער תמיה. יעדע שטאט האט זיך אירע מנהגים און יעדע געגנט האט זיך איר איינהייטליכע צביון און גלייכקייט טראץ די קליינליכע חילוקים פון שטאט צו שטאט.

קהל יסודי התורה אין אמעריקע האט זיך געגרינדעט ע”פ מנהגי החת”ס און שפעטער איז דארטן געווארן רב דער דעברעצינער רב א דאפלטער חת”ס אייניקל.. דאס זאגט גארנישט אויף די מנהגים אין שטאט דעברעצין פון אונגארן אינטערלאנד.

אגב, אינטערלאנד אונגארן איז געווען פול מיט אשכנזישע אידן, סיי דעברעצין, סיי סאטמאר, סיי מישקאלץ און וואו נישט? און זייערע מנהגים און קולטור איז געווען היבש נאנט צו אויבערלאנד.

אויב סאיז פארהאנן א קהילה ע”פ די ז’ קהילות בינעך נישט זיכער אבער סיי וועלכע אויבערלענדער מנין (וואס איז ליידער זייער ווייניג מצוי) איז פחות יותר דאס.

די חילוקים צווישן די דאזיגע קהילות גופא איז זייער קליינליך סייווי. אבער פון די אויבערלענדער קהילות ביז די דייטשע יעקעס איז שוין יא גאנץ גרויס די חילוק.

אגב איז זייער אינטערעסאנט קהילות דושינסקי וועלכע טראץ דאס דאווענען נוסח ספרד (נוסח מהרי”ץ) האלטן זיי כמעט יעדע אויבערלענדער מנהג. זיי זאגן במה מדליקין מיט כגונה.. סליחות בה”ב. נוסחאות ימים נוראים. תיקון חצות אין די 3 וואכן און וואס נישט.. ועל כולם די דרך ארץ און נאטורליכקייט, מקען דאס נישט מסבירן, מדארף דאס זעהן.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

נאך אן אינטערעסאנטע זאך איבער סלאוואקישע אידן, האב איך געליינט אין דער פתיחה פון ס' בזך לבונה פון ר' בנימין זאב כהן, אז צווישן די צוויי קריעגן, פלעגן אויבערלענדישע אידן רעדן שוין נישט אידיש דייטש צווישן זיך נאר הויך דייטש וויע אין אשכנז. אזוי אז טאמער האט א קינד אין מיטן מלחמה פארשטאנען וואס די דייטשן זאגן, בידוע אז עס האנדעלט זיך פון א אידיש קינד און נישט פון א גויישן...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אביסל נייטרא מנהגים פון הושענה רבה

בעפאר תענה אמונים לייגט מען אראפ די לולב און מנעמט די הושענות אין די האנט.
די הושענות איז ארומגעבינדן מיט א בלעטל פון די לולב.
ממאכט נענועים מיט די הושענות העפארן קלאפן, בשעתן זאגן די לעצטע שטיקל.
נאכדעם זאגט מען קדיש.
מקלאפט די הושענות הערשט נאך קדיש תתקבל וואס מזאגט נאך די אלע תפילות.

נאכן דאווענען מאכט דער רב א קידוש פאר די מקורבים אין זיין סוכה.
סתם אזוי זאגט מען נישט קיין לישב אויף מזונות אבער הושענה רבה איז עס א קביעות און מעסט די מסורה’דיגע ניס ראגעלעך.
צוליב די קביעות עסט מען מיט א ציבור און מזינגט א ניגון, דער משאת משה פלעגט זינגן די ניגון אברכה את ה’ בכל עת וכו’.
דער משאת משה פלעגט אנהייבן מיט א בורא פרי הגפן אויף גרעיפ דזשוס אויכעט אלץ קביעות בפשטות.
די שיעור ברכת המזון בכדי סזאל הייסן אחרים קובעים עליו נעמט מען אן ווי די גר”א אז סאיז א שיעור כ”א ביצים, עפעס וואס איז כמעט אוממעגליך צו עסן אין איין סעודה.
אין די סוכה הענגט בילדער פון גדולים.

שמחת תורה מאכט מען הכנסת ספר תורה אריין צו די שוהל, אפילו ווען סאיז נישטא קיין פרישע ספר, טראגט מען ארויס איין אלטע בעפאר יו”ט בכדי מזאל קענען באגלייטן א ספר תורה.
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום פרייטאג אקטאבער 06, 2023 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אין פרעסבורג פלעגט מען זאגן די והוא רחום פון שני וחמישי בלחש ווי סשטייט אין רמ”א און ווי מפירט זיך נאך היינט אזוי אין ספינקא.

