שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

מעג דער מאן טון זאכן נאר ווייל זיין ווייב וויל? יא!

איינער פון די חברים האט מיר געפרעגט, אז לויט וואס איך זאג אז דער מאן פירט די שטוב און די ווייב וויל אז ער זאל זיין דער מנהיג, צו לויט דעם "מעג" א מאן טון עפעס וואס זיין ווייב בעט אים, וואס ער מצד עצמו איז נישט אינטערעסירט דערינען????
מיין תשובה צו אים איז געווען כמובן יא און יא, אוהבה כגופו, זיי זענען ווי איין מענטש! די גאנצע וואס די פרוי וויל איז אז ער זאל זיין דער פירער, נישט אלעס נאכטון, אבער א פירער ווואס האט אינזינען דעם עולם,
און אין דעם פאל ווער איז דער פאלק? דיין חשוב'ע ב"ב אשר נתן לך ה' אלוקיך!

מובן?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
עסקן הדגול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 15, 2019 12:38 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן הדגול »

קען איינער ארויף לייגן ביטע אלע תגבות פון קלארערהייט אויף א PDF
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

עסקן הדגול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:33 pm
קען איינער ארויף לייגן ביטע אלע תגבות פון קלארערהייט אויף א PDF
דא האט ער געלייגט א PDF פון אלעס ביז אהוען.

פון דארט און ווייטער האט ער געלייגט א PDF סוף פון יעדע תגובה
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

זיי אפן, באהאלט נישט.
זיי אפן מיט דיין ב"ב, באהאלט נישט וואס דו טוסט, טוה נישט זאכן אונטער איר רוקן, ווען דו ווילסט טון עפעס וואס זי וועט זיך אפשר אקעגן שטעלן האב נישט מורא, פארצייל איר, זיי אפן און באקוועם,
זי פילט זייער שנעל ווען דו טוסט עפעס אונטער איר רוקן, עס באדערט איר זייער שטארק, פרויען טוט זייער וויי ווען זייער מאן באהאלט זיך פון זיי.
ווען דו פארענפערסט זיך "איך האב נישט געהאט קיין ברירה ווייל איך האב דיך נישט געוואלט וויי טון" "איך האב מורא געהאט פון דיין רעאקציע" די אלע תירוצים בארואיגן איר נישט, זי וויל נישט זען ווי דו האסט מורא, פארקערט זי דארפ אז דו זאלסט זיין באקוועם אין דיינע זאכן, און וואס דו ווילסט טון ביסטו באקוועם אז זי ווייסט.
עס ברענגט א נאנטקייט און זי האט הנאה דערפון, עס קען זיין אז זי וועט דיך טאקע פארהאלטן וכדומה, אבער עס מאכט נישט אויס, אלס בעסער ווי צו זיין באהאלטן, בעסער פאר דיך און בעסער פאר איר.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע:וואו סידא צועסן

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

איך האב נאכנישט געזען קיינעם צוברענגען דא, עס איז פארהאן א סעריע שיעורים בענין הנהגת הבית פון יאמפאלע רב פון מאנסי. פון וועמען איך האב נאר צוריקגעהערט וואס האט דאס אויסגעהערט, האט דאס ממש מאיר עינים געווען.

אין קורצן, די שיעורים באשטייען נישט פון קיין עצות והדרכות, נאר פשוט אראפצולייגן דעם קאנצעפט פון א מאן, די קאנצעפט פון א פרוי, און די קאנצעפט פון חיי נישואין. ער איז מסביר בטוב טעם ודעת, און מיט א געשמאקן שפראך, וויאזוי עס ארבעט דער מאשין וואס רופט זיך "פארפאלק".

ער האט עקסטערע שיעורים פאר מענער און עקסטערע פאר פרויען, ער איז אבער זייער שטארק ביי די מיינונג אז די מענער מעגן אויך הערן די פרויען שיעורים, און די פרויען מעגן אויך הערן די מענער שיעורים.

עס קאסט אן איינמאליגע פי פון $80 זיך אויפציסיינען צו קענען הערן די שיעורים אויפ'ן טעלעפאון. דער נאמבער איז 716-623-4777

איך פערזענליך האב אויסגעהערט די שיעורים פאר מענער, און עס האט געטוישט מיין לעבן פון אור הלבנה צו אור החמה (איך בין ב"ה געווען גליקליך און צופרידן בעפאר'ן דאס אויסהערן, אבער איך האב נישט געוואוסט וואספארא אור איך פארפאס).

