סעמינאר מיט א דארמאטארי

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

בגבעון דום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

א איד זיכט א סעמינאר פאר אן 11'טע קלאס סעמינאר/היי סקול מיט א דארמעטארי.

דארף זיין א פלאץ ווי די דגוש ליגט בעיקר אויף אויפהייבן די מיידלעך ברוחניות, ווי איידער אויף לימודים.

נישט אזוי שוואך ווי מעיין, אבער נישט אזוי שטארק ווי די געווענטליכע היי סקולס / סעמינארס.

(אזא סארט בחינה ווי תורת חסד אין היטשען איז געווען אמאל)
וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אין מאנסי איז דא א היי סקול פון רעטעק, נישט באקאנט איבער שלאפן, אבער די מוסד איז ווי דיין דעסקריבציע
בגבעון דום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:50 am
אין מאנסי איז דא א היי סקול פון רעטעק, נישט באקאנט איבער שלאפן, אבער די מוסד איז ווי דיין דעסקריבציע
טאקע אזאנס זיכט מען. אבער:
1. דאס האט (דערווייל) נישט קיין דארמעטארי. (מעכב בדיעבד)
2. עס דארף זיין לכתחילה אינדרויסן פון ניו יארק.

יישר כוח אבער פארן נעמען די מוה און ענטפערן
וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

כמעג שרייבן גראב? א קינד וואס משיקט אוועק ווייל ער/זי איז שוואך אין אידישקייט איז דאס ערגסטע זאך

אמת, ווייט פון אויג איז ווייט פון הארץ... אבער סאיז ווי א איינפלאנצן א קערל וואס וועט ארויסוואקסן א בוים, סאיז א טיקינג טיים באמבע.

גארנישט קען נישט זיין אזוי געזונט ווי א ”געזונטע” היים. אויב עפעס צאל די אלע געלטער צו אויפבויען א ספעציעלע סוויט אינדערהיים מיט א פריוואטע רום/קאוטש ספעיס וכו’ וכו’ ממש א סאב דירה אינדערהיים ווי איידער ”אוועק שיקן”. גארנישט האט נישט אזא שטארקע השפעה אויף א פראבלעמאטישע/טראבלד קינד ווי דאס פלעין פעיסן ליבליכע סופארטיוו עלטערן טעגליך.

די עלטערן מצידם דארפן געבן די פילע ספעיס און ווארימקייט אן קיין חשבונותן. נישט חלילה ענג מאכן נאר אדרבה ספעיס... און פרעג קשר נפשי/ דעת תורה וועלכע זאכן ממעג אלץ נאכגעבן (דהיינו זיך נישט שטעלן דערויף אדער אין געוויסע פעלער גאר אפילו אליינס קויפן) אפילו אין יהדות פאר אזא קינד. עגעין, גארנישט אויף די אייגענע האנט, אלעס מיט א דעת תורה בכובד ראש אבער איר וועט זיין שאקד וואס מוועט אייך פסקנען ספעציעל פאר אייער פאל.

אלל אין אלל, די וועלכע משיקט אוועק צו די מרחקים טוען דארטן אפ, איר ווילט נישט וויסן וואס. און נעטווארקן מיט איר ווילט נישט וויסן וועם. און קומען סוכ”ס צוריק פון דארטן, איר ווילט נישט וויסן וויאזוי. פלעין כווייס ערשטהאנטיג.

אוועקשיקן א פראבלעם איז דאס זעלביגע ווי לעבן אין דענייעל. לא זו הדרך!

אוואדע זענען דא פעלער וואו סאיז נישטא קיין שטוב וכו’ כרעד נישט אין אזא פאל. כרעד פון די קאנצעפט פון כלומרשט אוועקשיקן א פראבלעם.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בגבעון דום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 10:27 am

אזוי ווי דו האסט געשריבן ברבים, וועל איך ענטפערן ברבים.

קען זיין אז דו רעדסט מחמת חסרון ידיעה.

הרב .... שליט"א פון קשר נפשי האט שווער גע’ארבעט פארן געדאנק פון אוועקשיקן פון שטוב פאר א שנת לימודים. און מרעדט ב"ה פון א געזינטע שטוב.

מהיכן דנתנו אז מ’שיקט וועגן ווייט פון אויג איז ווייט פון הארץ??? דאס האט זייער וויי געטוהן.

