פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

צד השוה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:44 pm
א גוטן ר' מאטל,

וואס די ריפסט א פראפעסינאל טערעפיסט, איז וואס די גוי'אישע וועלט ריפט א פראפעסינאל טערעפיסט. דער מאדאל איז פאלטש דורכאויס!

לאמיר אויסשמועסן פארוואס דער מהלך איז א דיזעסטער.

ווי די שרייבסט דארף דער טערעפיסט האבן סימפאטיע און עמפאטיע בשעת דער סעסיע. יעצט פרעג איך דיר? אמת'ער סימפאטיע און מיטגעפיל קען זיך אפהאקן א מינוט נאך א סעסיע?
די קענסט זאגן אז ער ווערט פארנומען מיט אנדערע זאכן. אויב אבער איז ער ממש נישט אינטערסירט אין זיין קליענט, איז פשט אז בשעתן סעסיע איז עס געווען א שפיל! און בעסטער פאל א פאלטשע אויבערפלעכליכע מיטגעפיל.

מיטגעפיל אין טערעפי איז נישט נאר אלץ מידות און מענטשליכקייט. דער מענטש וואס גייט צו טערעפי דארף עס האבן סיי ווייל דאס איז א חלק פון אויסהיילן און פארשטיין טראומע, און סיי ווייל טערעפי זעלבסט איז יסורים נוראים דורכצוגיין, און מען דארף האבן א מענטש מיט א הארץ וואס פארשטייט דיר באמת כדי עס צו קענען דורכשטיפן.
יא! פראפעסיאנאלע טעראפיסטן ווערן טרענירט דייקא פאר דעם! אז זיי זאלן קענען בשעת די טעראפיע האבן פונקט גענוג עמפאטיע/סימפאטיע וויפיל ס'פעלט זיך אויס לתועלת פון די טעראפיע.
זיי ווערן דייקא אויך טרענירט וויאזוי צו פארשווייגן און דערשטיקן די עמפאטיע/סימפאטיע אינדרויסן פון די טעראפיע.
דאס איז נישט א שפיל, דאס איז טעראפיע, די האַרץ פונ'ם טעראפיסט איז דא בכל התוקף צו אויספירן זיין ארבעט אבער נישט צו ווערן איבערגענומען פון די יסורים קשים ומרים וואס זיין פאציענט גייט אריבער.

איי וועסט מיר פרעגן אויב אזוי וואס איז די מעלה פון א פראפעסיאנאלע טעראפיסט? דאס איז א באזונדערע שמועס, איך האב מיר באצויגן צום פותח האשכול וואס האט גע'רעש'ט הלמאי, אין דאס איז די ענטפער.

די האסט מסתם געוויסע טערעפיסטן און עסקנים און דיין קאפ בשעת'ן שרייבן די שירות. ריכטיג?

ווייל געוויסע מומחים וואס איך קען פאקן איין גרויסע דאקטוירים,
און געוויסע מומחים מישן א קאשע.

געוויסע טערעפיסטן זענען סאליד, און קאנעקטען באמת מיט וועם זיי העלפן.
און געוויסע טערעפיסטן זענען קליינע קעפ, וואס זייער אויבערפלעכליך וועג פון קוקען אויף זאכן ברענגט מיין בלוט דרוק ארויפצוגיין.

וכן לגבי עסקנים וכן לגבי סאשעל ווארקערס וכן וכן וכן וכן.
די סעטינג איז אנדערש, אבער די פארשטאנד איז בכלל נישט לימיטעד לויט די טיטעל
מודי ליך בחדא ופליג עליך בחדא, יא דאס איז אמאל אמת אז עס זענען די "פראפעסיאנאלע" (דהיינו לייסעסנד) טעראפיסטן וואס טויגן אויף כפרות, אזוי ווי עס איז דא דאקטוירים און פלאמבערס מיט לייסענס וואס טויגן אויף כפרות. אזוי אויך איז דא קוואליפיצירטע מענטשן אן א לייסענס וואס טויגן פיין צו זייער פאך. א לייסענס זעלבסט טוט דיר נאכנישט גאראנטירן סוקסעס.

