אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אויווען
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:19 pm

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויווען »

רואיג! האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 4:39 pm
איך בין די וואך געווען ביי די מאל. לאמיר געבן א שטיקל באריכט, אפשר וויל איינער גיין חול המועד.

מיראר מעיז:מען גייט אריין אין א שטוב פול מיט שפיגלען, און מען דארף ארויסקומען די אנדערע זייט. עס איז זייער אינטערסאנט, און מען ווערט אינגאנצן צומישט וואס איז א וועג און וואס איז א שפיגל. געווען אינטערסאנט פאר מיר און מיינע קינדער.

דריעם ריידער:דאס זענען חיה'לעך אויף וואס מען זעצט זיך ארויף און מען פארט ארום, מיין משפחה האט עס ענזשויט. מען דארף זיין 48 אינטשעס צו דרייוון אליין, אונטער 48 דארף פארן מיט א צווייטן.

טילט מוזעיום:פארשידענע גרויס פעינטינגס געמאלן אויפן וואנט, אויף א וועג צו קענען מאכן בילדער וואס זאלן אויסקומען ווי אפטיקעל אילוזיעס. עס איז זייער אינטערסאנט פאר די עלטערן צו מאכן די בילדער פון די קינדער, די קינדער האבן שוין געוואלט גיין ווייטער...

טויס R אס טרעין:די טרעין פארט ארויס ביי די צווייטע שטאק פון טויס R אס, און פארט ארום אין די האלל. זייער אינטערסאנט פאר די אינגערע קינדער.

לעגאו-לענד - אקוויאריום. די צוויי פלעצער האב איך געטראכט מעגליך צו גיין, למעשה נישט אנגעקומען.

דריעם Wיעל:א גרויסע פעריסWיעל, די גאנצע משפחה גייט צוזאמען אין איין שטיבל, עס פארט שטייטלעך ארום. פון אויבן זעט מען די ארומיגע הייוועיס ווי שפיל קארעלעך, און א שיינע וויו פון דערווייטנס. אינטערסאנט פאר גרויס און קליין.

ניקעלאדיען פארק:דאס איז א גרויסע אמיוזמענט פארק, מען קען אריין אין צאלן פער רייד. נאר איין פון מיינע חברה האבן הנאה פון די זאכן.

איך בין נישט געגאנגען צו די וואסער, אייז, און שניי פארקס.

---

לאמיר רעדן וועגן עסן. גאלדי לאקס איז אזא פרישטאג/לאנטש סטייעל געשעפט, (איך האב נישט דארט געגעסן, עס האט מיר אזוי אויסגעזען), עס איז אינטער טארנאפאל השגחה. אויך אינטער כK, (אלע כשר'ע עסן אין די מאל וואס איך האב געזען זענען געווען אונטער כK).

Cinnabon: כK חלב סתם.
Toys R Us: זיי האבן פארמאכטע נאש מיט היימישע הכשרים. די אפענע עסן (אייזקרים סלאש וכדומה), איז כK חלב ישראל, מיט נאך א הכשר וואס איך געדענק נישט יעצט.
Oreo Cafe: כK חלב סתם, אלעס איז איבער Oreo קוקיס.
Bravo Pizza: כK חלב ישראל.
Chickies: כK.

---

איך האב געפארקט אין פארקינג לאט A גראונד לעוועל, ווען מען קומט ארויף פון יענע זייט האט מען גלייך די רעכטע זייט גאלדי לאקס, לעגאו לענד, סי-לייף, און מיראר מעיז. אביסל ווייטער צו לינקס איז דא די ענימעל ריידס, און נאך ווייטער איז א שיינע אינדאר גארטן און די טילט מוזעיום.

די פעריסWיל איז אויף די דריטע שטאק ביי די קאקע קאולע איטס. אביסל אפגערוקט ביי א ווינקעל איז די צוויי כשר'ע רעסטוראנטס אויבן דערמאנט, בראוואו און טשיקיס. דארט האב איך אויך געהאט א מנין מנחה, און עס איז דא בתי כבוד מיט סינקס אינדרויסן.

וואס נאך? לאזטס מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען...
געווען פאריגע חול המועד ביי לעגא לענד אין די אקוועריאם, לעגא לענד איז גאר אינטערעסאנט פאר קליינע קונדער עס איז דא 1 רייד, און זייער אינטערעסאנטע אויפגעשטלטע זאכן, די איי מעקס איז געווען צו שרעקעדיג פאר די קליינע.
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

נישט פארגעסן פון דער אדרעסס, א היימישע מאהל בתוך אמעריקען דריעם.

פארמאגט מייסטנס פרויען קליידער פון אסאל היימישע ברענדס און געשעפטן, ארטסקרול האט א סעקשאן מיט א גרויסע קויטש פאר משפחות צו זיצן מיט צוויי גרויסע סקרינס ווי אנקל מוישי האלט ראויג די קינדער וואס זיצן אויף ביען בעגס
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

רואיג! האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 4:39 pm
שכח!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שטומפיג האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:20 pm
רואיג! האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 4:39 pm
שכח!
למעשה וויפיל האט עס אייך אפגעקאסט?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:19 pm
נישט פארגעסן פון דער אדרעסס, א היימישע מאהל בתוך אמעריקען דריעם.

פארמאגט מייסטנס פרויען קליידער פון אסאל היימישע ברענדס און געשעפטן, ארטסקרול האט א סעקשאן מיט א גרויסע קויטש פאר משפחות צו זיצן מיט צוויי גרויסע סקרינס ווי אנקל מוישי האלט ראויג די קינדער וואס זיצן אויף ביען בעגס
היימישע ברענדס? יא ברענדס פון אידן, ווייט פון היימיש פאר אייוועלט סטאנדארטען ...
ארויף
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

איז די water park אפען די חול המועד פאר פרויען?
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

וועגן שטעגן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:24 pm
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:19 pm
נישט פארגעסן פון דער אדרעסס, א היימישע מאהל בתוך אמעריקען דריעם.

פארמאגט מייסטנס פרויען קליידער פון אסאל היימישע ברענדס און געשעפטן, ארטסקרול האט א סעקשאן מיט א גרויסע קויטש פאר משפחות צו זיצן מיט צוויי גרויסע סקרינס ווי אנקל מוישי האלט ראויג די קינדער וואס זיצן אויף ביען בעגס
היימישע ברענדס? יא ברענדס פון אידן, ווייט פון היימיש פאר אייוועלט סטאנדארטען ...
פארוואס זאגסטו אזוי, אויף אייוועלט דרייען זיך אסאך עכט היימישע אידן און אייוועלט האט שטארק היימישע סטאנדארטן. סתם אבי אוועקגעמאכט אייוועלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”