ווארשיינליך געווען פאניק

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ביטע ליינען מיינע שורות רואיג מיט שטארקע בטחון בה', כדי מ'זאל דאס פאלגנדע קיינמאל אומבאוואוסטזיניג אויסשפילן, בעזרת השי"ת.

איך שרייב דאס אלץ שטיצע פאר מענטשן, צו וויסן אז ס'איז דא האפענונג אפילו ווען מ'פילט אזוי האפענונגסלאז.

איך האב שוין געהאט געליינט אז ס'איז דא אזא עקספיריענס ווי א פאניק אטאקע, און מיינע אויגן זענען שוין לאנגע יארן פארדעם דורכגעלאפן די שורות וואס פרובירן צו מאכן פילן דעם ליינער וויאזוי עס עקספיריענסד זיך. אבער אז דאס וואס איך עקספיריענס איז זייער מעגליך דאס וואס זיי שרייבן דארט, דאס בין איך דאן נישט געווען אזוי זיכער. איך האב דאן שטארק געקלערט אז: ביי מיר איז עס עפעס אנדערש. איך זאל ליידן פון פלעין פאניק? וואס עפעס? קען דען זיין אז ס'זאל זיך פילן אזוי עכט? קען דען זיין אז דאס איז סתם "פאלש און פארפירעריש" ? סתם א געפיל? קען דען זיין אז מיינע אויסטערלישע אינטערעסאנטע געפילן וואס איך שפיר זאלן זיין פלעין דאס?

ביי מיר איז עפעס אנדערש. והא ראי' אז איך בין נישט פארפייניקט בכלל.

אנגעהויבן האט זיך ווי אלע וואס זיי האבן שוין געליטן דערפון וועלן פארציילן. מיט דעם וואס מיין אטענשאן האט זיך אנגעהויבן צוצולייגן צו דאס קלאפן פון מיין הארץ. "ס'פארפעלט פלוצלינג א קלאפ, און דאן נעמט זיך עס קלאפן שנעלער, און שטערקער, ווי געווענליך". און ס'האט טאקע געקלאפט שטערקער און שנעלער ווי געווענליך. שנעלער און שטערקער. שנעלער און שטערקער. "האב איך מיט די הארץ השם ישמרינו?..."

אדער האב איך עקספיריענסד ווי א געוויסע שוואכקייט, אדער שווינדל, כאפט מיר פלוצלינג אן. און אט פיהל איך א עקספיריענסאז איך גיי אט אט שטארבן. מיין נשמה גייט אט אט ארויספליען פון מיר. יא, אזוי פיהלט זיך ווען די נשמה פליהט ארויס. ס'הייבט מיך העכער און העכער און אט פליהט עס ארויס. ווי א דראון וואס פארט ארויף... אזא עקספיריענס איז עכט שרעקעדיג דורכצומאכן. עס פילט זיך ווי מינוטן פאר'ן הסתלקות.

וואס איז דאס געווען?

ווארשיינליך פאניק.

די אינטערעסאנטקייט דערפון איז, אז בשעת מ'ליידט דערפון, וויל זיך שווער גלייבן אז דאס שאפט זיך פון א נפשיות'דיגע פראצעס, און שאפט זיך גארנישטפון עפעס פיזיש. ס'לאזט זיך נישט גלייבן. מ'פיהלט עכט די נשמה ביים שפיץ נאז. ווייל א מענטש פילט זיך נארמאל, ער פיהלט "דאס איז די וועג וויאזוי א נארמאלער מענטש דארף פילן", און ער קען נישט גלייבן אז זיין נפש איז עפעס ארויס פון נארמאל. ער קען נישט גלייבן אז געפיל האט אזא כוח אויפן פיזישן גוף. ער קען דאס נישט, אדער וויל דאס נישט, אננעמען.

