אגרת הרמב”ן מבואר

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

אגרת הרמב”ן מבואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די גרעסטע נסיון וואס א מענטש האט אויף דער וועלט איז דער בריה מענטש..
1 מעשה בגוי אחד שבא וכו’ לפני הלל, גייריה. אמר ליה: דעלך סני, לחברך לא תעביד, ואידך פירושא הוא; זיל גמור!
2 צער ווען סקומט פונעם אויבערשטן דירעקט איז עס (רעלאטיוו גערעדט) לייכט צו מקבל זיין באהבה אבער ווען סקומט צו א מענטש וואס ער איז דער בעל מצער איז גאר שווער עס צו אננעמען באהבה.. אמער, דו! פארוואס טוסטו מיר וויי??? וואס דארפן מיר מער ווי דאס וואס חז”ל זאגן אונז ”אלמלא מורא של מלכות איש את רעהו חיים בלאו”.. דאס מענטשהייט איז ווי א קליינע דזשאנגל

אבער דער הייליגער רמב”ן רעדט צו אונז.
שמע בני מוסר אביך, ואל תטש תורת אמך.
דער רמב”ן שרייבט דאך דאס צו זיין זון. אבער יתכן אז דא ליגט טיעפער, דער אויבערשטער מוסר’ט א מענטש מיט צער בכדי צו פאלגן די תורה און גיין אין זיין וועגן.
תתנהג תמיד לדבר כל דבריך בנחת לכל אדם ובכל עת, ובזה תנצל מן הכעס, שהיא מדה רעה להחטיא בני אדם. וכן אמרו רבותינו ז"ל, כל הכועס כל מיני גיהנם שולטין בו, שנאמר: הסר כעס מלבך, והעבר רעה מבשרך, ואין רעה אלא גיהנם, שנאמר: וגם רשע ליום רעה.
צוויי זאכן.
1 קודם רעדן בנחת באדייט נישט בלויז רעדן לאנגזאם... פון רעדן לאנגזאם אליינס קומט מען נישט אן אין ערגעץ. אזוי איז אויכעט מוכח פון די המשך האיגרת אז די נקודה איז אז א מענטש זאל זיך מכניע זיין צו יעדעם, דעריבער באדייט דא ”נחת” א געוויסע רואיגקייט און אפענקייט צו א יעדע מענטש’ס הערות, קריטיק און אפילו טשעפע’ס.
2 גהינום באדייט טאקע אויף יענע וועלט, בלתי שום ספק. אבער, דא באדייט גהינום אויף די וועלט אויכעט. ”והעבר רעה מבשרך” באדייט פון דיין מענטשליכע גוף, גהינום דא איז א שם מושאל אדער גאר א דאפעלטע גהינום, בזה ובבא.

וכאשר תנצל מן הכעס תעלה על לבך מדת הענוה שהיא מדה טובה מכל המדות טובות, שנאמר: עקב ענוה יראת ה'.
כעס און עצבות זענען די זעלבע זאך בשורשו. כעס באדייט נאר צוריקווארפן די צער און בועט זיין דערין אנשטאט עס מקבל זיין אלץ מעסידזשעס פון הימל. דעריבער ווען א מענטש ווערט ניצול פון כעס דורך זיך מכניע זיין צו א יעדע מענטש אפגעזעהן וואס יענער טוט אים, בהכרח ווערט מען אן עניו. די חשבון איז פשוט, פארוואס טוט עס מיר יענער? ממה נפשך? איז יענער גערעכט? איז ער דאך גערעכט! איז יענער נישט גערעכט? איז דאך, מה דאך יענער טוט מיר אזוי וויי און איז אזוי חייב.. איז דאך א כ”ש וכ”ש איך וואס איך האב אסאך מער שכל און פארשטאנד, מיט מיינע ענינים, פארוואס טו איך עוולות?? גארנישט פאסירט נישט אליינס און דער פון אויבן וויל פון מיר עפעס.
ובעבור הענוה תעלה על לבך מדת היראה, כי תתן אל לבך תמיד, מאין באת, ולאן אתה הולך, ושאתה רמה ותולעה בחייך, ואף כי במותך, ולפני מי אתה עתיד לתן דין וחשבון, לפני מלך הכבוד, שנאמר: הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך, אף כי לבות בני אדם, ונאמר: הלא את השמים ואת הארץ אני מלא נאם ה'.
אויב ביסטו נישט בועט אין צער נאר די ביסט דיך מתבונן אין עס אז עס איז לעולם בארעכטיגט און איז א שליח מן השמים. בהכרח ווערסטו א יראה חטא, עמיצער איז בעה”ב דא! עמיצער האלט חשבון אויף מיר! סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס האט מיר געמאכט א יש מאין און גייט מיר מאכן א אין פון א יש.. און מיט א דין וחשבון. זעסטו נישט וואס מטוט צו דיר אין דיין לעבן? זעסטו נישט אז משיקט דיר צער, יסורים, עגמת נפש? אלעס האט געהעריג א חשבון.

