כגוונא...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

bailout האט געשריבן: ייש''כ אינטעליגענט כ'נישט געוואוסט אז אונז האמיר דא אזא ידען, כ'קען מיר אפי' נישט טענה'ן מיט דיר, ביי די וועי ווען די האסט א מינוט דערצייל די מעשה פון יוסעלע'ס אשמנו מכל עם, אדער ברענג צו ווי די מעשה שטייט, אויכעט וויל איך וויסן וואו מ'פלעגט אמאל דורכטוהן די ענינים.

ס'איז נישט פונקט אזוי, איך בין ממש נישט קיין גרויסער ידען, נאר גיכער א חזנות-ליבער, דערפאר אינטערסירט מיך יעדע שטיקל אינפארמאציע איבער חזנים און חזנות, און עס גייט אריין אין קאפ.
די ידיעות נעם איך הויפטזעכליך פונעם אויבערדערמאנטן "זמירות ישראל", וועלכע איך טוה הייס רעקאמענדירן פאר יעדן חזנות-ליבער. עס האט פיל מיט היסטאריע איבער חזנים, און בעיקר איבער יאסעלע'ס לעבנ'ס ביאגראפיע. ס'איז גאר גאר אינטערעסאנט און געשמאק.
אויך האב איך גענאשט אסאך פונעם סייט חזנות.ארג, אדער ווי זיי רופען עס "לשמוע אל הרנה" http://www.chazzanut.org/ מ'קען שעפן היבש אינפארמאציע פון דארט, [זיי רעדן בעיקר אויף היינטיגע חזנים, אבער אגב, ווערט גערעדט פון די אמאליגע].
אזוי אויך פון דעם באוואוסטן קליפ ווי מ'זעהט רויטמאן, הערשמאן, קאטשקאו, שליסקי, און יאסעלע. דער וואס פרעזענטירט עס, געט דארט אסאך אינפארמאציע.
און פארשטענדליך, פון הערן אסאך חזנות פון אמאליגע חזנים, דאס בארייכערט אויך די ידיעה.

לגבי וואס דו פרעגסט וואו מ'פלעגט דורך טוען די עניינים. דוכט זיך ס'איז נישט געווען קיין סאך, אבער ס'איז געווען איינער SALADS וואס איז היבש בא'הבנ'ט אין די עניינים, ער פלעגט שרייבן, אבער נישט קיין סאך.
לדוגמא: http://www.ivelt.com/forum/index ... pic#p87959
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
ס'איז פארהאן נאך, דא דארט.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אינטעליגענט האט געשריבן: און לגבי וואס ר' יודל טענה'ט, אז ס'איז בכלל נישט אזוי קלאר איז קווארטין איז געווען א מחלל שבת. איז אזוי, מעגליך איז ער נישט געווען קיין להכעיס'ניק, אבער אז דו וועסט איבערליינען וואס ער -זמירות ישראל - ברענגט אראפ פון קווארטינ'ס אייגענע לעבנס ביאגראפיע, וועסטו זעהן אז ס'איז שווער צו זאגן אזא דוחק.