קען זיין אז דאס האט מיט מזלות. אלעס האט מיט מזלות. השי"ת פירט די וועלט מיט מזלות, פיין. און קען זיין אז דאס איז געקומען ווייל איך בין געווען צוגעוואוינט צו זיצן מער אליין. און דאס מאכט אז די מחשבות זאלן האבן מער פלאץ זיך צו צעשפרייטן. מער מקום פנוי פאר'ן דמיון צו אנטוויקלן דעם נפש און איר פירן אויף אירע פאנטאזירטע דרכים. קען זיין אז דאס איז געקומען האבנדיג געווען אין שפיטאל, און עקספיריענסד די גאנצע פארפייניקטע מצב דארט ביז ס'האט מיר פיזיש שטארק באנומען. אסאך זאכן קענען זיין.

האט איר אמאל געליינט פון די וואס גייען אדורך פאניק אטאקעס? אז זיי רופן הצלה אינמיטן נאכט? לאך...

דאס האב איך געהאט! זייענדיג זיכער ביי מיר אז דאס קען נישט זיין פאניק. ווען מ'פילט אז דאס הארץ נעמט זיך פלוצלינג קלאפן גאר שנעל דארף מען רופן הצלה ווי שנעלער. דאס איז נישט קיין ווערטל. (השם ישמרינו...) איך האב געטון צום זאך מיט א "רואיגקייט", און גערופן הצלה. זאגנדיג "רואיג" די מצב וואס איך פיהל, און געהאפט אז זיי גייען מיר נאך טרעפן לעבעדיג. אבער דאס אז ס'קען זיין פאניק בין איך געווען זיכער איז נישט וואס גייט פאר. "איך האב נישט פאניק. פאניק פון וואס??? איך בין זייער רואיג... מיין הארץ קלאפט עכט גאר שנעל און ס'איז א עמערדשענסי". איך האב שוין געזען מיט מיינע אויגן די קעפל "א יונגערמאן געטראפן געווארן פלוצלינג, קיינער ווייסט נישט פון וואס... " השם ישמרינו.

אבער דאס אלעס איז עכט? ס'איז ווארשיינליך געווען פאניק. די רגע זיי האבן געענדיגט טעסטן אז אלעס איז גאר גוט, האט זיך אלעס פלוצלינג בארואיגט. די הארץ האט זיך אויסגעהיילט אין איין רגע.

וואס העלפט צו וויסן אז דאס קען זיין פאניק, און נישט ערנסטער פון דעם? ווייל ווען מ'ווייסט אז ס'קען זיין פאניק, ווייסט מען אז מ'דארף זיך בארואיגן.

אבער וואס מיינט בארואיגן? וויאזוי מאכט מען דאס?

איך האב דאן פרובירט צו ארבעטן מיט מיין אטעם? אבער אן עכטע ערפאלג. הערן א רילעקסעשאן טעיפ, האט אויך כמעט נישט געארבעט. אויפגעבן אויף קאנטראל, האט אויך נישט געארבעט. איך קלער אז אויפגעבן אויף קאנטראל האט נישט געארבעט, אדער ווייל אין דעם פאל איז נישט דאס אנהאלטן קאנטראל געווען וואס האט געשאפן די פאניק, אדער ווייל מ'ווייסט נישט וועלכער אונטערבאוואוסטזיניגער קאנטראל מ'דארף דא אפלאזן. מ'פילט נישט באוואוסטזיניג וואס מ'האלט אן. מ'דארף פארדעם א עקספיריענסד טערעפיסט זאל אנווייזן וואס מ'האלט אן. דאס אנהאלטנדע קאנטראל קען זיין טיף אינעם נפש. די עצה פון "אקעי, איך גיי שטארבן, שמע ישראל..." (השם ישמרינו) האט אויך נישט געארבעט.

וואס ארבעט יא? איך ווייס נישט. איך ווייס אזויפיל אז ווען די נפש פון א מענטש פילט, איך רעד פון א געפיל, נישט א ידיעה, א געפיל! - ווי עפעס דרויעט, ווי ער איז שוצלאז, ער האט נישט קיין שטיצע, אפילו אויב דו מיינסט אז דו פילסט אז דו האסט דעם אייבערשטן אלץ שטיצע, אלץ שוץ, אבער דיין נפש פילט נישט די נאטורליכע אופן פון שוץ. ס'פילט פארפייניגט, פארלוירן, דערשראקן, אונטער עפעס א דרוק... אדער איז עס ארויס פון באלאנס אויף עפעס א אופן.