איינמאל בשעת א צרה אין פוילן, אדער וואו, האט מען געבעטן דעם חת”ס ער זאל גוזר תענית זיין, האט דער חת”ס געזאגט אז מאיז נישט גוזר תענית פון איין מדינה אויף די אנדערע אבער ער וועט שיקן אין שטאט זאגן (ער איז געווען דאן אין יערגען שכונת פרעסבורג) אז די קומענדיגע 2 3 וואכן זאל מען זאגן והוא רחום הויעך
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9063
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס איז געווען דער מנהג בנוגע שלאפן אין די סוכה שמ"ע?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יידישע קהילות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 1:15 pm
וואס איז געווען דער מנהג בנוגע שלאפן אין די סוכה שמ"ע?
מהאט נישט געשלאפן נאר געגעסן. ביי די ספרדים מיינעך כמעט זיכער אז משלאפט אויכעט אין די סוכה
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

איך וויס אז ביי די יעקעס איז דער מנהג מ' זינגט נישט מעוז צור ביים לעכט צינדן נאר אין שול נאכן דאווענען. מזינגט עס אוכעט אן חשוף זרוע וכו' .
וואס דער מנהג אין אויבערלנד ?

ר' מ.א.ז. קינסטליכער דערמאננט נישט מע זאגט בריך שמי' אין א"ל. טאקע אזוי ?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 11:36 am

מזינגט געהעריג אינדערהיים מעוז צור מיט חשוף מיט די נוסח דחה אדמון. אין ביהמ”ד זינגט מען עס אויכעט טעגליך ביים צינדן די מנורה בעפאר מעריב.

אין פראנקפורט (רשר”ה ברויער וכו’) זאגט מען נישט בריך שמיה און אפילו טעגליך מזמור שיר בעפאר ברוך שאמר, זייער אסאך זאכן פון די מקובלים האבן זיי נישט אנגענומען.

נאך א מנהג קדום אין אויבערלאנד איז צו זאגן יעדן טאג אין חנוכה נאכן דאווענען מזמור שיר חנוכת הבית, אויכעט נאך מעריב (מאיז נישט חושש צו די מקובלים וועגן תהילים זאגן ביינאכט, דעריבער זאגן זיי אויכעט אין אלול לדוד ה’ נאך מעריב און נישט נאך מנחה)

מסתמא האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 9:02 pm

ווען איך האב געשריעבען מזינגט נישט מעוז צור אין שטוב, האב איך געמיינט פרייטיג צו נאכטס
לעצט פארראכטן דורך ירוחם יעקב אום זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:18 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 9:02 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 11:36 am
איך וויס אז ביי די יעקעס איז דער מנהג מ' זינגט נישט מעוז צור ביים לעכט צינדן נאר אין שול נאכן דאווענען. מזינגט עס אוכעט אן חשוף זרוע וכו' .
וואס דער מנהג אין אויבערלנד ?

ר' מ.א.ז. קינסטליכער דערמאננט נישט מע זאגט בריך שמי' אין א"ל. טאקע אזוי ?
מזינגט געהעריג אינדערהיים מעוז צור מיט חשוף מיט די נוסח דחה אדמון. אין ביהמ”ד זינגט מען עס אויכעט טעגליך ביים צינדן די מנורה בעפאר מעריב.

אין פראנקפורט (רשר”ה ברויער וכו’) זאגט מען נישט בריך שמיה און אפילו טעגליך מזמור שיר בעפאר ברוך שאמר, זייער אסאך זאכן פון די מקובלים האבן זיי נישט אנגענומען.

נאך א מנהג קדום אין אויבערלאנד איז צו זאגן יעדן טאג אין חנוכה נאכן דאווענען מזמור שיר חנוכת הבית, אויכעט נאך מעריב (מאיז נישט חושש צו די מקובלים וועגן תהילים זאגן ביינאכט, דעריבער זאגן זיי אויכעט אין אלול לדוד ה’ נאך מעריב און נישט נאך מנחה)
ווען איך האב געשריעבען מזינגט נישט מעוז צור אין שטוב, האב איך געמיינט פרייטיג צו נאכטס. סי דא משפחות וואס זינגען עס אויפן וועג צוריק פאר שלום עליכם
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 12:36 pm
אביסל נייטרא מנהגים פון הושענה רבה

בעפאר תענה אמונים לייגט מען אראפ די לולב און מנעמט די הושענות אין די האנט.
די הושענות איז ארומגעבינדן מיט א בלעטל פון די לולב.
ממאכט נענועים מיט די הושענות העפארן קלאפן, בשעתן זאגן די לעצטע שטיקל.
נאכדעם זאגט מען קדיש.
מקלאפט די הושענות הערשט נאך קדיש תתקבל וואס מזאגט נאך די אלע תפילות.

