Emotional Manipulation - עמאשענאל מעניפיולעישאן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: Emotional Manipulation - עמאשענאל מעניפיולעישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

העמיר פרובירן מיט א צוזאמענשטעל פון עטליכע פאקטארען, אז מען זאל אביסל פארשטיין וויאזוי ס'יז נישט נאר איין פאקטאר. מ'וועט עס צוזאמענשטעלן מיט איינע פון די אויבערשטע עקזעמפלארען.

1: איך מיין אז "איך" בין OVERDUE פאר א וואקאציע.
2: אקעי, לאמיר כאפען א בליק ווי ס'יז דא עפעס אוועילעבל
1: איך וויל גיין צו מיאמי ביעטש.
2: מיאמי ביעטש איז איצטערט נישט אזוי אויסגעהאלטן. לאמיר גיין צו נארט מיאמי.
1: (פארענט פון די קינדער) אהא, הייסט נאר דו מעגסט גיין דארט (ער איז נאך קיינמאל אויף א פליגער געווען)
2: אקעי, נו ווי דארט איז דיין פלאן?
1: הייסט דו ווילסט אהינגיין, אזוי אום מיך קאנען נאכדעם באשולדיגען אז איך האב דיך געצווינגען אהינצוגיין.
2: נו, וואס ווילסטו איצט?
1: האסט מיר אוועקגענומען דעם אפעטיט פון גיין, אזוי ווי אייביג... איך גיי נישט מיט דיר. (אלעס פארענט םון די קינדער)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: Emotional Manipulation - עמאשענאל מעניפיולעישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איצטערט איז אזוי.

1: טרייבט איבער די געברויך, אז נאר #1 דארף אורלויב, ווייל #2 טוהט גארנישט
2: אקעי, לאמיר נאכקוקען
1: האט שוין אפגעמאכט וואו, און העמיר נאכדעם זעהן #2'ס רעאקציע
2: א ערליכע מאן/פרוי מיט א זאכליכע ענטפער, האט נישט אפגעווארפען, נאר געזאגט א סיבה.
1: נוצט די קינדער אלס וואפען.
2: לאז ארויס די קינדער, איך גיי איין אויף דיין פלאן.
1: האט שוין א זאפאס אויף #2, נוצט די אייגענע פארשלאג אויף יענעם צו באשולדיגן.
2: אקעי, איך בין שוין גרייט אויף סיי וואס (טאקע שוין אביסל גערעגט)
1: וועט ענדערש נישט גיין, אזוי אום צו האלטן #2 פאראנטווארטליך אויף א זאך וואס האט נישט פאסירט... ס'יז נאך אלעס אין די פלאנירונג סטעידזש, אבער צד #2 איז שוין שולדיג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: Emotional Manipulation - עמאשענאל מעניפיולעישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איך מוז נאך איין מאל זאגן. לערנטס אייך שוין אויס פרויען שפראך איינמאל פאר אלעמאל! און אויך וואס ווילן זיי פון זייערע מענער [אמת'ע גוטע פעסטקייט] , און עס וועט אייך גוט זיין. ווילאנג עטס וועט דאס נישט טון וועט איר אלע ליגן טיף אין פראבלעמען, און שרייען "איך בין אומשולדיג, מיין ווייב איז א מעניפולעיטער". לוזערס!!!!!!! אדער LOSERS !!!!!!!!!!!!!!! [איך רעד נישט צו די כותבי התגובות, זיי, קען גאר זיין אז זיי זענען גוט און לעבן זיך רואיג און שלוה'דיג, איך שרייב צו די אלע הונדערטער וואס זענען אינעם זעלבן מצב וואס איך בין געווען עטליכע יאר צוריק]. דער פרוי דא מיינט גארנישט שלעכט עס איז סך הכל א וועג וויאזוי זי טוט זיך אויסשמועסן אירע מחשבות! וועקטס ענק אויף!!!! עצה טובה, יאמפאלא רב'ס שיעורים 6054777494. רבותי שוין העכטס צייט זיך אויפצווועקן און ארויסגיין פונעם אייגענעם לאך וואס אונז האבן זיך געגראבן מיטן אפלאזן דעם אלטן וועג פון מאן מנהיג/משפיע, און פרוי מקבל, און זי "וויל" זיין דיין מקבל, זי מיינט נישט גארנישט שלעכט!!!!!!!! עס איז דא א וועג פאר יעדע מאן זיך גוט צו לעבן אינדערהיים.
איך האב נישט געוואלט שרייבן אזוי שארף, אבער השקט לא אוכל, ווען איך זעה באובדן מולדתי ווי הונגערטער און טויזנטער יונגעלייט וואלגערן זיך אין צער און פיין פאר נא"ו גו"ד ריזע"ן.
הצלחה וכל טוב
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: Emotional Manipulation - עמאשענאל מעניפיולעישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הרב קלארער,

עס קוקט אויס ווי דו ביסט זייער א געטרייער מאן, קיפ איט אפ! קען זיין דו רעדסט פון דיין פוינט אף וויאו, אבער אנטשולדיגט -- עס איז נישט "נארמאל" אז פרויען זאלן זיך אזוי אויפפירן! קען זיין דו האסט א פארווייטאגטע פרוי, עס קען זיך אויך מאכן א שווערן טאג פאר זיי אז זיי זאלן געבן אזעלכע סארט עטיטוד, אבער דאס מעג נאר זיין דער אויסנאם, נישט א כלליות'דיגע הנהגה. אויב פירט זיך א פרוי אזוי אויף אויף א רעגולערן שטייגער, דארף זי גיין פאר הילף.

יעדער ווייסט אז פרויען זענען מער געפיליש, און נישט אלעמאל איז פאר אונז מענער גרינג זיי צו פארשטיין, אבער דאס מיינט נישט אז מען דארף יעדן טאג משוגע ווערן און אויספיגערן וואס זי האט יא אדער נישט געמיינט צו זאגן, און כסדר באשולדיגן דעם מאן דערוועגן. אויב איינער טוט דאס איז עס אבסאלוטלי "נישט נארמאל". עס איז מעניפיולעישאן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”