וכאשר תחשוב את כל אלה, תירא מבוראך ותישמר מן החטא, ובמדות האלה תהיה שמח בחלקך, וכאשר תתנהג במדת הענוה להתבושש מכל אדם ותתפחד ממנו ומן החטא, אז תשרה עליך רוח השכינה, וזיו כבודה, וחיי עולם הבא.
איז קודם פשוט, מיטן טראכטן און זיך בפועל פירן ווי א איד איז מען זוכה צו השראת השכינה. אבער סגייט טיעפער פון דעם, העסטו געוואלט מיינען אז מיטן אקצעפטירן צער און יסורים און נישט בועט זיין דערין וועסטו לעבן א חיי צער? ניין זאג איך דיר! דוקא אזוי וועט דיך דער אויבערשטער אפהיטן פון צער! וועסט פלוצלינג ווערן א שמח בחלקך און זעהן דיין עולם הבא שוין יעצט דא. אמער, דו ברויכסט נישט מער קיין דערמאנונג.
יעצט וואס איז די ענין פון זיך שעמען פון מענטשן? איז דער הייליגער רמב”ן ממשיך
ועתה בני דע וראה, כי המתגאה בלבו על הבריות, מורד הוא במלכות שמים, כי מתפאר הוא בלבוש מלכות שמים, שנאמר: ה' מלך גאות לבש וגו'.
וואלסטו געוואלט מיינען אז בושה פון מענטשן איז כביכול א מרידה במלכות שמים? ווייל וויאזוי שעמסטו דיך פון א מענטש א בשר ודם.. ניין זאג איך דיר! בושה האט א גרויסע פלאץ. גיאות איז גאר א מרידה במלכות שמים! אמער סאיז נישט דיין מידה.. דאס געהערט אויסשליסליך צום אויבערשטן!

ובמה יתגאה לב האדם? אם בעושר, ה' מוריש ומעשיר. ואם בכבוד, הלא לאלוקים הוא, שנאמר: והעושר והכבוד מלפניך, ואיך מתפאר בכבוד קונו? ואם מתפאר בחכמה, מסיר שפה לנאמנים, וטעם זקנים יקח. נמצא הכל שווה לפני המקום, כי באפו משפיל גאים, וברצונו מגביה שפלים, לכן השפל עצמך וינשאך המקום.
אפילו ווען סגייט מיך יא גוט ביחס צו א צווייטן, וואס איז די גאנצע זאך? כפארליר עס אין אן אויגן בליק.. ווילסט עכט סזאל דיך גיין גוט? געדענק ווער סטוט אלעס, סהאט גארנישט מיט דיר! קוק ארויס צום אויבערשטן ווייל נאר ער טוט אלעס.