מיין עצה איז אפשר געווען זיך מער און שטערקער מחבר זיין צו מענטשן, און פילן זייער ווארעמקייט, זייער שטיצע זאל זיך איינזאפן אין מיין נפש, זייער נדיבות, אהבה'דיגע שטראלן, ארומנעמען מיך מיט זייער גוט ווארט, מיט זייער שמייכל, פילן ארומגענומען אין די ענדלאזע באקוועמליכקייט פון חברותא, נישט פילן אזוי אומבאשיצט, אזוי עלנד אויף מיין אייגענעם אקסל, דאס איז וואס קען זיין איז געווען די הילף בעזרת השי"ת. קען זיין...

קען זיין אז פאר יעדעם ארבעט עפעס אנדערש. קען זייער מעגליך זיין אז מ'דארף טרעפן די שורש "וואס פארפייניקט מיך". אבער ב"ה השי"ת האט מיך געראטעוועט פון דעם ביטערן עקספיריענס וואס רופט זיך 'פאניק אטאקעס'. און איך בין מחוייב אים צו דאנקען ברבים.

אסאך זכרונות זענען מיר פארבליבן פון יענע א פאר חדשימ'דיגער תקופה. אבער איך בין עס דורך. יא! ב"ה.

השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער איך זאל זיין געזונט און לעבן א לאנגע גוטע לעבן. יא, דאס נפש פון א מענטש איז אינטערעסאנט און שטארק דינאמיש. ס'לאזט מיר איבער פארוואונדערט, מה רבו מעשיך ה'.

והשם הטוב עוזר ויעזור
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

הייליגע @נשמה שכוח פארן שרייבן.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
לעקסוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

יויש.. מיין הארץ קלאפט..

נאכן ליינען די ארטיקל בין איך געווארן פארקלאצט פאר א האלבע מינוט. סהאט מיר גענומען צייט צו קומען צו זיך.

ווען מטראכט אריין וואס מענטשן גייען אלץ אריבער כאפט א פחד.

@נשמה , כל הכבוד פארן ארויס קומען אין פובליק מיט דיין מעשה. סגעבט קוראזש, חיזוק, מאכט, האפענונג און שטארקייט פאר מענטשן וואס מאכן מיט דאס גלייכן.
אזעלכע מעשיות ברענגט די וועלט צו א בעסערע פלאץ.

יעצט טראכט איך אז נארמאל ווען איינער קומט ארויס מיט א פערזענדליכע ערציילונג וואס ער איז אריבער, עפענט ער לכבוד דעם א נייע ניק. למשל ביי די אלטע קראש אשכול, די לעצטיגע טעכנעלאגיע אשכול, און אזוי ווייטער. דאס קען מאכן טראכטן אז די מענטשן וואס גייען אריבער שוועריקייטן זענען אזעלכע אנשי שלומינו ניקס.. אזעלכע מענטשן וואס מוועט זיך נאר אנטרעפן אין זיי ווען מליינט נאוועל געשיכטעס אדער אין די נפשי און אין דראמאטישע האר אויפשטעלנדע מעשיות פון מגידי מישרים’ס..
אבער נארמאלע מענטשן אזוי ווי מיך און דיך און מיינע חברים און די יונגערלייט מיט וועם איך שמועס אים בית מדרש, זיי זענען פון די נארמאלע סארט מענטשן, זיי לעבן מיט 2 פיס אויפן ערד און פילן נארמאלע געפילן, נארמאלע דורכשניטליכע מענטשן אן קיין פסיכעלאגישע ווייסעך וואס...