איך האב אויך געזעהן דעם ספר זמירות ישראל ביי א חבר, שוין נאכדעם וואס עס איז ערשינען (בערך 2 יאר צוריק), און איך האב טאקע נישט געהאט קיין סאך צייט עס צו ליינען, דעריבער האב איך בלויז געקוקט די חלק ווי ער באשרייבט חזן קווארטין, ווייל איך האב נישט לאנג בעפאר געענדיגט דורכליינען קווארטין'ס אייגענע לעבנס ביאגראפיע. דאס וואס זמירות ישראל ברענגט פון קווארטין'ס ביאגראפיע זעלבסט, איז א קנאפע ראי'. איך האב דורכגעליינט קווארטין'ס ביכל מדאשקע לדאשקע, (א דיקע בוך - גאר אינטערסאנט) און אזוי ווי מיר האבן פריער ערווענט, קען מען פון דארט נישט ארויסדרינגען אז ער איז געווען א מחלל שבת.
קווארטין דערציילט אז אין לעמבערג (דאכצעך אז דאס איז די שטאט) האט מען אים נישט געלאזט דאווענען פאר'ן גרויסן עמוד, שוין נאכדעם וואס אלעס איז שוין געווען אנגעגרייט (ביג איווענט...), ווייל עמיצער איז געקומען עדות זאגן פאר'ן רב אז מען האט אים געזעהן אראפקומען פונעם באן אום שב"ק. קווארטין האט נישט געוואוסט פארוואס פלוצלונג מען האט אים גע'אסרט. ער האט אבער מחליט געווען נישט צו שווייגן, און ער איז געגאנגען זיך דורכרעדן מיט'ן רב. קוים מיט צרות איז ער געוואויר געווארן וואס די טענה קעגן אים איז, און ער האט געזאגט פאר'ן רב אז עס איז א פרעכע ליגנט. ער האט גאר געבעטן אז ער וויל רעדן מיט'ן עדות, ווייל ער גלויבט נישט אז דער יעניגער וועט מעיז פנים זיין זאגן אזא שקר פאר אים. דער רב האט אים אפגעזאגט, א גאנצע טענה ומענה וואס האט זיך פארצויגן ביז די פארטאגס שעה'ן. לויט קווארטין, האט ער שפעטער געזען דעם יעניגן, וועלכער איז געווען א דיין אין שטאט, אבער ער האט אים אויך געזעהן פריער אלס יוצא ונכנס ביים הויפט שטאט'ס חזן, וועלכער פלעג אים אפט אריינרוקן אן אפותיקי...
בקיצור קווארטין טענה'ט אז כאטש וואס דער הויפט שטאט'ס חזן, וועלכער איז דוקא געווען א בר אוריין, האט פערזענליך שיין אויפגענומען קווארטין'ן, האט ער דאך נישט פארגינען אז קווארטין - וועלכער האט שוין דאן געשמ'ט אלס וועלט'ס חזן - זאל דאווענען "אין מיין שטאט". דערפאר האט ער אונטערגעשמירט דעם דיין זאל גיין זאגן פאר'ן רב א ליגנט אויף אים, און די איבריגע ווייסן מיר דאך.

זמירות ישראל שרייבט אז קווארטין איז גאר דער וואס דערציילט נישט דעם אמת. ער ברענגט דעם נאמען פון דאמאלס'דיגן רב אין שטאט, און טענה'ט אז דער רב איז ביי אים מער באגלויבט פון קווארטין...
איך וואלט אוודאי אויך אנגענומען דעם ווארט פונעם רב איידער קווארטין'ס, אבער איך האב אפאר פראבלעמען דערמיט.
1. מיר האבן שוין גענוג מאל געזעהן אין געהערט אין די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, אז עמיצער, א "פארלעסליכע מענטש", גייט אריין צו א רב אדער רבי און רעדט אן אלדאס בייזן אויף א צווייטן, און על אף וואס עס איז הוילע ליגנט, איז דאך אבער "גזירה על לשון הרע שתתקבל על הלב". איך מיין אז איך דארף דא נישט אויסרעכענען אזעלכע מעשיות, יעדער ווייסט גענוג און נאך.
2. דאס אז קווארטין ברענגט די מעשה, דאס אליין איז א שטארקע ראי' אז עס איז פארגעקומען מער ווייניגער לויט זיין ווערסיע. די מעשה ענדיגט זיך דאך זייער נישט שיין פאר קווארטין. דער רב האט דאך אים נישט נאכגעגעבן, און ער האט נישט געמעגט דאווענען דארט. ער אליין שרייבט אז עס האט אים אזוי אויפגעגעסן, אז ער איז פשוט קראנק געווארן דערפון אויף עטליכע טעג. טא פארוואס זאל א מענטש זיך אנמאכן בושות לעולם ועד און אריינשטעלן אזא פאסירונג אין זיין אייגענע לעבנס ביאגראפיע? ער האט געקענט פראסט ארויסשניידן די מעשה און פערטיג. זיין ביכל איז אזוי אויך עטליכע הונדערט בלעטער דיק!
3. לייען די ערצעהלונג אין זיין ביאגראפיע, און דערנאך לייען די פירכה אין זמירות ישראל, און איך מיין אז דו וועסט אויך איינזעהן למי החותמת ולמי הפסולים...
איך האב נאך סיבות, ועוד חזון למועד.

