זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

אחראי: אחראי

אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

איך דארף נישט זאגן פאר קיינעם וועם אונז שטעל מיר דא היינט פאר! אונזער אלעמען באליבטן @אבימלך וואס איז אונז מהנה דא אויפן וועלטל אויף טריט און שריט, אנגעפאנגען מיט זיינע רייכע נייעס וואס ער דעקט טעגליך מיט א געשמאק צו מיט זיינע אייגענארטיגע בילדער מיט וואס ער איז מהנה דעם עולם אין זיין אשכול, צו איז עס די וועלט בארימטע ארטיקלן מיט וואס ער האט אונז שוין מהנה גכעווען און די צייט וואס ער איז דא אויפן וועלטל.

פאר איך פארגעס ער איז אויך נישט פאר צי לאנג צוריק געווארן באקרוינט מיטן טיטל " נייעס טישל פארזיצער" א טיטל וואס רעדט פון זיך אליין!

אלזא לאמיר אריין שפרינגן אין זיינע סחורה.

דאס ערשטע פאר איר הייבט אפילו אן צו ליינען זיינע ארטיקלן, זאג איך אייך צו אז איר וועט זיך טרעפן אין א דילעמע ווי איר קענט האבן נאך פון אים'ן, אויף א גאלדענע טאץ לייג דא פאר פאר דיר דעם אויפגעכאפטען נייעס טישל! , אויב האט איר געקליקט דעם לינק געדענקט צוריק צו קומען אהער ווייטער ליינען ווייל איר זענט לכאורה פארכאפט געווארן אין זיין מייסטער האפטיגע שפראך...

האלט!! איידער איר לאזט זיך הערן אינעם צענטעראלן טישל זייט געווארענט אז עס איז א שטיקל זיראנץ... ווי יעדע איבריגע רייד ווערט געמעקט... באקענט אייך מיטן קאמענטארן אשכול ווי איר קענט איבערלאזן יעדע שטיקל פידבעק וואס איר ווילט נאר, אנגעהויבן מיט א לייק געענדיגט ביי א שוערע שאלה אויף די נייעס, אבער זייט וויסן אז איר וועט באקומען א ענטפער פונעם פארזיצער...

העלא!!!! פארוואס כאפסטו הייסע לאקשן!!! ווער איז אבימלך??? קענסט מיר נישט אזוי סתם שיקן צו איינעם אן וויסן, ווער, וואס און ווען! (וואס ווייסט ער?...)

שריי נישט... פארדעם איז טאקע געמאכט געווארן דעם גאר רייכן איחנטערוויו וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורכן באוויסטן אידישליך, ווי ער האט אויסגעפרעגט אבימלך אלע דעטאלן! ליינט און האט הנאה... דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

אז איר וויסט שוין ווער ער איז, ווילט איר שוין אוודאי ליינען פון זיין ריכטיגע סחורה! אט האט א רייכע אינטערוויו וואס אבימלך האט אפגעהאלטן מיטן נעווי זעיל וואס האט גערהארגעט בין לאדין! א גאר רייכע אינטערוויו פון וואס איר וועט ארויסגיין געפלעפט! (ווינדערט אייך נישט אויב איר שפירט אפאר מורישקעס אין אייער מויל, דערנאך וואס איר האט געלאזט אפען אייער מויל פון גרויס איבערראשונג...)
ברעיקינג עקסקלוסיוו: איך האב גע'הרג'עט אסאמא בין לאדין! - אינטערוויו דורך אבימלך

איר דארפט נאך! הא? אייר מויל וואסערעט שוין... דריק אראפ דא אינטן פאר נאך א זאפטיגע ארטיקל וואס איז גאר אינטערעסאנט און שפאנענד!
א רייזע צום מיסטעריעזן און פארמאכטן לאנד, צפון קארעא | אבימלך

א שטיקל מוסר שמועס קען קיינמאל נישט שאדן... ווארעם דיר אן לכבוד שובבים תת אבער געדענק 🚨אל תשתה שלא תמות כדרך שמת פלוני ... זאלסט נישט זאגן אז איך האב דיר נישט געווארענט

דאס איז שוין עפעס דיפרענט א אינטערוויו מיט א ניק... נישט קיין פשוטע זאך... ליינט אין האט הנאה פונעם שיינעם שמועס וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט חיריק!
א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

פרישע ווארע פון היינט, ס'באבעלט נאך מיט א פעסטקייט! ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

***

יאפ דער פעדער זיינע האט זיך צעלאזט מיט א שטארקייט און נישט מער און נישט ווייניגער ער האט ארויס געשארט א פרישע ארטיקל איינס אין די וועלט!