על כן אפרש לך איך תתנהג במידת הענוה ללכת בה תמיד. כל דבריך יהיו בנחת, וראשך יהיה כפוף, ועיניך יביטו למטה לארץ, ולבך למעלה, ואל תבט בפני אדם בדברך עמו, וכל אדם יהיה גדול ממך בעיניך, ואם חכם או עשיר הוא עליך לכבדו. ואם רש הוא, ואתה עשיר או חכם ממנו, חשוב בלבך כי אתה חייב ממנו והוא זכאי ממך, שאם הוא חוטא הוא שוגג ואתה מזיד.
איז קודם אלעם ערשט, יעדער קען ”זאגן” אז ער גלייבט און אז ער איז שפירט כך וכך.. אבער לא זו הדרך, מדארף אין פראקטיק בעולם המציאות זיך פירן די ריכטיגע וועג, נישט זיין א בלויזע בעל דמיון. אנגעהויבן פון רעדן בנחת און אריבער צו די גאנצע געשטעל.

יעצט לאגיש גערעדט, סמאכט נישט קיין סענס זיך צו גרויס האלטן מיט גארנישט.
די ארומיגע בריות דינען א וויכטיגע ציל פאר אונז. זיי זענען אונזערע שלוחים מן השמים אונז צו אויפוועקן און דערמאנען.
איז יענער בעסער פון מיר? איז ער דאך בעסער! וואו בין איך?
ווען עמיצער טוט מיר וויי, פארוואס טוט עס מיר יענער? ממה נפשך? איז יענער גערעכט? איז ער דאך גערעכט! דארף איך דאך מקבל זיין און זיך אויסבעסערן!

ווייטער, איז יענער ערגער פון מיר? פיין... אבער קוק זיין טפשות.. קוק זיין עניות.. קוק זיינע נסיונות.. איך אין זיין שיך וואלסט אסאך ערגער געווען און ער אין דיין שיך וואלט אסאך בעסער געווען.. נו ווער איז עכט ערגער? יענער דארף גאר מיך צו דערמאנען אז כזאל מיך אויסבעסערן!!
אפילו ווען יענער איז מיר מצער שלא ביושר און יענער איז קלאר נישט גערעכט? איז דאך, מה דאך יענער טוט מיר אזוי וויי און איז אזוי חייב.. איז דאך א כ”ש וכ”ש איך וואס איך האב אסאך מער שכל און פארשטאנד ווי יענעם. ווען סקומט צו מיינע ענינים, פארוואס טו איך עוולות??

גארנישט פאסירט נישט אליינס און דער פון אויבן וויל פון מיר עפעס. אמער, סאיז דאך נישט דער מענטש.. יענער האט דאך נישט קיין שכל.. יענער איז ווייניגער ווי מיר מיט צענדליגע ענינים. דער אויבערשטער שיקט זיינע שלוחים אונז צו מצער זיין אזוי אז מיר זאלן זיך אויפוועקן אז דער אויבערשטער וויל פון אונז עפעס..

נו יעצט לאמיר אויספירן איז בושה פון מענטשן א גוטע זאך? א ודאי! גאר א וויכטיגע! דאס איז אונזער דערמאנונגס געצייג וואס כביכול האט אונז געגעבן! דאס איז אונזער געצייג וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אין פראקטיק צו זיין אן ערליכער איד, נישט זיך צו מדמה זיין בדמיון אז מיר האלטן ערגעץ אדער אז מיר שפירן כך וכך. סאיז אונזער עבודת ה’ געצייג.

נ.ב. (בברכות כח:) וכשחלה רבי יוחנן בן זכאי וכו’ אמרו לו (תלמידיו) רבינו ברכנו אמר להם יהי רצון ושתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם. אמרו לו תלמידיו; עד כאן? אמר להם ולואי תדעו כשאדם עובר עבירה אומר שלא יראני אדם. יעצט פארשטייען מיר שוין אויכעט די נוסח פון לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר כבגלוי.