א גרויסע יישר כח פאר'ן פארריכטן מיין "בערל" רויטמאן טעות. מען האט פשוט געהאלטן אינמיטן רעדן פון איין ר' בערל, בין איך שוין געבליבן שטעקן מיט דעם נאמען.

טענק'ס נאכאמאל פאר די דין ודברים. עס מאכט מיר נאכאמאל פילן יונג, ווי אין די בחור'ישע יארן...
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אויף דעם האב איך זיך שוין נישט גערישט....וויאזוי זאגט מען עס נאר....וואאאא...וווווואאאא......

ר' יודל כ'האב געמיינט אז קרייסלער'ס באנקראט איז דיין ליין, מיט די העדזש פאנדס וואס אבאמא האט צוגעפיקסט....(וואס אגב ווארט איך אז איר זאלט אביסל אויסקלארן די נעפל וואס נעמט ארום די פרשה) דערווייל זעה איך אז דאס איז נאר א טפל וואס איר ווייסט און קענט אלץ, א ריזיגן יישר כח!!

אויך פאר דיר אינטעליגענט ייש''כ פארן אפירקראצן און באשרייבן אלעס וואס איך בעט, נאך איין קלייניגקייט....אויב ס'איז נישט טו מאטש, די באקאנטע קליפ כ'ווייס נישט פונקטליך פון וואס די רעדסט, לעצטנס איז געווען דא א קליפ פון הרשמן קוסוביצקי מיט ליבלה ולדמן, פון די וואס די רעדסט האב איך נאכנישט געזען.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

בעילאוט
דער קליפ פון וואס איך רעד, איז בערך 600 מ.ב., און איך ווייס נישט וואו מ'קען דאס זעהן. איך געדענק אז מ'האט עס געקענט אמאל זעהן אויף צופר.
געב א קוק דער לינק http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=708
דער לינק איז ערגעץ אין היכל הנגינה, און דארט איז צוגעשריבן אז ס'איז פון יאסעלע. איך קען עס אבער נישט קוקן ווייל איך האב נישט אפען דעם סייט [איך האב א ווייט ליסט, מיט אן ענגע ליסטע].

אז איך וועל האבן א מעגליכקייט וועל איך דיר אפשר שיקן דעם קליפ אויף אן אופן. געב מיר נאר דיין אימעיל אין אישית.

.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך וויל נאר דא מעלדן בשער בת רבים אז איך האב הנאה פון אלע תגיבות דא, אן אריינרעדן דעראון.

אלע פון אייך זאלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, אינטעליגענט, יודל און בעילאוט.

יישר כוכחם. כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
איך האב אויך געזעהן דעם ספר זמירות ישראל ביי א חבר, שוין נאכדעם וואס עס איז ערשינען (בערך 2 יאר צוריק), און איך האב טאקע נישט געהאט קיין סאך צייט עס צו ליינען, דעריבער האב איך בלויז געקוקט די חלק ווי ער באשרייבט חזן קווארטין, ווייל איך האב נישט לאנג בעפאר געענדיגט דורכליינען קווארטין'ס אייגענע לעבנס ביאגראפיע. דאס וואס זמירות ישראל ברענגט פון קווארטין'ס ביאגראפיע זעלבסט, איז א קנאפע ראי'. איך האב דורכגעליינט קווארטין'ס ביכל מדאשקע לדאשקע, (א דיקע בוך - גאר אינטערסאנט) און אזוי ווי מיר האבן פריער ערווענט, קען מען פון דארט נישט ארויסדרינגען אז ער איז געווען א מחלל שבת.