אז מ'דארף צו קומען צו טעראפיע ברויך מען נאכזוכן די ריכטיגע און גוטע טעראפיסט, וואס האט א גוטע נאמען און א גוטע טרעק רעקאָרד אין דעם הינזיכט, בעסער מיט די הייסע צושטימונג פון א ארגעניזאציע אין דעם פעלד.

נאכאמאל, די סיבה פארוואס איך האב אינטערגעשטראכן אין די חלק פון מיין תגובה וואס דו ציטירסט אז איך רעד פון א לייסענסד טעראפיסט איז ווייל מיינע קאמענטארן זענען דירעקט אויף דעם! דאס איז די וועג וויאזוי לייסענסד טעראפיסטן ארבעטן און דאס איז אויסדריקליך נישט די וועג וויאזוי נישט לייסענסד טעראפיסטן ארבעטן!!

יעצט דארף מען נאר וויסן פון וועלכע טעראפיסטן די פותח האשכול רעדט פון, אויב האט ער גערעדט פון נישט לייסענסד טעראפיסטן איז מיין תשובה נישט ריכטיג.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:42 pm
צד השוה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:44 pm
א גוטן ר' מאטל,

וואס די ריפסט א פראפעסינאל טערעפיסט, איז וואס די גוי'אישע וועלט ריפט א פראפעסינאל טערעפיסט. דער מאדאל איז פאלטש דורכאויס!

לאמיר אויסשמועסן פארוואס דער מהלך איז א דיזעסטער.

ווי די שרייבסט דארף דער טערעפיסט האבן סימפאטיע און עמפאטיע בשעת דער סעסיע. יעצט פרעג איך דיר? אמת'ער סימפאטיע און מיטגעפיל קען זיך אפהאקן א מינוט נאך א סעסיע?
די קענסט זאגן אז ער ווערט פארנומען מיט אנדערע זאכן. אויב אבער איז ער ממש נישט אינטערסירט אין זיין קליענט, איז פשט אז בשעתן סעסיע איז עס געווען א שפיל! און בעסטער פאל א פאלטשע אויבערפלעכליכע מיטגעפיל.

מיטגעפיל אין טערעפי איז נישט נאר אלץ מידות און מענטשליכקייט. דער מענטש וואס גייט צו טערעפי דארף עס האבן סיי ווייל דאס איז א חלק פון אויסהיילן און פארשטיין טראומע, און סיי ווייל טערעפי זעלבסט איז יסורים נוראים דורכצוגיין, און מען דארף האבן א מענטש מיט א הארץ וואס פארשטייט דיר באמת כדי עס צו קענען דורכשטיפן.
יא! פראפעסיאנאלע טעראפיסטן ווערן טרענירט דייקא פאר דעם! אז זיי זאלן קענען בשעת די טעראפיע האבן פונקט גענוג עמפאטיע/סימפאטיע וויפיל ס'פעלט זיך אויס לתועלת פון די טעראפיע.
זיי ווערן דייקא אויך טרענירט וויאזוי צו פארשווייגן און דערשטיקן די עמפאטיע/סימפאטיע אינדרויסן פון די טעראפיע.
דאס איז נישט א שפיל, דאס איז טעראפיע, די האַרץ פונ'ם טעראפיסט איז דא בכל התוקף צו אויספירן זיין ארבעט אבער נישט צו ווערן איבערגענומען פון די יסורים קשים ומרים וואס זיין פאציענט גייט אריבער.

איי וועסט מיר פרעגן אויב אזוי וואס איז די מעלה פון א פראפעסיאנאלע טעראפיסט? דאס איז א באזונדערע שמועס, איך האב מיר באצויגן צום פותח האשכול וואס האט גע'רעש'ט הלמאי, אין דאס איז די ענטפער.
צד השוה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:44 pm
די האסט מסתם געוויסע טערעפיסטן און עסקנים און דיין קאפ בשעת'ן שרייבן די שירות. ריכטיג?

ווייל געוויסע מומחים וואס איך קען פאקן איין גרויסע דאקטוירים,
און געוויסע מומחים מישן א קאשע.

געוויסע טערעפיסטן זענען סאליד, און קאנעקטען באמת מיט וועם זיי העלפן.
און געוויסע טערעפיסטן זענען קליינע קעפ, וואס זייער אויבערפלעכליך וועג פון קוקען אויף זאכן ברענגט מיין בלוט דרוק ארויפצוגיין.

