די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יכין
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 21, 2022 8:04 am
לאקאציע:לאנדאן

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכין »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:34 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
זיבנבירגן איז נישט אונגארן. איר ווילט אפיר נעמען א מאפע און קודם עטאבלירן וואס אונגארן איז? באלד העט איר אויכעט אריינרעכענען גאליציע אויכעט ווייל פראנץ יאזעף אדער ווער האט עס איינגענומען פאר א וויילע... אונגארן דא אין אונזער נושא האט נישט מיט די אונגארישע פאס.
זיבנבירגען איז געוועהן א חלק פון אונגארן ביז'ן ערשטע וועלט מלחמה . לויט דיך איז פרעשבארג גאלאנטע נייטרא סאטמאר סיגוט קאשוי מעטערסדארף אייזנשטאט גרוסווארדיין קלויזנבורג מונקאטש אונגוואר חוסט זענען אלע נישט אין אונגערישע שטעט. .

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:33 pm
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג

נאך איידער דעם ערוגת הבושם, דער הייליגער חתם סופר איז געווען א תלמיד פון תלמידי בעל שם און האט פון זיי גאר אסאך מקבל געווען, און כאטש ער איז דירעקט נישט געווארן חסידיש, שטארק נישט, דאך האט ער מקבל געווען גאר אסאך פונעם דרך החסידות וואס האט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף אים און אויף יהדות אויבערלאנד. (איך מיין אז דרשות חתם סופר, תורת משה און חתם סופר על התורה זענען געהעריגע חסידישע ספרים, נעכטן האב איך פונקט געלערנט א שטיקל חתם סופר אויף די סדר התפלה מיט די ד' עולמות וכו' הייליג און שטארק)

דער חתם סופר ברענגט דעם תניא, איך מיין אין פרשת אמור
די הייליגע זיידע ברענגט די הייליגע תניא אין פרשת בהלותיך אופ'ן פסוק 'ואת האספסוף '
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יכין האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 6:16 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:34 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
זיבנבירגן איז נישט אונגארן. איר ווילט אפיר נעמען א מאפע און קודם עטאבלירן וואס אונגארן איז? באלד העט איר אויכעט אריינרעכענען גאליציע אויכעט ווייל פראנץ יאזעף אדער ווער האט עס איינגענומען פאר א וויילע... אונגארן דא אין אונזער נושא האט נישט מיט די אונגארישע פאס.
זיבנבירגען איז געוועהן א חלק פון אונגארן ביז'ן ערשטע וועלט מלחמה . לויט דיך איז פרעשבארג גאלאנטע נייטרא סאטמאר סיגוט קאשוי מעטערסדארף אייזנשטאט גרוסווארדיין קלויזנבורג מונקאטש אונגוואר חוסט זענען אלע נישט אין אונגערישע שטעט. .
ריכטיג און נישט ריכטיג. די אלע שטעט וואס איר רעכנט דא אויס זענען געווען באקאנט שוין פאר 200 יאר אלץ אונגארן און געהאט אן איינהייטליכער צביון און מסורה משא”כ זיבענבענרגען און גאליציע, והדברים ידועים הוא. א רומענער איז א רומענער און א גאליציאנער איז א גאליציאנער.
סיגוט איז א שטיקל אויסנאם, אירע רבנים, האט זיך פאררופן אויף אונגארן אבער איז געווען היבש ארויס געאגראפיש און אירע מענטשן זענען געווען מער די זיבענבערגען רומענישע מהות אזוי אז סאטמאר היינט איז טעכניש משלב רומעניע, אונגארן און גאליציע...

אונגארן וואס איז געבליבן באקאנט אלץ אונגארן איז דער מין מהות יוד מיט איר מסורה.

די אינטערלענדער בכלליות זענען אדער געווען נטפל צום אויבערלענדער טשעכיש/עסטרייכער איד אדער זענען זיי געווען נטפל צום גאליציאנער סארט איד און בכלל נישט אנערקענט אונגארן אלץ עפעס א ”סארט” איד. מונקאטש, ספינקא וכו’ האבן בכלל נישט גורס געווען עפעס אנדערש ווי זייער גאליציאנע מסורה און ביי זיי איז אונגארן גארנישט געווען מער ווי א פאס.. ווי דער מנחת אלעזר איז זיך מתמרמר בערך בזה”ל ”אין דעתי נוחה מאנשי מדינה ההוא” און ער רייסט כסדר אראפ די אונגארישע מנהגים אלץ מנהגי בורות טראצדעם וואס כמעט אלעס האט א געשריבענע מקור (דוגמת תיקון חצות אין די 3 וואכן, נוסח המצבות וכו’) ואכמ”ל. ווייטער אין בעלזא, סיגוט, שינאווא האט מען יא גורס געווען די געשעעניש אונגארישע איד און ביי זיי איז יא געווען די שילוב פון אן אונגארישער-חסידישער איד, דאס איז די אינטערלענדער-חסידישע אידן וואס מיר קענען. אבער כלל אונגארן אפילו עמך אינטערלאנד איז געווען נטפל צו די טשעכיש/עסטרייכער מסורה, סגנון און מנהג.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 5:56 pm
גאלאנטא רב איז א גוטן ביישפיל. נו, קוקט טאקע אויס אז אפי' אים אונגארישע אויבערלענדישע מוסדות החינוך, האט מען אפיציעל אריינגעפירט א נייע גייסט פון חסידישקייט. הייסט דאס נישט בשיטה ?