בכל דבריך ומעשיך ומחשבותיך ובכל עת, חשוב בלבך כאלו אתה עומד לפני הקב"ה, ושכינתו עליך. כי כבודו מלא העולם, ודבריך יהיו באימה וביראה כעבד העומד לפני רבו, ותתבייש מכל אדם, ואם יקראך איש אל תעננו בקול רם, רק בנחת כעומד לפני רבו.
בושה מכל אדם און יראת שמים, ווען סקומט פון די ריכטיגע פלאץ אין די מענטש איז עס היינו הך. די ארומיגע מענטשן זענען שלוחים פון כביכול.
נ.ב. מיט דעם פארשטייען מיר די קבלה פונעם בעל שם הקדוש אז יעדעס ווארט א מענטש הערט שמועסן פון אנדערע מענטשן איז אים נוגע אין זיין עבודת ה’

והוי זהיר לקרות בתורה תמיד אשר תוכל לקיימה, וכאשר תקום מן הספר, תחפש באשר למדת אם יש בו דבר אשר תוכל לקיימו, ותפשפש במעשיך בבקר ובערב, ובזה יהיו כל ימיך בתשובה.
דא ווידערהוילט דער הייליגער רמב”ן די נחיצות פון פראקטישע עבודת ה’. דינען דעם אויבערשטן מיט זאכן וואס זענען ”נוגע אויף למעשה” נאר דאס איז די ריכטיגע מעסטער ווי די מענטש האלט און וואס דער מענטש איז.

והסר כל דברי העולם מלבך בעת התפלה, והכן לבך לפני המקום ב"ה, וטהר רעיוניך, וחשוב הדיבור קודם שתוציאנו מפיך, וכן תעשה כל ימי חיי הבלך בכל דבר ודבר ולא תחטא, ובזה יהיו דבריך ומעשיך ומחשבותיך ישרים, ותפלתך תהיה זכה וברה ונקיה ומכוונת ומקובלת לפני המקום ב"ה, שנאמר: תכין לבם תקשיב אזנך.
סך הכל, סאיז דא איין באשעפער אויף דער וועלט און אלעס דארף מיך צוריקטראגן צו אים. כי בו לבד עינינו תלויות.

תקרא האגרת הזאת פעם אחת בשבוע ולא תפחות, לקיימה וללכת בה תמיד אחר השם יתברך, למען תצליח בכל דרכיך ותזכה לעולם הבא הצפון לצדיקים. ובכל יום שתקראנה יענוך מן השמים כאשר יעלה על לבך לשאול עד עולם אמן, סלה.
וועסט אננעמען צער און עגמת נפש באהבה און עס וועט דיך טראגן צום אויבערשטן? דאן וועסט עס מער נישט האבן.. אפילו מענטשן בעלי בחירה וועלן דיר אויפהערן צו מצער זיין! אלעס איז פונעם אויבערשטן. און דער מענטש איז דער בעסטער פראקטישער כלי אונז צו מאכן א בעסערע איד.

האמיר דא לסיכום אן אינטערעסאנטע פאראדאקס: כעס וואס קומט פון בועט זיין אין צער, ברענגט גאר צער! און נחת/רואיגקייט וואס קומט פון מקבל זיין צער, וועט גאר אפטון די צער!

דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן טראכטן פון אים, געדענקען אים און לעבן מיט אים. איינמאל די ציל איז עררייכט פאלט אוועק די מיטל = צער. סאיז נישט אן ענין סגולי (אפשר אויכעט..), סאיז בגדר די טבע רוחני וואס כביכול האט גוזר געווען "רצון יראיו יעשה" "עשה רצונו כרצונך כדי שיעשה רצונך כרצונו". דער אויבערשטער האט אונז ליעב און וויל אונז געבן נאר גוטס. מיר זאלן נאר מאכן די כלי פון אונזער זייט אזויווי דער אויבערשטער וויל.

די סגולה האט נישט קיין עקספייערעישאן דעיט. און כ”ש וכ”ש ווען דער הייליגער רמב”ן איז אונזער ערב.




