די ביסט א קליין מענטש׳לע!
א גוט יאר!
מיין געפילן רוישן נאך, כ׳בין נאך האלב אין טראמע לאנד, אבער גיימער שרייבן ווייל בתוך רבים אהללנו, איז לאמיר צוגיין צום ענין..
מיין קליין מיידעלע צוויי יאר אלט איז געווען אונעם וואנע (כ׳האב געטרייט צו זיין א גוטע מאן..) איז ס׳איז געווען אביסעלע הייס און די צימער און איך האב געעפענט די פענסטער ס׳זאל אריינקומען אביסל פרישע לופט, די פענסטער איז נישט געווען און די בעסטע מצב (יא יא איך וואוין אין אן אפארנטמענט בילדינג) איז ממש נאכן ארויסנעמען מיין קינד פונעם וואנע -איך האב איר נאך געהאלטן אינמיטען אנטוהן- ווען פלוצלינג הער איך א זעץ איך האב מיר זייער דערשראקן, איך לויף ארויס פון מיין צימער, איך גיי אריין אונעם בית הכבוד איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער אז די גאנצע פענסטער איז אריינגעפאלן און די וואנע!!
איך האב ממש אנגעפאנגן וויינען פון עמאושענס, איך האב ארומגענומען מיין טאכטער און איר געגעבן א קיש אויף איר שטערן..
איז קודם בתוך רבים אהללנו איך דאנק גאט ברוך הוא פארן ראטעווען מיין טאכטער! יישר כח טאטע!
און נאכדעם האב איך געטראכט א נקודה..
מיין טאכטער א קליין מיידל האט נישט קיין אנאונג וואס ס׳האט געשען צו איר! וואס זי האט געזעהן איז גארנישט מער ווי א צובראכענע פענסטער! מער ווי דעם נישט! אסאך מאל גייסטו עפעס אדורך אין דיין לעבן און די זעהסט נאר א צובראכנקייט צוקלאפטקייט און חשכות! אבער די דארפסט וויסן אז כלפי מעלה ביסטו א קליין מענטש׳עלע וואס פארשטייט גארנישט! ווייס אז מער פון וואס די פארשטייסט קומט פאר!
א גוטע נאכט!

געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..