אורות חתם סופר אין אידיש אויף די וואכעדיגע פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

אורות חתם סופר אין אידיש אויף די וואכעדיגע פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

בעזהשי"ת וועלן מיר זיך משתדל זיין וועכנטליך צו ארויפשטעלן דא א שיין ווארט פון אורות חתם סופר אויף אידיש.

די אשכול איז נישט מיינס, כל מי שרוצה יבוא, אבער דאס איז געשטעלט בלויז פאר דברי תורה וואס זענען:

• אויף די וואכעדיגע פרשה / יום טוב
• פון חתם סופר
• אויף אידיש
• גרינג צו פארשטיין און נאכזאגן


סובסקרייבט, גיבט א לייק און האט הנאה
IMG_20231231_230314.jpg
IMG_20231231_230314.jpg (20.27 KiB) געזען 946 מאל
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: אורות חתם סופר אין אידיש אויף די וואכעדיגע פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אורות חתם סופר - שמות

ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף: ויאמר אל עמו הנה עם בני ישראל רב ועצום ממנו: הבה נתחכמה לו פן ירבה והיה כי תקראנה מלחמה ונוסף גם הוא על שנאינו ונלחם בנו ועלה מן הארץ: וישימו עליו שרי מסים למען ענתו בסבלתם ויבן ערי מסכנות לפרעה את פתם ואת רעמסס:


מ'קען מפרש זיין פארוואס שטייט אשר לא ידע את יוסףאון וואס וואלט געווען אויב וואלט ער נישט געקענט דעם יוסף? נאר מ'קען זאגן אז די רמב"ן זאגט אז פרעה מיט זיינע חכמים האבן נישט געוואלט הרג'נען די אידן מיט א שווערד וויבאלד דאס וועט זיך נישט גוט אויסנעמען ביי די מצרישע בירגער,אין עס וועט נישט זיין קיין כבוד פאר די מלוכה. האט ער זיך איבערגעקלוגט צו נוצן די מהלך פון למען ענתו בסבלתםאז ער וועט זיי מאכן גאר שווער ארבעטן און דאס וועט זיי שוין פארטיליגן במשך הזמן. ביז דא פון רמב"ן. ענליך צו דעם זאגט די הייליגע חת"ס אז ווען פרעה וואלט ווען געזאגט פאר'ן פאלק אז מ'מוז פארטיליגן די אידן וויבאלד זיי דינען נישט קיין עבודה זרה וואלטן זיך לכאורה די בירגער נישט אנטקעגן געשטעלט ווייל "אין שנאה כשנאת הדת", נאר פרעה האט געטראכט אז אויב וועט ער גוזר זיין אז ווער ס'דינט נישט קיין עבודה זרה גייט מען הרג'ענען כאטשיג די בירגער וועלן דאס פארשטיין וועלן אבער אלע אידן (ר"ל) זיך פשוט שמד'ן צום מצרישע גלויבן און זיי וועלן אלע בלייבן לעבן, ווייל פרעה האט נישט געגלייבט אז די אידן וועלן זיך מוסר נפש זיין, און דאס איז וואס די פסוק זאגט אשר לא ידע את יוסףוואס דאס באציט זיך צו די מעשה פון פוטיפרע, ווי יוסף האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן דת, און פון די מסירות נפש פון די אבות, און טאקע וועגן דעם האט ער געמוזט נוצן די מהלך פון די פאלגענדע פסוקים למען ענתו בסבלותםזיי צו פייניגן און פארטיליגן דורך זיי מאכן שווער ארבעטן.

(ח"ס דברים פ' ד"ה כי)
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: אורות חתם סופר אין אידיש אויף די וואכעדיגע פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אורות חתם סופר - וארא

וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה כֵּן אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה
דא האבן זיי נישט צוגעהערט צו משה מחמת די שווערע ארבעט, אבער פריער ווען משה רבינו האט זיי צוזאמגענומען צום ערשטן מאל האבן זיי יא צוגעהערט, ווי עס שטייט אין פרשת שמות (קאפיטל ד' פסוק ל"א) וַיַּאֲמֵן הָעָם וַיִּשְׁמְעוּ כִּי פָקַד יְהוָה אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְכִי רָאָה אֶת עָנְיָם וַיִּקְּדוּ וַיִּשְׁתַּחֲוּוּ. קען מען זאגן פארוואס דארטן האבן די אידישע קינדער יא צוגעהערט משה און דא נישט? נאר מסתמא האט דארטן משה רבינו זיי צוזאמגענומען אום שבת קודש, און שבת האבן זיי גערוט אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין מדרש (שמו"ר א' ל"ב) אז בעפאר משה רבינו איז אנטלאפן פון מצרים האט ער געשתדלט ביי פרעה אז די אידן זאלן נישט דארפן ארבעטן שבת. וועגן דעם האבן זיי צוגעהערט (ווייל זיי האבן געהאט א טאג פון מנוחה). אבער איינמאל פרעה האט פארשווערט די ארבעט ווי עס שטייט תכבד העבודהאון פרעה האט זיי מער נישט געגעבן קיין שטרוי האבן זיי מער נישט גערוט שבת. און אפי' מיר וועלן זאגן אז פרעה האט זיי נישט ממש באצווינגן צו ארבעטן שבת זענען זיי אבער אליינס געגאנגען שבת שאפן שטרוי פאר די גאנצע וואך. און וויבאלד די אידישע קינדער האבן מער נישט געהאט קיין שום טאג מנוחה האבן זיי שוין נישט צוגעהערט משה, ווי עס שטייט ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה.

(ח"ס כ"ח ד"ה ולא)
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
טיר
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:25 pm

Re: אורות חתם סופר אין אידיש אויף די וואכעדיגע פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיר »

זהב וכסף ונחשות.
זאגט די הייליגע חתם סופר, אז ס'איז דא דריי סארטן צדקות, די חשובסטע איז ווען איינער געט אלעמאל אפילו ווען ער איז געזונט אין שטארק אין ס'פעלט אים גארנישט דאס איז מרומז "זהב" ז'ה ה'נותן ב'ריא. די צווייטע מדריגה, אז ער געט צדקה ווען ער איז אין א סכנה, ער איז געווארן קראנק רחמנא ליצלן דאס איז מרומז "כסף" ר"ת כ'שיש ס'כנה פ'זר. די לעצטע מדריגה אז בשעת ער לעבט געט ער גארנישט קיין צדקה, נאר ווען די קרענק שטארק זיך איז ער מצווה פאר די קינדער אז זיי זאלן אוועקגעבן די געלט פאר צדקה נאכן שטארבן, וויבאלד נאכן שטארבן גייט ער שוין נישט קענען מער הנאה האבן פון זיין געלט, וועגן דעם קען ער זיך מתגבר זיין אז עכ"פ יעצט זאלן מען געבן פון זיין פארמעגן אז ס'זאל זיין א טובה פאר זיין נשמה אז די צדקה זאל מגין זיין אויף אים, דאס איז מרומז "נחשת" ר"ת נ'פל ח'ולה ש'מצוה ת'נו.
טיר
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:25 pm

Re: אורות חתם סופר אין אידיש אויף די וואכעדיגע פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיר »

ארויסגענומען פון די ווינדערליכע ספר אורת החתם סופר viewtopic.php?p=4933141#p4933141
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”