מוז נישט זיין אז כלערן גוט פשט. אבער אזוי דוכט זיך מיר עס צו צוזאמעננעמען. אדרבה קומט אריין מיט נאך פשטים. פירכות איז פונקט אזוי וועלקאם.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: אגרת הרמב”ן מבואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הערליך שיין. אין אמת ויציב. זיך מכניע זיין איז די נקודה. אויך זיין א למעשה׳דיגע איד.
שוין לאנג נישט געליינט אזא געשמאקער,ערליכע ארטיקעל !!!!
יש׳כ גדול !!!
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: אגרת הרמב”ן מבואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

גאר שיין און קלאר, אלעס מיט איין פינטל אמונה!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: אגרת הרמב”ן מבואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך א גרויסע שכח
ריברענדיג.....
יקותיאל נטע ראטה
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 14, 2024 1:37 pm

Re: אגרת הרמב”ן מבואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל נטע ראטה »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:02 am
די גרעסטע נסיון וואס א מענטש האט אויף דער וועלט איז דער בריה מענטש..
1 מעשה בגוי אחד שבא וכו’ לפני הלל, גייריה. אמר ליה: דעלך סני, לחברך לא תעביד, ואידך פירושא הוא; זיל גמור!
2 צער ווען סקומט פונעם אויבערשטן דירעקט איז עס (רעלאטיוו גערעדט) לייכט צו מקבל זיין באהבה אבער ווען סקומט צו א מענטש וואס ער איז דער בעל מצער איז גאר שווער עס צו אננעמען באהבה.. אמער, דו! פארוואס טוסטו מיר וויי??? וואס דארפן מיר מער ווי דאס וואס חז”ל זאגן אונז ”אלמלא מורא של מלכות איש את רעהו חיים בלאו”.. דאס מענטשהייט איז ווי א קליינע דזשאנגל

אבער דער הייליגער רמב”ן רעדט צו אונז.
שמע בני מוסר אביך, ואל תטש תורת אמך.
דער רמב”ן שרייבט דאך דאס צו זיין זון. אבער יתכן אז דא ליגט טיעפער, דער אויבערשטער מוסר’ט א מענטש מיט צער בכדי צו פאלגן די תורה און גיין אין זיין וועגן.
תתנהג תמיד לדבר כל דבריך בנחת לכל אדם ובכל עת, ובזה תנצל מן הכעס, שהיא מדה רעה להחטיא בני אדם. וכן אמרו רבותינו ז"ל, כל הכועס כל מיני גיהנם שולטין בו, שנאמר: הסר כעס מלבך, והעבר רעה מבשרך, ואין רעה אלא גיהנם, שנאמר: וגם רשע ליום רעה.
צוויי זאכן.
1 קודם רעדן בנחת באדייט נישט בלויז רעדן לאנגזאם... פון רעדן לאנגזאם אליינס קומט מען נישט אן אין ערגעץ. אזוי איז אויכעט מוכח פון די המשך האיגרת אז די נקודה איז אז א מענטש זאל זיך מכניע זיין צו יעדעם, דעריבער באדייט דא ”נחת” א געוויסע רואיגקייט און אפענקייט צו א יעדע מענטש’ס הערות, קריטיק און אפילו טשעפע’ס.
2 גהינום באדייט טאקע אויף יענע וועלט, בלתי שום ספק. אבער, דא באדייט גהינום אויף די וועלט אויכעט. ”והעבר רעה מבשרך” באדייט פון דיין מענטשליכע גוף, גהינום דא איז א שם מושאל אדער גאר א דאפעלטע גהינום, בזה ובבא.