קומט דא א רעספעקטירטע ניק, א ניק וואס האט שוין געשריבן מיט די ניק טויזענטע תגובות, א פיינע בא’טעמ’טע געשמאקע ’נארמאלע’ ניק, און זאגט, רבותי מיט מיך איז געשעהן די מעשה.
יא, נישט מיט קיין נייע אנ’’ש ניק, מיט מיך.

קודם קומט זיך א מורא'דיגע שעצונג פארן פותח האשכול, אבער אז מטראכט אריין זעהט מען אז אונז אלע האבן פראבלעמען, קיינער איז נישט קיין מושלם, קיינער איז נישט פערפעקט, יעדער האט אן אנדערע קראץ און אן אנדערע ווייטאג, און סאיז אוקעי, סאיז נארמאל.
און נישט נאר סאיז נארמאל, נאר סווייזט אז דו ביסט א געזונטע מענטש וואס האט נאכנישט פארקנאקט זיינע הרגשים.
און די אלע מעשיות וואס מליינט געשעהן נישט ביי אומנארמאלע מענטשן מיט הערנער אויפן קאפ. דאס געשעהט ביי די שענסטע און די בעסטע.

און אזעלכע מענטשן ווי @נשמה מיט אזעלכע מעשיות מאכט די וועלט אלץ מער און מער א געזונטערע רואיגערע און בעסערע וועלט.
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

וויאזוי ווייסט מען צו דאס איז א פאניק אטאקע אדער ס'איז ענעקזייעטי?
קענסט מיסתיפינען וויפיל דו ווילסט (קרעדיט @וויכי)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

בשר ודגים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:48 pm
וויאזוי ווייסט מען צו דאס איז א פאניק אטאקע אדער ס'איז ענעקזייעטי?
ענקזייעטי טריגערט פעניק.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שכח פארן שרייבן, איך האב שוין אויך גערופן הצלה דערפאר, עס איז געווען יארן פון קאשמארן, יישר כח אייבערשטער פארן מיר ארויסנעמען!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

לעקסוס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:22 pm
קומט דא א רעספעקטירטע ניק, א ניק וואס האט שוין געשריבן מיט די ניק טויזענטע תגובות, א פיינע בא’טעמ’טע געשמאקע ’נארמאלע’ ניק, און זאגט, רבותי מיט מיך איז געשעהן די מעשה.
יא, נישט מיט קיין נייע אנ’’ש ניק, מיט מיך.

נישט נאר ביי נארמאלע ניקים מאכט זיך מעשיות.
ביי נארמאלע ״מענטשען״ פאסירט אויך זאכן....

לעצטענס האביך באקומען א פאון קאל פון א חשוב׳ן פערזענליכקייט, אליין א מוצלח׳דיגן טעראפיסט און אן איש מסוים א בכבוד׳דיגע איד.

ויהי היום, ער איז דורך פארשידענע שוועריקייט אין זיין אייגענע לעבן וואס האט אים געטריגערט זיין אייגענע אינערליכע יסורי הנפש (טראומע) ביז טאקע א פאניק-אטאקע, הצלה וכו׳.

ער האט געמאכט טעראפי אויף זיך אליין אבער ביי א געוויסע טיפע בלאקעדזש/טראומע, איז ער געבליבן סטאק.

כ׳בין יעצט בקשר מיט אים און האפענטליך וועל איך האבן די זכי׳ צו זיין דעם שליח ה׳ פאר זיין פולקאמע רפואה.

אמאל דארף מען א שטערקערע טיפערע מעדעצין צו היילן וואונדן.
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