ר' מאזעס חיים ראזענבוים פון ק"וו פלעגט אויכעט פירן טישן איח ישיבה
וואס דארפט איר גאלאנטע רב? איר האט שוין געבליקט אין מנהגי חת”ס? דער חת”ס אליינס האט דאך געפראוועט מיט די תלמידים... אה.. אייגענטליך סאיז א רמב”ם פון ולדבקה בו... עגעין.. נישט דאס טייטשט חסידות. דער גאלאנטער רב האט זיך געפירט און אויפגעשטעלט תלמידים בנוסח אשכנז על דרך החת”ס בלי שום שינוי, איר האט געקענט זיינע תלמידים? פרעגט סיי ווער סהאט נאך געקענט די גאלאנטע תלמידים. ווארימקייט און פראווענען שיינע שבתים איז דאך קיין שום סתירה... אדרבה! ער איז דאך געווען איין שטיק אויבערלאנד, איין שטיק חת”ס בלי שום גירעון! דאס אז דער גאלאנטער רב האט אין צוגאב מקבל געווען פון שינאווער רב דעריבער ווערט ער יעצט אויס אויבערלענדער אדער משנה? טאר ער נישט נאכמאכן די דברים טובים פון די חסידים? כפארשטיי נישט וויאזוי דאס פירט אייך צו מסקנות... כפארשטיי נאך נישט די תמיהות בכלל.

נעם מהרי”ץ דושינסקי פאר א דוגמה, ער איז געגאנגען בלבושו מיט ארויפגעצויגענע זאקן און א פלאכע היט נוסח גאליציע בשעת ער האט געדינגען אין די חסידישע חוסט פאר זיין זון מהרי”ם א מלמד זאל אים לערנען די צעירעי און סעהגול הברה, שפעטער אין אר”י האט ער בצינעה געלייגט תפילין חוה”מ (מיין עלטער זיידע האט געזעהן) נגד מנהג המקום די מנהג הגר”א און געדאוונט בפני עצמו נוסח אשכנז טראצדעם וואס די ישיבה האט געדאוונט ספרד צוליב דאס רוב חסידישע בחורים (כך מעיד הגאון ר’ אליקים שלעזינגער זז”ג לאויוש”ט בספרו אז מהרי”ץ האט אים אליינס אזוי געזאגט און אים געזאגט אויכעט נישט צו משנה זיין נוסח התפילה). סך הכל האט איר א גוטע דוגמה פון דעם נאענטן חבר פון גאלאנטער רב מהרי”ץ אויכעט א מקבל פון שינאווער רב... זיי האבן אנגענומען אינטערלענדער מנהגים בבחינת ”צוגעלייגט” בשעתן נישט משנה זיין גארנישט. זיי האבן בלויז צוגעלייגט פאר זיך בשעתן קיינעם נישט מחייב זיין אנצונעמען די זעלבע זאכן וכ”ש נישט משנה זיין.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ס'וועט אייך גוט זיין
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 4:53 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'וועט אייך גוט זיין »

Hi, its hard for me to write in yiddish,
Just wanted to ask a stupid question: what exactly is the difference between a "Varima Ungerisha Yid" to a Chasidisha yid? is it just the "Lvish" Nisech" and some "minhugem" or is it something more
In other words what was the heavy opposition from the misnagdim to chasidim?
Sorry again for my English, and for the stupid question, I thought a lot about this so any info is appreciated. Thanks
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

ובדרך אגב, ווייס איינער פארוואס ר' משה אהרן קרויס אב"ד נאג'י-באניא איז געפארן קיין לוצערן און דארטן שטודירט א דאקטאראט, עד כדי כך ער איז געוועהן דער איינצקיסטער היימישער רב אין זיעבענבירגען מיט א דאקטאראט ?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”