נאכן דאווענען מאכט דער רב א קידוש פאר די מקורבים אין זיין סוכה.
סתם אזוי זאגט מען נישט קיין לישב אויף מזונות אבער הושענה רבה איז עס א קביעות און מעסט די מסורה’דיגע ניס ראגעלעך.
צוליב די קביעות עסט מען מיט א ציבור און מזינגט א ניגון, דער משאת משה פלעגט זינגן די ניגון אברכה את ה’ בכל עת וכו’.
דער משאת משה פלעגט אנהייבן מיט א בורא פרי הגפן אויף גרעיפ דזשוס אויכעט אלץ קביעות בפשטות.
די שיעור ברכת המזון בכדי סזאל הייסן אחרים קובעים עליו נעמט מען אן ווי די גר”א אז סאיז א שיעור כ”א ביצים, עפעס וואס איז כמעט אוממעגליך צו עסן אין איין סעודה.
אין די סוכה הענגט בילדער פון גדולים.

שמחת תורה מאכט מען הכנסת ספר תורה אריין צו די שוהל, אפילו ווען סאיז נישטא קיין פרישע ספר, טראגט מען ארויס איין אלטע בעפאר יו”ט בכדי מזאל קענען באגלייטן א ספר תורה.
איך מיין אז איו פפד"מ ובנותיה - למען דעת, קלאפעריי, יהי רצון און עשרט נאכדעם קדיש
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

וואס איז געווען איינגעפירט בעניין החלאקה אים אויבערלאנד ? און ביי וועלכע עלטער ? צי מען האט איבעגעלאזט פיאות בכלל ? און אז יא, ווי לאנג ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

וואס איז געווען איינגעפירט בעניין אמירת תחנון ביי מנחה ער"ח וערב ט"ו בשבט אים אויבערלאנד ? יא געזאגט, נישט געזאגט ?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:26 am
וואס איז געווען איינגעפירט בעניין אמירת תחנון ביי מנחה ער"ח וערב ט"ו בשבט אים אויבערלאנד ? יא געזאגט, נישט געזאגט ?
ער”ח זאגט מען דאך יו”כ קטן. מהייבט אן ביי תפלה לעני אינמיטן זאגט מען אשרי שטילע שמו”ע און הויעכע שמו”ע און נאכדעם איז מען ממשיך יו”כ קטן. די קדיש און עלינו איז צום סוף יו”כ קטן. עכ”פ דאס איז די מנהג אין וויען. כמיין אז יעדע קהילה האט זיך קליינליכע שינויים וויאזוי מזאגט עס, דוכט זיך אז דושינסקי דאווענט מנחה עקסטער אינגאנצן.

מזאגט נישט יו”כ קטן די חדשי חטאת
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:34 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:26 am
וואס איז געווען איינגעפירט בעניין אמירת תחנון ביי מנחה ער"ח וערב ט"ו בשבט אים אויבערלאנד ? יא געזאגט, נישט געזאגט ?
ער”ח זאגט מען דאך יו”כ קטן. מהייבט אן ביי תפלה לעני אינמיטן זאגט מען אשרי שטילע שמו”ע און הויעכע שמו”ע און נאכדעם איז מען ממשיך יו”כ קטן. די קדיש און עלינו איז צום סוף יו”כ קטן. עכ”פ דאס איז די מנהג אין וויען. כמיין אז יעדע קהילה האט זיך קליינליכע שינויים וויאזוי מזאגט עס, דוכט זיך אז דושינסקי דאווענט מנחה עקסטער אינגאנצן.

מזאגט נישט יו”כ קטן די חדשי חטאת
וואס איז מיט ערב טו בשבט ?
און וואס מיינט חודשי חטאת
אוועטאר
Purple Water bottle
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 4:04 pm
לאקאציע:נעבן קאמפיוטער

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Purple Water bottle »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:01 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:34 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:26 am
וואס איז געווען איינגעפירט בעניין אמירת תחנון ביי מנחה ער"ח וערב ט"ו בשבט אים אויבערלאנד ? יא געזאגט, נישט געזאגט ?
ער”ח זאגט מען דאך יו”כ קטן. מהייבט אן ביי תפלה לעני אינמיטן זאגט מען אשרי שטילע שמו”ע און הויעכע שמו”ע און נאכדעם איז מען ממשיך יו”כ קטן. די קדיש און עלינו איז צום סוף יו”כ קטן. עכ”פ דאס איז די מנהג אין וויען. כמיין אז יעדע קהילה האט זיך קליינליכע שינויים וויאזוי מזאגט עס, דוכט זיך אז דושינסקי דאווענט מנחה עקסטער אינגאנצן.

מזאגט נישט יו”כ קטן די חדשי חטאת
און וואס מיינט חודשי חטאת
חדשי חטאת מיינט ערב ר''ח ח'שון ט'בת א'ייר ת'שרי

די ער''ח זאגט מען נישט יו''כ קטן, חשון ווייל עס איז נאך חודש תשרי, טבת ווייל עס איז חנוכה, אייר ווייל עס איז נאך חודש ניסן, תשרי ווייל עס איז ערב ראש השנה
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”