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, בשעת'ן ליינען אין זמירות ישראל דעם אויבערדערמאנטן שטיקל, האב איך געטראכט ענליך צו דיין טענה, אבער איך נוץ דאס נאר אלץ סניף.
מיר איז בעיקר אריין אין קאפ די צוויי פאקטן: אז ער איז געווען א חזן ביי די נעאלאגן, וואו ס'רוב זענען געווען קליינע צדיקים.
ועוד, פון דעם וואס ער שרייבט אז ער האט געהאט א הרהור תשובה פון די תפילה פון בלאזשוב'ער רב זצ"ל, און זיך פארגענומען נישט עובר זיין במזיד [כ'ווייס נישט דעם פונקטליכן לשון], איז משמע אז בעפאר דעם איז ער געווען ווייט פון א צדיק. עס זאגט נאך נישט חילול שבת, אבער אין פארגלייך צו די מצב פון יענע צייטן, אין יענע געגנטן, איז נישט מסתבר איז דוקא שבת האט ער געהיטן כמו שצריך].
און וועגן דיין טענה פארוואס ער ברענגט א מעשה וואס איז נישט גונסטיג פאר אים.
איך קוק עס אן פארקערט. לכאורה האבן אלע געוואוסט פון דעם מעשה, ווייל די שטאט האט דאך גערודערט, איז ער געגאנגען און פארשריבן דעם מעשה לויט זיין ווערסיע, און לויט זיין ווילן וויאזוי היסטאריע זאל זיך שרייבן איבער אים.
און בכלל, קענסטו זעהן פון דעם וואס ער באשרייבט זיינע מלחמות מיט די ראבייס, אז ער האט געהאט א געשמאק זיך אהערצושטעלן ווי א העלד צו געווינען קעגן רבנים.

אגב, פון וואנעט האסטו פארשאפט קווארטינ'ס בוך? כ'האב עס שוין לאנג געוואלט זעהן. מ'קען עס באקומען ערגעץ?

.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

כאטש איך האב נישט ליב זיך צו טענה'ן, (וואס? דו האסט נישט געוואוסט דערפון?..) וועל איך מוזן אפשלאגן דיינע ארגומענטן על ראשון ראשון.

"אז ער איז געווען א חזן ביי די נעאלאגן".
קווארטין איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד, אווואו עס איז קיין טיילונג נישט געווען, דעפאר איז עם נישט געווען באקאנט דאס אז מען האט זיי גע'אסרט בתכלית. ער איז אויך נישט געווען דער איינציגסטער. עס זענען דאן געווען גענוג ארטאדאקסישע חזנים וועלכע זענען יא אויפגעוואקסן אין אונגארן, און האבן זיך מורה היתר געווען צו דאווענען אויפ'ן אנדערן זייט גאס, מיט'ן טענה פון פרנסה. פארשטייט זיך אז דארט האט מען שענער געצאלט. נאכמער, זמירות ישראל זעלבסט ברענגט דאס אלס מליצה אויף יאסעלע'ן אז ער האט זיך אנגעגעבן אויף פראבע אין א 'סטאטוסקווא' שוהל, ווייל ער האט נאך דאן נישט געוואוסט מה בין בני לבן חמי.

איך געדענק נישט די מעשה פונעם בלאזשובער רב, ממילא קען איך דיר עס נישט אפפרעגן. אבער אזוי פיל יא, ווען איך וואלט געווען ביים בלאזשובער רב, גלויב איך אז איך וואלט אויך געהאט א הרהור תשובה און זיך אונטערגענומען אז איך וועל 'נאָמאָר'... און איך מיין אז אזוי אויך יעדער חסידישער איד וואס איז מדקדק בקלה כבחמורה...

איך ווייס נישט צו "אלע האבן געוואוסט" פון זיין דורכפאל, און דערפאר האט קווארטין עס געמוזט באשרייבן לויט זיין געשמאק. דארפסט אין אכט נעמען אז ער האט געשריבן זיין ביאגראפיע אין זיינע לעצטע יארן. ד.ה. לכל הפחות 40 יאר און עטליכע קאנטינענטען שפעטער. דו קענסט מיר טרעפן היינט עמיצער וואס זאל דיר דערציילן וועגן די אוואנטורעס פון משה שטערן פאר 40 יאר צוריק? עכ"פ צו זאגן אז "אלע ווייסן דערפון?" ער האט עס רואיג געקענט ארויסלאזן פונעם בוך, און קיינער וואלט ניטאמאל באמערקט... אפילו זמירות ישראל וואלט אויך נישט געוואוסט דערוועגן...