וכאשר תנצל מן הכעס תעלה על לבך מדת הענוה שהיא מדה טובה מכל המדות טובות, שנאמר: עקב ענוה יראת ה'.
כעס און עצבות זענען די זעלבע זאך בשורשו. כעס באדייט נאר צוריקווארפן די צער און בועט זיין דערין אנשטאט עס מקבל זיין אלץ מעסידזשעס פון הימל. דעריבער ווען א מענטש ווערט ניצול פון כעס דורך זיך מכניע זיין צו א יעדע מענטש אפגעזעהן וואס יענער טוט אים, בהכרח ווערט מען אן עניו. די חשבון איז פשוט, פארוואס טוט עס מיר יענער? ממה נפשך? איז יענער גערעכט? איז ער דאך גערעכט! איז יענער נישט גערעכט? איז דאך, מה דאך יענער טוט מיר אזוי וויי און איז אזוי חייב.. איז דאך א כ”ש וכ”ש איך וואס איך האב אסאך מער שכל און פארשטאנד, מיט מיינע ענינים, פארוואס טו איך עוולות?? גארנישט פאסירט נישט אליינס און דער פון אויבן וויל פון מיר עפעס.
ובעבור הענוה תעלה על לבך מדת היראה, כי תתן אל לבך תמיד, מאין באת, ולאן אתה הולך, ושאתה רמה ותולעה בחייך, ואף כי במותך, ולפני מי אתה עתיד לתן דין וחשבון, לפני מלך הכבוד, שנאמר: הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך, אף כי לבות בני אדם, ונאמר: הלא את השמים ואת הארץ אני מלא נאם ה'.
אויב ביסטו נישט בועט אין צער נאר די ביסט דיך מתבונן אין עס אז עס איז לעולם בארעכטיגט און איז א שליח מן השמים. בהכרח ווערסטו א יראה חטא, עמיצער איז בעה”ב דא! עמיצער האלט חשבון אויף מיר! סאיז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס האט מיר געמאכט א יש מאין און גייט מיר מאכן א אין פון א יש.. און מיט א דין וחשבון. זעסטו נישט וואס מטוט צו דיר אין דיין לעבן? זעסטו נישט אז משיקט דיר צער, יסורים, עגמת נפש? אלעס האט געהעריג א חשבון.

וכאשר תחשוב את כל אלה, תירא מבוראך ותישמר מן החטא, ובמדות האלה תהיה שמח בחלקך, וכאשר תתנהג במדת הענוה להתבושש מכל אדם ותתפחד ממנו ומן החטא, אז תשרה עליך רוח השכינה, וזיו כבודה, וחיי עולם הבא.
איז קודם פשוט, מיטן טראכטן און זיך בפועל פירן ווי א איד איז מען זוכה צו השראת השכינה. אבער סגייט טיעפער פון דעם, העסטו געוואלט מיינען אז מיטן אקצעפטירן צער און יסורים און נישט בועט זיין דערין וועסטו לעבן א חיי צער? ניין זאג איך דיר! דוקא אזוי וועט דיך דער אויבערשטער אפהיטן פון צער! וועסט פלוצלינג ווערן א שמח בחלקך און זעהן דיין עולם הבא שוין יעצט דא. אמער, דו ברויכסט נישט מער קיין דערמאנונג.
יעצט וואס איז די ענין פון זיך שעמען פון מענטשן? איז דער הייליגער רמב”ן ממשיך
ועתה בני דע וראה, כי המתגאה בלבו על הבריות, מורד הוא במלכות שמים, כי מתפאר הוא בלבוש מלכות שמים, שנאמר: ה' מלך גאות לבש וגו'.
וואלסטו געוואלט מיינען אז בושה פון מענטשן איז כביכול א מרידה במלכות שמים? ווייל וויאזוי שעמסטו דיך פון א מענטש א בשר ודם.. ניין זאג איך דיר! בושה האט א גרויסע פלאץ. גיאות איז גאר א מרידה במלכות שמים! אמער סאיז נישט דיין מידה.. דאס געהערט אויסשליסליך צום אויבערשטן!

ובמה יתגאה לב האדם? אם בעושר, ה' מוריש ומעשיר. ואם בכבוד, הלא לאלוקים הוא, שנאמר: והעושר והכבוד מלפניך, ואיך מתפאר בכבוד קונו? ואם מתפאר בחכמה, מסיר שפה לנאמנים, וטעם זקנים יקח. נמצא הכל שווה לפני המקום, כי באפו משפיל גאים, וברצונו מגביה שפלים, לכן השפל עצמך וינשאך המקום.
אפילו ווען סגייט מיך יא גוט ביחס צו א צווייטן, וואס איז די גאנצע זאך? כפארליר עס אין אן אויגן בליק.. ווילסט עכט סזאל דיך גיין גוט? געדענק ווער סטוט אלעס, סהאט גארנישט מיט דיר! קוק ארויס צום אויבערשטן ווייל נאר ער טוט אלעס.

