פונקען..

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

פונקען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

פרשת תצוה.

להעלות נר תמיד, באדערט רש׳י הקדוש א שאלה, תמיד מיינט שטענדיג - אייביג, די נרות האט דאך נישט געברענט ״תמיד״ נאר א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי, נא וואס איז פשט להעלות נר תמיד? ענטפערט רש״י ״כל לילה ולילה קרוי תמיד״ און רש״י ברענגט ראיות פון עולת התמיד, מנחת חביתין, וואס דארט שטייט אויף תמיד און רש״י פירט אויס ״אבל תמיד האמור בלחם הפנים משבת לשבת הוא״ ע״כ.
איך זעה דא א מורא׳דיגע גילו פון רש״י ווען איינער טוט עפעס מיט א רגילות באקומט עס די כח פון תמיד, וואס מיינט תמיד? תמיד מיינט ״אייביג 24/7.
די לחם הפנים איז געווען אייביג 24/7 די תוה״ק זאגט אונז אז די נרות המנורה און מנחת חביתין איז אויך געווען ״אייביג״ פארוואס ווייל עס איז געווען מיט א רגילות, “קאנסיסטענט” בלשון עם זר… ווען מ׳טוט עפעס קאנסיסטענט האט עס די פאאוער אז ס׳האט א המשך אפילו צווישן איין מאל צום צווייטן.
א שעור קבוע… א דבר טוב מיט א קביעות… פארט עס מיט אפילו נישט בשעת מעשה. ( און די זעלבע ביי קביעות און א שלעכטע עסק באגלייט עס אויך 24/7… )

א פרייליכען שבת און א ״לעכטיגען תמיד״!
אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

Re: פונקען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

פרשת כי תשא.

אך את שבתותי תשמורי, זאגט רש״י הקדוש, ״אף על פי שתהיו ״רדופין״ ״וזריזין״ בזריזות המלאכה, שבת על תדחה מפניה ע״כ.
רש״י זאגט דא בעצם אז די רעסעפי פון ביזנעס איז זיין א רודף אין די געשעפטן וואס מ׳איז עוסק און זיין זריז אין די ארבעט, דאס איז מלאכה דאס איז וואס תוה״ק עקספעקט פון אידישע קינדער אין די ששת ימי המעשה. לויף נאך אפרטאניטיס, זיי קריעיטיוו, הייליג!
שבת קודש ברויך מען אבער טון איין זאך ״רוען פון די רדיפות און זריזות״ און טון וואס? שבת - רוען, מנוחה- נאכאמאל רוען, לערן בעיון די פרשה פון שבת קודש און די זאג מיר וואס די בורא כל עולמים וויל פון א איד שבת קודש? לעבן אין די פרעזענט, !Pause the run, Get off the wheel פארוואס דער באשעפער וויל דאס און ווי הויעך מ׳קען אנקומען איז א עקסטערע עבודה, אבער דאס איז שבת, לויף נישט נאך גארנישט, יעצט איז עס!

א לעכטיגען שבת!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”