דאס וואס ער שרייבט וועגן זיין מלחמה מיט די ראבייס, איז דאך א ראי' אויף פונקט פארקערט. מ'זעהט אז דו האסט נישט געליינט דעם בוך. ער שרייבט אז אויף איינע פון זיינע שטעלעס אין נ.י. האט מען אויפגענומען א ראביי, וועלכער האט פראסט גענומען שניידן גאנצע שטיקער פונעם סידור און מחזור. דער עולם גולם איז דאך געווען תמימות'דיגע אידן פון דערהיים, און האבן נישט פארשטאנען אז אן אמעריקאנער ראביי קען אויך זיין אן אויסוואורף און זוכן אונטערצוברענגען אידישקייט. קווארטין צולייגט די גאנצע פאסירונג, און דערציילט אז ער איז ארויס אין א קאמף קעגן יענעם ראביי-שייגעץ, און אויך געהאט ערפאלג ווען מען האט יענעם פארשיקט פונעם שוהל.

וואו מען קען היינט פארשאפן דעם בוך ווייסעך נישט, איך האב עס אויך פארשאפט בדרך לא דרך פאר עטליכע יאר צוריק, אבער באזיץ עס נישט היינט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

א דאנק אייך ר' יודל.

דיינע ארגומענטן שטעלן זיך אויפן זינען.
אויב מיינסטו אז איך זוך אים צו מאכן פאר א שייגעץ, זאג איך דיר אדרבה, מיך האט אלץ געשטופט א נגיעה אים צו מטהר זיין, ווייל איך וויל דאך נישט זיין אזא איינער וואס הערט צו קאסעטן פון א מחלל שבת. [איך האב אין באזיץ אן ערך פון 50 קאמפאזיציעס, וועלכע איך הער און הער אן אויפהער...]. נישטא וואס צו רעדן, ער איז געווען פון די גרעסטע חזנים פון דעם לעצטן יאר-הונדערט.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

http://faujsa.fau.edu/jsa/music_album.p ... findalbums

מיין באליבטע סייט איז דורכגעגאנגען געוויסע ענדערונגען צום גוטן, איין פון די זאכן וואס איז צוגעקומען איז די טעיפ פון פינטשיק ווי ער זינגט כגונא, שמעו ותחי נפשכם.

גרייט אן טישוס פאר ומארי דדינא....

ראו מה בין בני לבן חמי....

אגב האבן זיי צוגעלייגט נייע ניגונים פון יאסעלע און עס שיין סארטירט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

א הערצליכע דאנק אייך בעיליש
כ'האב שוין געהערט איבער צוויי הונדערט שטיקלעך דורך איבער 20 חזנים, און אט דעם שטיקל פון פינטשיק האבעך נאך קיינמאל געהערט. ס'האט מיר געוואונדערט פארוואס זיי האבן עס נישט.
ביידיוועי, איז דער סייט נישט פון אונזער טייג, ס'פאראן דארט יידישיסטישע שמוץ אבאנטש. אבער אז מ'דארף דעם גנב, נעמט מען אנידער פון תלי'.. מ'דארף נאר אכט געבן.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין איינע פון די כתבי החסידים האב איך געפונען צוויי אינטערעסאנטע נקודות איבער פינטשיק און זיין שייכות קיין סקווירא.

1) ר' דוד'ל סקווערער האט געזאגט אויף איהם נאך אינדערהיים ווען ער איז געווען פרום און ערליך "ער וועט נאך זיין א גרויסער חזן, אבער אויך א גרויסער שגץ".