על כן אפרש לך איך תתנהג במידת הענוה ללכת בה תמיד. כל דבריך יהיו בנחת, וראשך יהיה כפוף, ועיניך יביטו למטה לארץ, ולבך למעלה, ואל תבט בפני אדם בדברך עמו, וכל אדם יהיה גדול ממך בעיניך, ואם חכם או עשיר הוא עליך לכבדו. ואם רש הוא, ואתה עשיר או חכם ממנו, חשוב בלבך כי אתה חייב ממנו והוא זכאי ממך, שאם הוא חוטא הוא שוגג ואתה מזיד.
איז קודם אלעם ערשט, יעדער קען ”זאגן” אז ער גלייבט און אז ער איז שפירט כך וכך.. אבער לא זו הדרך, מדארף אין פראקטיק בעולם המציאות זיך פירן די ריכטיגע וועג, נישט זיין א בלויזע בעל דמיון. אנגעהויבן פון רעדן בנחת און אריבער צו די גאנצע געשטעל.

יעצט לאגיש גערעדט, סמאכט נישט קיין סענס זיך צו גרויס האלטן מיט גארנישט.
די ארומיגע בריות דינען א וויכטיגע ציל פאר אונז. זיי זענען אונזערע שלוחים מן השמים אונז צו אויפוועקן און דערמאנען.
איז יענער בעסער פון מיר? איז ער דאך בעסער! וואו בין איך?
ווען עמיצער טוט מיר וויי, פארוואס טוט עס מיר יענער? ממה נפשך? איז יענער גערעכט? איז ער דאך גערעכט! דארף איך דאך מקבל זיין און זיך אויסבעסערן!

ווייטער, איז יענער ערגער פון מיר? פיין... אבער קוק זיין טפשות.. קוק זיין עניות.. קוק זיינע נסיונות.. איך אין זיין שיך וואלסט אסאך ערגער געווען און ער אין דיין שיך וואלט אסאך בעסער געווען.. נו ווער איז עכט ערגער? יענער דארף גאר מיך צו דערמאנען אז כזאל מיך אויסבעסערן!!
אפילו ווען יענער איז מיר מצער שלא ביושר און יענער איז קלאר נישט גערעכט? איז דאך, מה דאך יענער טוט מיר אזוי וויי און איז אזוי חייב.. איז דאך א כ”ש וכ”ש איך וואס איך האב אסאך מער שכל און פארשטאנד ווי יענעם. ווען סקומט צו מיינע ענינים, פארוואס טו איך עוולות??

גארנישט פאסירט נישט אליינס און דער פון אויבן וויל פון מיר עפעס. אמער, סאיז דאך נישט דער מענטש.. יענער האט דאך נישט קיין שכל.. יענער איז ווייניגער ווי מיר מיט צענדליגע ענינים. דער אויבערשטער שיקט זיינע שלוחים אונז צו מצער זיין אזוי אז מיר זאלן זיך אויפוועקן אז דער אויבערשטער וויל פון אונז עפעס..

נו יעצט לאמיר אויספירן איז בושה פון מענטשן א גוטע זאך? א ודאי! גאר א וויכטיגע! דאס איז אונזער דערמאנונגס געצייג וואס כביכול האט אונז געגעבן! דאס איז אונזער געצייג וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אין פראקטיק צו זיין אן ערליכער איד, נישט זיך צו מדמה זיין בדמיון אז מיר האלטן ערגעץ אדער אז מיר שפירן כך וכך. סאיז אונזער עבודת ה’ געצייג.

נ.ב. (בברכות כח:) וכשחלה רבי יוחנן בן זכאי וכו’ אמרו לו (תלמידיו) רבינו ברכנו אמר להם יהי רצון ושתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם. אמרו לו תלמידיו; עד כאן? אמר להם ולואי תדעו כשאדם עובר עבירה אומר שלא יראני אדם. יעצט פארשטייען מיר שוין אויכעט די נוסח פון לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר כבגלוי.