וכן לגבי עסקנים וכן לגבי סאשעל ווארקערס וכן וכן וכן וכן.
די סעטינג איז אנדערש, אבער די פארשטאנד איז בכלל נישט לימיטעד לויט די טיטעל
מודי ליך בחדא ופליג עליך בחדא, יא דאס איז אמאל אמת אז עס זענען די "פראפעסיאנאלע" (דהיינו לייסעסנד) טעראפיסטן וואס טויגן אויף כפרות, אזוי ווי עס איז דא דאקטוירים און פלאמבערס מיט לייסענס וואס טויגן אויף כפרות. אזוי אויך איז דא קוואליפיצירטע מענטשן אן א לייסענס וואס טויגן פיין צו זייער פאך. א לייסענס זעלבסט טוט דיר נאכנישט גאראנטירן סוקסעס.

אז מ'דארף צו קומען צו טעראפיע ברויך מען נאכזוכן די ריכטיגע און גוטע טעראפיסט, וואס האט א גוטע נאמען און א גוטע טרעק רעקאָרד אין דעם הינזיכט, בעסער מיט די הייסע צושטימונג פון א ארגעניזאציע אין דעם פעלד.

נאכאמאל, די סיבה פארוואס איך האב אינטערגעשטראכן אין די חלק פון מיין תגובה וואס דו ציטירסט אז איך רעד פון א לייסענסד טעראפיסט איז ווייל מיינע קאמענטארן זענען דירעקט אויף דעם! דאס איז די וועג וויאזוי לייסענסד טעראפיסטן ארבעטן און דאס איז אויסדריקליך נישט די וועג וויאזוי נישט לייסענסד טעראפיסטן ארבעטן!!

יעצט דארף מען נאר וויסן פון וועלכע טעראפיסטן די פותח האשכול רעדט פון.
גוט געשריבן.

איך קען אפאר לייסענד טערעפיסטן וואס גיבן פאר זייערע קליענטן זייער פאון נומבער. אזוי אויך קען איך אפאר וואס גיבן נישט, אבער זאגן א קאפיטל תהילים פאר זייערע קליענטן יעדן טאג.

לגבי דער עצם מהלך, אנדערש ווי ביי פיזיקל טערעפי, קען עס נישט ארבעטן אויב דער קליענט פילט נישט אז דער טערעפיסט איז באמת מיט איהם.

עניוועי, איך ווייס נישט אויב אונז האלט מיר אנדערש, וועל איך מיך דא אפשטעלן.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

ווייסעך פון א טעראפיסט וואס ווערט אזוי איבערגענומען פון געוויסע קעיסעס און לייגט זיך אזוי שטארק אריין בגוף ונפש, אז נאך אפאר סעסיעס איז די טעראפיסט שוין אליין א חלק פון די קעיס, ער ווערט אינוואלווד עמאושינעלי און נעמט א צד וכו', דאס טויג זיכער נישט.

איך ברענג ארויס א עקסטרעמע פאל מען זאל פארשטיין פארוואס טעראפיסטן דארפן האבן זייער שטארקע באונדריס אין פלאץ.

דא גענוג לייסענסד און עכט געלאנגענע טעראפיסטן וואס לייגן זיך שטארק אריין צו העלפן זייערע קליענטען אבער נאך אלס מיט געזונטע באונדריס אז סיי דער קליענט זאל נישט נעמען עדווענטעדזש און סיי צו באשיצן דעם טעראפיסט פון ווערן געפילש אינוואלווד אין די קעיס, אזוי אז ער זאל קענען ארבעטען אויף א פראפעסינאלע אופן און אויפטהון דאס מערסטע.

געשריבן אויפ'ן שפיץ גאפל ממש
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

כ'בין גראדע באמת צופרידן צו זען דעם אשכול אנהאלטן פאר אזוי לאנג. מיט ר' מאטל שניידער מוז איך זיך באקענען, פאר א מינוט האט ער אויסגעזען צו זיין דעם מאן פון יענעם טעראפיסט אויף וועמען כ'האב געהאט אפאטיסטישע טענות......... אבער מ'זעמיר זיך שוין דורכגעקומען ברוך השם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”