געהערט פון א מחנך (טעראפיסט) אז מענטשן מישן אויס פאניק און נערוון בראך, בשעת מעשה ציטערט מען אז מ'גייט אראפ גיין פון זינען...
מ'רופט הצלה און די פאניק וואקסט, און אסאך מאל אויב איז די הצלה נישט געטרעינט וויאזוי צו בארוהיגען א פאניק אטאקע קען מען אריין פאלן טיפער און נאר מאכן פראבלעמען
פאניק קומט פון די הארץ און ווען מ'קומט מיט א רוהיגקייט צו די מענטש וואס איז אין די אטאקע און מ'שמוסט אויס מיט א געוויסע סארט רוהיגע מינע אז ס'איז נארמאל או ס'מאכט זיך, ס'קומט אז די מח טראכט עפעס און די הארץ הייבט אהן עס נעמען ווייטער געשעהט עס.. די עצם זאך אז די מענטש וואס איז אין די אטאקע זעהט ווי רוהיג דער וואס רעדט צו איהם און ס'מאכט סענס וואס ער זאגט, בארוהיגט די מענטש
משא"כ נערוון בראך האט מיט די מח און ס'געשעהט נישט פלוצלינג ס'איז א פארצויגענע ראנגל אין די מענטש פון מחשבות וואס נאגן און לאזן נישט צורוה און מ'קען פאראויס זעהן סימנים אז א בראך איז אויפן וועג, לויט זיין התנהגות און זיין וועג פון רעדן, און מ'דארף עס אפשטעלן ווען ס'נאך דא צו וועם צו רעדן, איין מאל ס'האט שוין אויסגעפלאצט, יענסמאל ברויך מען רופן הצלה און מ'דארף טוהן די נויטיגע זאגן וואס פעלט זיך אויס

אלזא פאר דער וואס פילט ווי די הארץבאמבעט און פאלט אריין פלוצלינג אין א פאניק, איין זאך זאל ער וויסן, אז ס'האט קיין שייכות נישט מיט א בראך
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

שטאטס מבין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:47 am

וויאזוי מישט מען אויס די צוויי זאכן?
א פאניק אטאקע קוקט אויס פאר ארומיגע (אויב זיי וויסן נישט וואס פאניק איז) ווי אן עכטע פיזיקל פראבלעם, זיי זען אז דער מענטש קען נישט כאפן זיי אטעם און ווארפט זיך צו קענען אטעמען, משא"כ א נערוון בראך זעט מען אז יענער איז נישט דא גייסטיש רח"ל,
ווי ווייט איך ווייס ווייסט הצלה וואס עס איז א פאניק אטאקע און וויאזוי צו האנדלען.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שטאטס מבין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:47 am
געהערט פון א מחנך (טעראפיסט) אז מענטשן מישן אויס פאניק און נערוון בראך, בשעת מעשה ציטערט מען אז מ'גייט אראפ גיין פון זינען...
מ'רופט הצלה און די פאניק וואקסט, און אסאך מאל אויב איז די הצלה נישט געטרעינט וויאזוי צו בארוהיגען א פאניק אטאקע קען מען אריין פאלן טיפער און נאר מאכן פראבלעמען
פאניק קומט פון די הארץ און ווען מ'קומט מיט א רוהיגקייט צו די מענטש וואס איז אין די אטאקע און מ'שמוסט אויס מיט א געוויסע סארט רוהיגע מינע אז ס'איז נארמאל או ס'מאכט זיך, ס'קומט אז די מח טראכט עפעס און די הארץ הייבט אהן עס נעמען ווייטער געשעהט עס.. די עצם זאך אז די מענטש וואס איז אין די אטאקע זעהט ווי רוהיג דער וואס רעדט צו איהם און ס'מאכט סענס וואס ער זאגט, בארוהיגט די מענטש
משא"כ נערוון בראך האט מיט די מח און ס'געשעהט נישט פלוצלינג ס'איז א פארצויגענע ראנגל אין די מענטש פון מחשבות וואס נאגן און לאזן נישט צורוה און מ'קען פאראויס זעהן סימנים אז א בראך איז אויפן וועג, לויט זיין התנהגות און זיין וועג פון רעדן, און מ'דארף עס אפשטעלן ווען ס'נאך דא צו וועם צו רעדן, איין מאל ס'האט שוין אויסגעפלאצט, יענסמאל ברויך מען רופן הצלה און מ'דארף טוהן די נויטיגע זאגן וואס פעלט זיך אויס

אלזא פאר דער וואס פילט ווי די הארץבאמבעט און פאלט אריין פלוצלינג אין א פאניק, איין זאך זאל ער וויסן, אז ס'האט קיין שייכות נישט מיט א בראך
ב"ה