די סעריע פאר מענער איז 19 שיעורים, פאר פרויען געדענק איך נישט דעם סכום שיעורים. איך האב ביי מיר די ערשטע 17 פון די 19 מענער שיעורים, אויב ברויכט איר דאס קומט אין אישי.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

פארפרוירן האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 10:54 am
איך האב נאכנישט געזען קיינעם צוברענגען דא, עס איז פארהאן א סעריע שיעורים בענין הנהגת הבית פון יאמפאלע רב פון מאנסי. פון וועמען איך האב נאר צוריקגעהערט וואס האט דאס אויסגעהערט, האט דאס ממש מאיר עינים געווען.

איך פערזענליך האב אויסגעהערט די שיעורים פאר מענער, און עס האט געטוישט מיין לעבן פון אור הלבנה צו אור החמה (איך בין ב"ה געווען גליקליך און צופרידן בעפאר'ן דאס אויסהערן, אבער איך האב נישט געוואוסט וואספארא אור איך פארפאס).

געטוישט מיין לעבן פון אור הלבנה צו אור החמה
דער אויסדרוק געפעלט מיך.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:12 pm
מעג דער מאן טון זאכן נאר ווייל זיין ווייב וויל? יא!

איינער פון די חברים האט מיר געפרעגט, אז לויט וואס איך זאג אז דער מאן פירט די שטוב און די ווייב וויל אז ער זאל זיין דער מנהיג, צו לויט דעם "מעג" א מאן טון עפעס וואס זיין ווייב בעט אים, וואס ער מצד עצמו איז נישט אינטערעסירט דערינען????
מיין תשובה צו אים איז געווען כמובן יא און יא, אוהבה כגופו, זיי זענען ווי איין מענטש! די גאנצע וואס די פרוי וויל איז אז ער זאל זיין דער פירער, נישט אלעס נאכטון, אבער א פירער ווואס האט אינזינען דעם עולם,
און אין דעם פאל ווער איז דער פאלק? דיין חשוב'ע ב"ב אשר נתן לך ה' אלוקיך!

מובן?
טוהן בלויז ווייל זי וויל אזוי סאונד נישט אזוי גוט. עס הערט זיך אביסל ווי בלויז ווייל ער האט נישט די שטארקייט איר אפצוזאגן.
איך וואלט געזאגט ער זאל עס ענדערש טוהן ווייל "ער" וויל. אבער די סיבה פארוואס ער וויל מעג זיין נאר איר צו מאכן העפי.
פארשטייסט?
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

קריספי חלה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:16 pm
קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:12 pm
מעג דער מאן טון זאכן נאר ווייל זיין ווייב וויל? יא!

איינער פון די חברים האט מיר געפרעגט, אז לויט וואס איך זאג אז דער מאן פירט די שטוב און די ווייב וויל אז ער זאל זיין דער מנהיג, צו לויט דעם "מעג" א מאן טון עפעס וואס זיין ווייב בעט אים, וואס ער מצד עצמו איז נישט אינטערעסירט דערינען????
מיין תשובה צו אים איז געווען כמובן יא און יא, אוהבה כגופו, זיי זענען ווי איין מענטש! די גאנצע וואס די פרוי וויל איז אז ער זאל זיין דער פירער, נישט אלעס נאכטון, אבער א פירער ווואס האט אינזינען דעם עולם,
און אין דעם פאל ווער איז דער פאלק? דיין חשוב'ע ב"ב אשר נתן לך ה' אלוקיך!

מובן?
טוהן בלויז ווייל זי וויל אזוי סאונד נישט אזוי גוט. עס הערט זיך אביסל ווי בלויז ווייל ער האט נישט די שטארקייט איר אפצוזאגן.
איך וואלט געזאגט ער זאל עס ענדערש טוהן ווייל "ער" וויל. אבער די סיבה פארוואס ער וויל מעג זיין נאר איר צו מאכן העפי.
פארשטייסט?
יא, איך פארשטיי.
וויכטיגע און אמת'ע געדאנק. יישר כח!!!!!!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”