בכל דבריך ומעשיך ומחשבותיך ובכל עת, חשוב בלבך כאלו אתה עומד לפני הקב"ה, ושכינתו עליך. כי כבודו מלא העולם, ודבריך יהיו באימה וביראה כעבד העומד לפני רבו, ותתבייש מכל אדם, ואם יקראך איש אל תעננו בקול רם, רק בנחת כעומד לפני רבו.
בושה מכל אדם און יראת שמים, ווען סקומט פון די ריכטיגע פלאץ אין די מענטש איז עס היינו הך. די ארומיגע מענטשן זענען שלוחים פון כביכול.
נ.ב. מיט דעם פארשטייען מיר די קבלה פונעם בעל שם הקדוש אז יעדעס ווארט א מענטש הערט שמועסן פון אנדערע מענטשן איז אים נוגע אין זיין עבודת ה’

והוי זהיר לקרות בתורה תמיד אשר תוכל לקיימה, וכאשר תקום מן הספר, תחפש באשר למדת אם יש בו דבר אשר תוכל לקיימו, ותפשפש במעשיך בבקר ובערב, ובזה יהיו כל ימיך בתשובה.
דא ווידערהוילט דער הייליגער רמב”ן די נחיצות פון פראקטישע עבודת ה’. דינען דעם אויבערשטן מיט זאכן וואס זענען ”נוגע אויף למעשה” נאר דאס איז די ריכטיגע מעסטער ווי די מענטש האלט און וואס דער מענטש איז.

והסר כל דברי העולם מלבך בעת התפלה, והכן לבך לפני המקום ב"ה, וטהר רעיוניך, וחשוב הדיבור קודם שתוציאנו מפיך, וכן תעשה כל ימי חיי הבלך בכל דבר ודבר ולא תחטא, ובזה יהיו דבריך ומעשיך ומחשבותיך ישרים, ותפלתך תהיה זכה וברה ונקיה ומכוונת ומקובלת לפני המקום ב"ה, שנאמר: תכין לבם תקשיב אזנך.
סך הכל, סאיז דא איין באשעפער אויף דער וועלט און אלעס דארף מיך צוריקטראגן צו אים. כי בו לבד עינינו תלויות.

תקרא האגרת הזאת פעם אחת בשבוע ולא תפחות, לקיימה וללכת בה תמיד אחר השם יתברך, למען תצליח בכל דרכיך ותזכה לעולם הבא הצפון לצדיקים. ובכל יום שתקראנה יענוך מן השמים כאשר יעלה על לבך לשאול עד עולם אמן, סלה.
וועסט אננעמען צער און עגמת נפש באהבה און עס וועט דיך טראגן צום אויבערשטן? דאן וועסט עס מער נישט האבן.. אפילו מענטשן בעלי בחירה וועלן דיר אויפהערן צו מצער זיין! אלעס איז פונעם אויבערשטן. און דער מענטש איז דער בעסטער פראקטישער כלי אונז צו מאכן א בעסערע איד.

האמיר דא לסיכום אן אינטערעסאנטע פאראדאקס: כעס וואס קומט פון בועט זיין אין צער, ברענגט גאר צער! און נחת/רואיגקייט וואס קומט פון מקבל זיין צער, וועט גאר אפטון די צער!

דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן טראכטן פון אים, געדענקען אים און לעבן מיט אים. איינמאל די ציל איז עררייכט פאלט אוועק די מיטל = צער. סאיז נישט אן ענין סגולי (אפשר אויכעט..), סאיז בגדר די טבע רוחני וואס כביכול האט גוזר געווען "רצון יראיו יעשה" "עשה רצונו כרצונך כדי שיעשה רצונך כרצונו". דער אויבערשטער האט אונז ליעב און וויל אונז געבן נאר גוטס. מיר זאלן נאר מאכן די כלי פון אונזער זייט אזויווי דער אויבערשטער וויל.

די סגולה האט נישט קיין עקספייערעישאן דעיט. און כ”ש וכ”ש ווען דער הייליגער רמב”ן איז אונזער ערב.




מוז נישט זיין אז כלערן גוט פשט. אבער אזוי דוכט זיך מיר עס צו צוזאמעננעמען. אדרבה קומט אריין מיט נאך פשטים. פירכות איז פונקט אזוי וועלקאם.
pdf ביטע?
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”