אן אריינגיין אין פריוואטע פרטים, די נס הצלה וואס קען זיין כרגע איז נאר דורך אוועקשיקן. און יא, דאס איז סיי דעת תורה, און סיי דעת קשר נפשי. אמאל דארפן די עלטערן בייגן זייער קאפ און אננעמען וואס די מומחים זאגן.

איר קענט דען אפילו פארשטיין די פחד פון עלטערן אין אזא מהלך פון אוועקשיקן א קינד צו א פרעמדע שולע, ספעציעל א קינד וואס וואקעלט זיך??

צו קומען און אראפרייסן, איז געגאסן זאלץ.

איין פראגע פאר דיר, דארפסט אבער נישט ענטפערן. האסט בכלל א קינד אין די יארן, אדער אזא ניסיון אין לעבן? מכותלי מכתבך זעהט אויס אז נישט.
וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם
smarter
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:06 pm

Re: סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smarter »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 10:27 am
כמעג שרייבן גראב?

ניין דו מעגסט נישט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
קיינער האט דיר נישט געפרעגט
א איד האט געבעטן הילף נישט קיין עצה ..
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סעמינאר מיט א דארמאטארי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בגבעון דום האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 3:17 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 10:27 am
כמעג שרייבן גראב? א קינד וואס משיקט אוועק ווייל ער/זי איז שוואך אין אידישקייט איז דאס ערגסטע זאך

אמת, ווייט פון אויג איז ווייט פון הארץ... אבער סאיז ווי א איינפלאנצן א קערל וואס וועט ארויסוואקסן א בוים, סאיז א טיקינג טיים באמבע.

גארנישט קען נישט זיין אזוי געזונט ווי א ”געזונטע” היים. אויב עפעס צאל די אלע געלטער צו אויפבויען א ספעציעלע סוויט אינדערהיים מיט א פריוואטע רום/קאוטש ספעיס וכו’ וכו’ ממש א סאב דירה אינדערהיים ווי איידער ”אוועק שיקן”. גארנישט האט נישט אזא שטארקע השפעה אויף א פראבלעמאטישע/טראבלד קינד ווי דאס פלעין פעיסן ליבליכע סופארטיוו עלטערן טעגליך.

די עלטערן מצידם דארפן געבן די פילע ספעיס און ווארימקייט אן קיין חשבונותן. נישט חלילה ענג מאכן נאר אדרבה ספעיס... און פרעג קשר נפשי/ דעת תורה וועלכע זאכן ממעג אלץ נאכגעבן (דהיינו זיך נישט שטעלן דערויף אדער אין געוויסע פעלער גאר אפילו אליינס קויפן) אפילו אין יהדות פאר אזא קינד. עגעין, גארנישט אויף די אייגענע האנט, אלעס מיט א דעת תורה בכובד ראש אבער איר וועט זיין שאקד וואס מוועט אייך פסקנען ספעציעל פאר אייער פאל.

אלל אין אלל, די וועלכע משיקט אוועק צו די מרחקים טוען דארטן אפ, איר ווילט נישט וויסן וואס. און נעטווארקן מיט איר ווילט נישט וויסן וועם. און קומען סוכ”ס צוריק פון דארטן, איר ווילט נישט וויסן וויאזוי. פלעין כווייס ערשטהאנטיג.

אוועקשיקן א פראבלעם איז דאס זעלביגע ווי לעבן אין דענייעל. לא זו הדרך!

אוואדע זענען דא פעלער וואו סאיז נישטא קיין שטוב וכו’ כרעד נישט אין אזא פאל. כרעד פון די קאנצעפט פון כלומרשט אוועקשיקן א פראבלעם.
אזוי ווי דו האסט געשריבן ברבים, וועל איך ענטפערן ברבים.

קען זיין אז דו רעדסט מחמת חסרון ידיעה.

הרב .... שליט"א פון קשר נפשי האט שווער גע’ארבעט פארן געדאנק פון אוועקשיקן פון שטוב פאר א שנת לימודים. און מרעדט ב"ה פון א געזינטע שטוב.

מהיכן דנתנו אז מ’שיקט וועגן ווייט פון אויג איז ווייט פון הארץ??? דאס האט זייער וויי געטוהן.