ס'איז כמעט נישטא קיין חילוק צווישן פאניק און ענגזייעטי. נאר פאניק איז א ענגזייעטי וואס געשעט פלוצלינג גאר שטארק. ווען דער שורש וואס שאפט די פאניק איז דא אינעם נפש, קען מען דאס האלטן אין איין איבערלעבן. מיין טעאריע - געבויט אויף מיין אייגענע עקספיריענס - לויפט אז ווען א נפש איז אונטער שטארקע דרוק פון עפעס, און עס פילט אז ס'האט נישט וואו זיך צו שיצן, קען דאס אליין שאפן פאניק אפילו ביי פלעצער ווי דער מענטש האט פארדעם נישט עקספיריענסד ענגזייעטי. די סיסטעם ווערט overactive. דער מענטש איז אונטער דרוק. יעדע קלייניגקייט רייצט פאניק. א גלעזעל וויין, א קאפ קאווע, קען שוין רייצן, ווייל די סיסטעם איז overactive.

איך קלער אז אפשר איז עס געקומען ביי מיר ווייל איך האב מיך געהאט אויסבאהאלטן פון געוויסע סעקיוריטי גארדס ערגעץ. און דאס האט געשאפן אין מיר א געוויסע סארט טראמא. איך האב נישט קיין אהנונג פונקטליך פון וואס. אדער אפשר פון אסאך זאכן צוזאמען וואס האבן געלייגט אויף מיר געוויסע שטארקע דרוק וואס האט מיך געצוימט, און איך האב נישט געפילט אז איך האב וואו צו אנטלויפן. איך שרייב נאר אז מ'זאל וויסן אז ס'איז נישט עק וועלט. מ'קען פון דעם, יא, פון דעם, קען מען בעזר השי"ת ארויסקריכן.

איך געדענק איך בין אראפגעגאנגען די סטעפס ערגעץ און געזאגט צו מיך אליין "אויב איך גיי דא זיין ביי די פלאץ קומענדיגעס יאר, גיי איך דא זאגן 'נשמת' צו דאנקען השי"ת אז איך בין ארויסגעקראכן". און איך דארף טאקע אהין גיין אי"ה.

ווען א מענטש ליידט פון פאניק אטאקעס, ליידט ער פון די זעלבע זאך פארוואס מענטשן האבן ענגזייעטי. איך זעה נישט קיין שום חילוק. די זעלבע זאך פארוואס א נפש ליידט פון ענגזייעטי, איז די זעלבע זאך פארוואס ער ליידט פון פאניק אטאקעס.

פאניק קומט - ווארשיינליך - ווען דער נפש פיהלט אז ער איז שטארק שוצלאז. ס'פיהלט unsupported. ס'האט נישט וואו צו לויפן זיך צו שיצן. עפעס דרוקט שטארק. ס'פיהלט נישט grounded. ס'זוכט שוץ.

אזוי ווי דו זאגסט. אז די פחד "איך פיהל אז איך גיי [חס ושלום] האבן א נערווען בראך" דאס אליין קען קומען פון 'פאניק'. איך שרייב בעיקר פון מיין אייגענעם עקספיריענס. איך האב עקספיריענס מערערע סארטן געפילן אין די פאר חדשים. ענגזייעטי און פאניק און פחד, קען שאפן גאנץ א ברייטע האריזאנט פון פארשידענע אינערליכע עקספיריענסעס. וואס יעדע פון די עקספיריענסעס איז גאנץ שרעקעדיג צו עקספיריענסן.

איך שוין די אלע וואס ליידן פון אזעלכע זאכן. אוי איז דאס נישט בא'טעמ'ט. ברררררר.