2) ווען דער סקווערער רבי פון בארא פארק ר' דוד'ל ז"ל האט חתונה געהאט איז פינטשיק געקומען אלס א לאנדסמאן, און מען האט איהם געוויזן אז דער סקווערער רבי ר' יעקב יוסף'ל זצ"ל איז א זוהן פונעם רבין ר' דוד'ל סקווערער זי"ע, איז פינטשיק שטארק נתרגש געווארן און צוגעקומען צום רבי'ן, און ער פרעגט איהם איר זענט טאקע דעם רבין ר' דוד'לס א קינד? זאגט דער רבי אז יא, און דער רבי געט זיך א רוף אהן צו איהם: זאג נאר, אין דער היים האט איר אויך אזוי אויסגעזעהן?!
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
קווארטין דערציילט אז אין לעמבערג האט מען אים נישט געלאזט דאווענען פאר'ן גרויסן עמוד ווייל עמיצער איז געקומען עדות זאגן פאר'ן רב אז מען האט אים געזעהן אראפקומען פונעם באן אום שב"ק. קווארטין האט נישט געוואוסט פארוואס פלוצלונג מען האט אים גע'אסרט. ער האט אבער מחליט געווען נישט צו שווייגן, און ער איז געגאנגען זיך דורכרעדן מיט'ן רב. קוים מיט צרות איז ער געוואויר געווארן וואס די טענה קעגן אים איז, און ער האט געזאגט פאר'ן רב אז עס איז א פרעכע ליגנט. ער האט גאר געבעטן אז ער וויל רעדן מיט'ן עדות, ווייל ער גלויבט נישט אז דער יעניגער וועט מעיז פנים זיין זאגן אזא שקר פאר אים. דער רב האט אים אפגעזאגט, א גאנצע טענה ומענה וואס האט זיך פארצויגן ביז די פארטאגס שעה'ן. לויט קווארטין, האט ער שפעטער געזען דעם יעניגן, וועלכער איז געווען א דיין אין שטאט, אבער ער האט אים אויך געזעהן פריער אלס יוצא ונכנס ביים הויפט שטאט'ס חזן, וועלכער פלעג אים אפט אריינרוקן אן אפותיקי...
בקיצור קווארטין טענה'ט אז כאטש וואס דער הויפט שטאט'ס חזן, וועלכער איז דוקא געווען א בר אוריין, האט אים פערזענליך שיין אויפגענומען, האט ער דאך נישט פארגינען אז קווארטין זאל דאווענען "אין מיין שטאט". דערפאר האט ער אונטערגעשמירט דעם דיין זאל גיין זאגן פאר'ן רב א ליגנט אויף אים, און די איבריגע ווייסן מיר דאך.

ביי דעם לינק וועט איר געפינען די אויבענדערמאנטע בלעטער פון קווארטין'ס ביאגראפיע .
דער לעמבערגער רב בשעתו איז געווען פון די גרעסטע פוסקים אין זיין דור, הרה"ג ר' יצחק יהודה שמעלקעס זצ"ל (אדער שמעלקיש, ווי ער שרייבט אין זיין ספר שו"ת בית יצחק )
טראכטער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:45 pm

Re: כגוונא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכטער »

ברוך מחיה אשכול מת...
האט איינער אפשר א גוטע רעקארדירונג/ווידעא פונעם כגוונא?
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כגוונא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:55 am
ברוך מחיה אשכול מת...
האט איינער אפשר א גוטע רעקארדירונג/ווידעא פונעם כגוונא?
וועלעכע ? ס'דא אסאך .
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
טראכטער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:45 pm

Re: כגוונא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכטער »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:56 pm
טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:55 am
ברוך מחיה אשכול מת...
האט איינער אפשר א גוטע רעקארדירונג/ווידעא פונעם כגוונא?
וועלעכע ? ס'דא אסאך .
רזא דשבת הנודע
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כגוונא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:01 pm
חזנות בדורנו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:56 pm
טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:55 am
ברוך מחיה אשכול מת...
האט איינער אפשר א גוטע רעקארדירונג/ווידעא פונעם כגוונא?
וועלעכע ? ס'דא אסאך .
רזא דשבת הנודע
פון פינטשיק איז נאר דא א ריקארדינג
https://drive.google.com/file/d/11XZscI ... drive_link
און איך גלייב אז ס'איז דא אסאך ווידיאויס פון אנדערע געב מיר 1 חזן וואס די דארפסט עס און כ'וועל דיר עס פראבירן צו פארשאפן
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
טראכטער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:45 pm

Re: כגוונא...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכטער »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:09 pm
טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:01 pm
חזנות בדורנו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:56 pm
טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:55 am
ברוך מחיה אשכול מת...
האט איינער אפשר א גוטע רעקארדירונג/ווידעא פונעם כגוונא?
וועלעכע ? ס'דא אסאך .
רזא דשבת הנודע
פון פינטשיק איז נאר דא א ריקארדינג
https://drive.google.com/file/d/11XZscI ... drive_link
און איך גלייב אז ס'איז דא אסאך ווידיאויס פון אנדערע געב מיר 1 חזן וואס די דארפסט עס און כ'וועל דיר עס פראבירן צו פארשאפן
ווער עס זינגט עס די ריכטיגסטע לדעתך, אבער אזא קוואליטי ריקארדינג וואס א היינטיגער יונגערמאן קען הערן...
יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”