נייע תלמוד בבלי המבואר - ש"ס פומבדיתא

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: נייע תלמוד בבלי המבואר - ש"ס פומבדיתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

וואס עפעס? האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 10:16 am
נזר הנבונים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 1:25 am
וואס איז זייער ציל? נאך ארטסקרול און מתיבתא וועלעכע גמרא פארשטייט מען נאכנישט? וואס זענען זיי מחדש?
קודם כל בשעתו פלעגט זיין א דימענד פאר די פירוש חברותא וואס איז א קורצע לייכטע שפראך פירוש און כנראה טוט מען דא באפרישן דעם געדאנק ( שפה ברורה סטייל)

שנית די געדאנק פון לייגן די פירוש אויפן צורת הדף

איך פארשטיי אז סאיז נישט יעדעמס טעיסט אבער אחרי הכול איז דא ב״ה טויזענטע לומדי תורה און כגלייב סדא א פראצענט וואס וועלן נהנה זיין דערפון

אז מען רעדט שוין , די ניק נאמען פומבדיתא מיט א ב איז נאך אוועילעבל
@פומפדותא
איך הער, אבער דאס רעדט נישט צופיל, חברותא איז טאקע געווען די ערשטע פירוש, אבער היינט איז שוין דא ארטסקרול און מתיבתא ביידע מיט זייער אייגנארטיגקייט, וואס יעדע שטיקל גמרא איז דורך געאקערט, און אפילו זייטיגע קשיות קען מען טרעפן דארט די תירוצים אין די הגהות ביי ארטסקרול אדער אין ילקוט ביאורים פון מתיבתא. פארוואס זאל א בית המדרש יעצט אוועקגעבן נאך צוויי פאליצעס פאר דעם נייע ש״ס? וואס איז זיין חידוש אויפן צורת הדף? וואס איז א חילוק אויב סאיז אויף א צווייטע פעדזש אדער אויף די זעלבע פעדזש, סאיז סייווי אין דער זייט,

הבהרה: סקען שוין אויס זען פון מיינע ווערטער אז איך בין דא ארפאפצורייסן דעם פראיעקט, ניין זאג איך דיר, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן. סאיז דא אמאל איינער וואס געבט ארויס א פשוטע סידור, קומט א צווייטער און געבט ארויס א אנדערע, דארף נישט זיין קיין ספעציעלע חידושים, עס קענען זיין פופציג סידורים און יעדע מענטש האט ליב א צווייטע. אבער ווען עס קומט א סידור המפורש וואס האט מפרש געווען דאס דאווענען, ווען איינער וויל גיין קאמפעטישאן מיט אים דארף ער עפעס האבן וואס ער האט נישט, די בלויע סידור מפורש זענען מחדש אז זיי פאוקעסן אויף די ווארומקייט און כוונה ווען מפורש לייגט א דגוש אויף פשט,

לענינינו מתיבתא קומט מיט א חידוש איבער ארטסקרול אז זיי האבן די ביאורי רש״י ותוספות מיט עיונים, ארטסקרול קומט מיט די רייכע הערות פון אינטן, אין די עצם פירוש הגמרא איז נישט דא קיין ׳גרויסע׳ חילוקים. וואס איז פובדיתא מחדש? א ביאור משולב איז שוין דא צוויי.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8653
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: נייע תלמוד בבלי המבואר - ש"ס פומבדיתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

די ערשטע פאר בלאט פון מסכת ברכות

https://drive.google.com/file/d/1V9LT9i ... BI8Nz/view
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”