בנוגע נערווען, דער אייבערשטער, דער בורא רפואות, זאל אוודאי שומר ומציל זיין אלע יודישע קינדער, און היילן יעדעם. אבער לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען פון א שמועס פון רבי אליעזר חיים בלום זצ"ל אין א שמועס ווי ער רעדט פון 'שמחה און עצבות', איז אז ס'איז נישט כדאי אפילו צו ספק'נען אז ס'איז אפשר נערווען! ווייל א) אזא מחשבה מאכט נאר מער פאניק, און ב) מער פאניק קען [טעארעטיש] אפשר גורם זיין אז די נערווען זאלן טאקע אנהייבן לויפן אויף אומריכטיגע וועגן.

ווייל די טבע פון א נפש איז אז ס'שפילט אויס דמיון.

ווען א מענטש חזר'ט זיך "איך בין משוגע", אדער מענטשן ארום אים חזר'ן אים אריין "ביסט נישט מיט אלעמען", און ער האט גענוג סיבות זיך איינצורעדן דערין, קעןזיין נפש אונטערנבאוואוסטזיין אנהייבן לויפן לויט וויאזוי ער שטעלט זיך פאר וואס "משוגע" מיינט. און טערעפיסטן דארפן אכטונג געבן פון דעם. דער נפש פון א מענטש קען אויסשפילן געוויסע מהלכים. מ'קען עס זעהן ביי 'פלעיס'. א אקטאר קען עכט וויינען. וויאזוי? עכטע טרערן! וויאזוי? נאר א נפש קען אויסשפילן געוויסע מהלכי הנפש, לויט א פון פאראויס באשטעלטע דמיון.

און דאס איז די סיבה פארוואס ס'קען זיין אז עס איז נישט גוט צו זיצן צו סך אליין. ווייל די נפש קען אנהייבן ארויסצוגיין פון די געווענליכע מהלכי הנפש.

א מענטש דארף חזר'ן ביי זיך "איך בין געזונט און שטארק פונקט ווי א יעדעם, און עס פעלט מיר גארנישט. איך האב שטארקע געזונטע נערווען פונקט ווי א יעדע געזונטע מענטש, און איך קען יא אויסדרוקליך דילן מיט אלעם אין מיין לעבן" און 'דילן' מיינט די געפיל אז השי"ת געט מיר אגאנצן צייט די כוח.

דאס אז מ'האט חלילה פאניק, ווייזט נישט מער ווי דעם אז דו האסט איינער אדער עפעס וואס שאפט דיך פאניק. כך נראה לי. פארוואס איינער ליידט און א צווייטער נישט? קודם איז דא מענטשן וואס זיי האבן בטבע מער פחד. מער זארג.

שוין, זאל השי"ת העלפן אז מיר אלע זאלן זיין געזונט און שטארק.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

@נשמה

וואה אמת'דיג אין גיט געשריבן
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ס'איז דא א בוך, ס'הייסט ' א יוד איז קיינמאל נישט אליין ', דארט ווערט גערעדט פארשידענע אינטערעסאנטע איידיעס.

אין די 'מעלות חזק' פון דעם יאר, אדר א' תשפ"ד, איז דא בריווען וועגן פאניק אטאקעס. איינע פון זייערע ענטפערס דארט איז אז מ'זאל פרובירן די באקאנטע סארנא מעטאד.

מ'דארף פרובירן צו טרעפן די שורש, און די סיבה, פון די פאניק. "וואס פאניקט מיך". "פארוואס בין איך פארציטערט".

ביי מיר איז - מיינעך- געווען די שורש, אדער די סיבה, פארוואס ס'האט זיך צוגעלאזט אזאנס, אז איך בין אסאך געזיצן אליין. און ס'האט מיר געפעלט די שמייכל, די גוט ווארט, די ווארימקייט, די שטיצע, דאס דיסטריביוטן מיין נפש אויף ארומיגע. דאס ווערן קאנעקטעד צו ארומיגע. דאס אויפהערן צו פילן מיין 'איך' אזוי אפגעטיילט פון ארומיגע נפשות. דאס ערלויבן צו ערפילן מיין נפש מיט ארומיגע פראסעסעס. דאס אנהייבן פילןאז מ'דארף מיך. אז איך מאך אויס אין מענטשנס לעבן. אז איך בין יא ווערד.