אן אריינגיין אין פריוואטע פרטים, די נס הצלה וואס קען זיין כרגע איז נאר דורך אוועקשיקן. און יא, דאס איז סיי דעת תורה, און סיי דעת קשר נפשי. אמאל דארפן די עלטערן בייגן זייער קאפ און אננעמען וואס די מומחים זאגן.

איר קענט דען אפילו פארשטיין די פחד פון עלטערן אין אזא מהלך פון אוועקשיקן א קינד צו א פרעמדע שולע, ספעציעל א קינד וואס וואקעלט זיך??

צו קומען און אראפרייסן, איז געגאסן זאלץ.

איין פראגע פאר דיר, דארפסט אבער נישט ענטפערן. האסט בכלל א קינד אין די יארן, אדער אזא ניסיון אין לעבן? מכותלי מכתבך זעהט אויס אז נישט.
סטוט מיך זייער וויי אז כהאב אייך ווייגעטון, דאס איז בכלל נישט געווען מיין כוונה חלילה וחלילה. ועוד יותר זייט וויסן אז כווייס נישט ווער איר זענט טאמער יא וואלט איך נישט מגיב געווען אזוי, טאקע ווייל סאיז אנאנים האב איך געשריבן ברייט. בנוסף לזה האבעך געקלערט ווער ווייסט צו כרעד דא צום ריכטיגן מענטש און דאס וועט אים אפהאלטן פון טון א פאטאלע טעות.

וועט איר פרעגן מיין עקספיריענס... יא כהאב. טאקע וועגן דעם שרייב איך, ווייל כרעד פון מיטהאלטן ”זייער” נאנט.

איין אומבאשרייבליכע סוקסעס סטארי האב איך פון האלטן אינדערהיים א טראבלד קינד, כרעד פון זייער א נאנטע, וואס איז נאר געפאלן הונדערטער שטאקן ברוחניות (ובגשמיות) טאקע צוליבן אריינשטעלן אין א סביבה מיט שוואכע ווייל ער/זי איז געווען שוואך און סאיז געווארן ערגער און ערגער. דאס האלטן אינדערהיים און אקצעפטירן אינטער די פיס איז געווען די ישועה.

צוויי שוואכע חבירים פון מיין עידזש האבן געטראסקעט פון אוועקשיקן אין די מרחקים פאר שוואכע ( נישט קיין אר”י מיר) מיטן האפענונג אז סגייט זיך סטאביליזרן און סהאט נאר געטראגן צו ערגערס, אסאאאך ערגערס. הודו לד’ איינער פון זיי האט שוין א קינד און איז אזוי שטילערהייט פון די צדיקי דורינו (סיריעסלי!) סאו אפילו אזוי איז קיינמאל נישט אויפגעגעבן.

יעצט נאכן צוזעהן די דערמאנטע עקספיריענסעס מיט נאך ענליכע וואס זענען נישט אזויפיל אנדערש ווי דעם האב איך געשפירט פאר א חוב אויפצוברענגען די צד. יעצט היות כקען אייך נישט און היות כווייס בברירות אז קיין ”אבסאלוטע כלל” איז נישט פארהאנען, טאקע דעריבער האב איך געשריבן די פאלגענדע ווערטער:
אוואדע זענען דא פעלער וואו סאיז נישטא קיין שטוב וכו’ כרעד נישט אין אזא פאל. כרעד פון די קאנצעפט פון כלומרשט אוועקשיקן א פראבלעם.
כהאב בס”ה אדרעסירט א קאנצעפט, אייגענטליך די היפוך, א מיסקאנסעפשאן, זהו. סאיז דאך א פאבליק פלאטפארמע און אפילו ווען סאיז נישט אפליקעבל צום פותח האשכול קען דאס זיין צוואנציג יאר ארום אפליקעבל צו מיין אייגן קינד וואס וועט דא ליינען.. סאיז חומר למחשבה, איבונגען פאר די מוח, מי יודע וועמען און אויף ווי ווייט דאס קען העלפן איין טאג. כהאב באמת זיך נישט באצויגן צו אייך. ואסיים במעין הפתיחה ביטע זייט מיר מוחל ווייל כהאב אזוי שטארק גארנישט געמיינט און גארנישט געוואלט און סטוט מיר זייער וויי אז כהאב ווייגעטון א שוין פארצער’טע איד, כקען נישט אזוי, ביטע זיי מיר מוחל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”