ס'שנייט. ס'באנייט.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ס'שנייט. ס'באנייט..jpg
ס'שנייט. ס'באנייט..jpg (89.76 KiB) געזען 544 מאל
די שניי
די שריי
וואס ער שרייט
שנייען
שרייען
רואיגקייט
שניי
ניי
אויפגעפרישט
מרה שחורה ארויס
אויס
צעמישט
די קאליר
כ'שפור
אין מח
ס'שנייט
ס'פארשפרייט
פרישע כח
ווייסער ווי איי
פרישע שניי
באדעקט
די שמעק
נעמט קיין עק
גוט ס'שמעקט
---
בלאס
ווייס
אלעס ארום
וואו מ'קוקט
וואו מ'בליקט
אומעטום
פוסטריט
קומט מיט
וואו מ'גייט
אן קיין עק איז
לאנגע שטרעקעס
טריט פארשפרייט
מ'לאזט איבער
קליינע גריבער
וואו מ'טרעט
וואו מגאלאפירט
מיט שפאצירט
טריט מ'זעט
---
יעדע גוטע זאך
געבט מען שבח
באשעפער שכח
פאר ווען ס'איז קאלט
און שניי פאלט
פון הויעך.
לעצט פארראכטן דורך שוואכער אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

הערליך. מאסיוו.

האסט טאלאנט.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

@קנאפער ידען אהער מיט אן AI בילד...

שיק עס אריין ביטע פאר @שוואכער
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליך שיין. עס גיבט אריין דער רואיגער פרייליכער vibe, א ווי געשמאק!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:06 pm
@קנאפער ידען אהער מיט אן AI בילד...

שיק עס אריין ביטע פאר @שוואכער
OIG.0JOZEwZ8SFF4YoOp.jpeg
OIG.0JOZEwZ8SFF4YoOp.jpeg (209.58 KiB) געזען 576 מאל
OIG (5).jpeg
OIG (5).jpeg (196.77 KiB) געזען 576 מאל
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:58 pm
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:06 pm
@קנאפער ידען אהער מיט אן AI בילד...

שיק עס אריין ביטע פאר @שוואכער
OIG.0JOZEwZ8SFF4YoOp.jpeg
OIG (5).jpeg
שכח @קנאפער ידען !
(כ'האב געלייגט איינס וואס כ'האב אליינס געמאכט א שטיק צייט צוריק.)
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

WOW @שוואכער !!!
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

@שוואכער
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
אוועטאר
כאפער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:22 pm

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפער »

א חידוש, @שוואכער איך האב נישט קיין ווערטער...
כאפסט?!?!?!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

כאפער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 7:51 pm
א חידוש, @שוואכער איך האב נישט קיין ווערטער...
שכח!
זאג, ס'שנייט ביי דיר...?
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

געליינט יעצט. שוילאנג נאכן שניי. אבער די רואיגקייט.. א מחי'. בארואיגט אלע גלידער...
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: ס'שנייט. ס'באנייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

יאפ דער בחור האט עס!!!

קינדער מיט שאוועלעך אין די הענט
א שמחה אויף זיי מען דערקענט
זייער פענימער עס פלאקערט פון קעלט, אוי עס ברענט

סענדי שרייט אויס מיט עקסטאז
קוק, אלעס ארום איז ווייס
עס איז ביטער קאלט אויפן גאס

דו בחורים זיי גייען
שוין אט מיט די קינדער, זיך מיט פרייען
זיי זענען לעבעדיג, און טוהן מיט שרייען

אבער דער שמחה זייערע טוט נישט צו לאנג אנהאלטן
די וועטער אינדערויסן איז א קאלטן
פון קעלט זייער נאז עס טוט זיך שוין צושפאלטן

אוי אוי, עס האט געכאפט א גליטש א פיינעם
אין קאר זענען אלע געווארן צוזעצט אינאיינעם
נאך א מזל איך האב נישט געשעדיגט קיינעם

ערעב איד!! ווער פארט מיט א קאר? אין די טעג???
מיט א אויסגעגאסענער געזיכט מינע געב איך איהם א פרעג
העלפן דיר איך מעג??

געשלעפט מיט הויזן זאקן, גארטעלעך, און שטריקן
געווען אפילו צוגעבינדן צו מיין חבר'ס רוקן
צענדליגער אידן טוהן העלפן, און אויך קוקן

מיט סעלפאונס אין דער האנט
געמאכט קליפס פונעם סצענע, עס איז דאך אינטערסאנט
געשיקט פאר א האלבע וועלט, עס איז נישט קיין סוד, עס איז באקאנט

אבער דער עלטערע אידן
זיי לעבן יעצט נישט אין פרידן
און זיי זענען בככל נישט פריילעך אין צופרידן

בייזערהייט פיל מיט אפשיי
קוקן זיי
אויף דער ערד וואס איז פיל מיט ווייסע .......


לאמיר זעהן ווער קען געסען וואס איז דער נעקסטע ווארט / גראם?????

דער וואס ווייסט גייט אריין אין א גורל פון 20 דאלער קנס!
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”