און מעגליך אז אסאך מענטשן ליידן היינט צוליב דעם, ווייל מ'זיצט אליין, אפילו אויב מ'איז ווירטואל קאנקעטעד, איז מען אבער אליין.

אבער יעדער האט זיך זיין יוניק נפש. וואס ביי איינעם איז א שורש און א סיבה, איז ביים אנדערן נישט די שורש און סיבה.

דאס זיך מתבודד זיין פון מענטשן קען שטערקער מאכן פחד, און דאגה. און אין דעם איז אריינגערעכנט אז אפילו ווען מ'רעדט מיט מענטשן אבער אינעווייניג ציהט מען זיך צוריק. אינעווייניג וויל מען נישט זיין א חלק פון די מענטשהייט. מ'וויל זיך אפזונדערן פון מענטשן. מ'טראכט נאר וויאזוי מ'קען ווערן א מענטש פאר זיך. האבן אייגענע דיעות. מ'וויל זיך נישט פילן אויסגעמישט. נאר מ'וויל זיך צוריקהאלטן און פילן נאר דאס אייגענע נפש. מ'וויל אריינקריכן אין די אייגענע עולם המחשבה, און מ'וויל נישט טראכטן פון דאס וואס מ'מיינט אז אנדערע טראכטן אויך. נאר מ'וויל אריינקריכן אין עפעס אייגנס. און מ'כאפט נישט אז מ'זונדערט זיך אפ.

און ווידעראום דאס זיין גוט צו מענטשן, דאס זוכן שלום, אנהאלטן פריינטשאפט, געבן ליבשאפט, קען מאכן גוט פילן. מ'דארף שטארקן דעם חלק אין זיך, אויף די חלק אין זיך וואס וויל זיך מתבודד זיין.

ווען מ'איז צו געפיליש, צו נפש'דיג, אן דעת, קען מען אויך האבן צופיל פחד. מ'דארף אויך קונה זיין דעת.

בכלל איז דא מענטשן וואס דארפן ארבעטן זיך מער צו שטופן צו ארויסקומען אין די וועלט, נישט אזויפיל פחד'נען, און זיך צוריקהאלטן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: ווארשיינליך געווען פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:02 pm
ב"ה

בכלל איז דא מענטשן וואס דארפן ארבעטן זיך מער צו שטופן צו ארויסקומען אין די וועלט, נישט אזויפיל פחד'נען, און זיך צוריקהאלטן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
איך שפיר אז אויב באקומט מען סעלף עסטיםהעלפט עס אסאך פאר קלארקייט ווער בין איך און איך בין נישט אנגעוויזן אויף אנדערע, איך בין גוט צו יעדעם, איך האב נישט די פחד פון זאגן מיין דעה איך ווער נישט פארלוירען ווען מ'נעמט נישט אהן מיין דעה

קומט אויס אז די געפיל פון זיין איינזאם נישט קענען ארויסקומען צו מענטשן ווערט ווייניגער און מ'איז מער זיך די אייגענע נאטור אויף א געזונטע אופן, קען עס אסאך העלפן פאר די נפש

ר' יצחק אלעזר מאשקאוויטש האט עטליכע שיעורים אויף דעם אויף די קול אמונה ליין, איך פערזענליך ווען ס'האט מיר געכאפט די נקודה האט עס מיך אסאך ארויסגעהאלפן

(איני טועה ח"ו על ימים הראשונים שלא היה לי עסטים, ווייל אזוי פארשטיי איך זייער שטארק די וואס ליידן נעבעך יא, איך קען זיי מחזק זיין אז "איך קום פון דארט" און מ'קען זיך ארויפארבעטן...)

ערגעץ האב איך געזעהן דא אויפן וועלטל א גוט ווארט אויף ענגליש
בערך אזוי, "אויב דו לעבסט אויף יענעמ'ס עקסעפטענס, דעמאלטס וועסטו שטארבן פון זייער רידזשעקשן"
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”