אויב האסטו נאכנישט זוכה געווען צו ליינען דעם רייכן ארטיקל, כאפ יעצט אריין פאר עס איז צו שפעט (שפעט פאר וואס? וואטעווער...)!

א גריס פון צפון קארעא! נעעע נישט פון צפון נאר פון קאליפארניע... וואטעווער פון ווי אז ער האט צוגעזאגט אז ער וועט דעליווערן האט ער דעליווערט איינס אבער א גוטס! ליינט מיט הנאה!

א רייזע צום מיסטעריעזן און פארמאכטן לאנד, צפון קארעא (חלק ב') | אבימלך

אבער געדענקט דער עיקר! ברענשטאף וואס קאסט נישט קיין געלט!! קוועטש אראפ דעם לייק קנעפל אויף אלע רייכע תגובות וועט אייך גוט זיין, ווי מער מוועט קוועטשן אלעס מער זאפטיג וועט זיך ארויסקוועטשן!

א לעכטיגע ביי...
לעצט פארראכטן דורך enjoy אום מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9471
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

איך בלאש!! שכח הרב @enjoy !
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

פיינע נייעס @enjoy .
האפענטליך וועט @אבימלך כאפן די רמז און אנפילן די אשכול מיט פרישע ווארע..
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

@enjoy אדער @אבימלך ווען די לייגסט צו עפעס, שרייב עס אין א נייע תגובה. אזוי אז ווער עס סובסקרייבט זאל באקומען א קלינג. ש’כח
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

דער האט אונז נישט פארגינען אז דער פענע ווערט צוריק טריקן... ער האט אונז געגעבן פרישע ארבעט!

יאפ דער פעדער זיינע האט זיך צעלאזט מיט א שטארקייט און נישט מער און נישט ווייניגער ער האט ארויס געשארט א פרישע ארטיקל איינס אין די וועלט!

אויב האסטו נאכנישט זוכה געווען צו ליינען דעם רייכן ארטיקל, כאפ יעצט אריין פאר עס איז צו שפעט (שפעט פאר וואס? וואטעווער...)!

א גריס פון צפון קארעא! נעעע נישט פון צפון נאר פון קאליפארניע... וואטעווער פון ווי, אז ער האט צוגעזאגט אז ער וועט דעליווערן האט ער דעליווערט איינס אבער א גוטס! ליינט מיט הנאה!

א רייזע צום מיסטעריעזן און פארמאכטן לאנד, צפון קארעא (חלק ב') | אבימלך

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א גוטן אווענט, אזוי ווי לעצטענס ווערט מער און מער פארנאכלעסיגט די ענין וויל איך דא לאזן וויסן אז דאס טאר נישט פאסירן! אונז וועל מיר אזאנס נישט צו לאזן, עפעס וואס ברענגט אראפ אידישקייט טאר נישט און וועט נישט פארקומען דא! איך וויל אפילו נישט הערן קיין תריצים, איך ווייס אז סאיז אדר אבער עד כאן! אזא חוצפה טאר נישט און וועט מער נישט פאסירן! אויב איינער וועט נאר פראבירן צו ווייזן אז ער איז קליגער וועט זיך זייער שנעל טרעפן אינדראסן פון צווישן די פיר ווענט, עטס זאלטס נישט זאגן אז איך נישט געווארנט!! אלעס האט אן ענדע און דאס וועט אויך קומע.............

איין מינוט ווי בין איך דא?



אזוי ווי יעדער ווייסט (נישט) בין איך א מנהל אין א ישיבה איך האב געהאלטן אינמיטן שרייבן דעם דרשה פאר מארגן אבער דערווייל דער זעה איך מיר אין אבימלך'ס מפתח.. סארי יעדער איינער פארן משוגע מאכן איך האב עכט גארנישט געמיינט, אז עטס ווילטס קענט עטס משוגע מאכן אבימלך אז ער זאל שרייבן מער אפטער, סארי.

א גוטע נאכט!

ווואאאאאס?????? רעד העכער!!!! אבימלך האט געשריבן נאך אן ארטיקל זינט איך בין לעצטע צאל דא געווען?????? האאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא????? העכער!!!!! העכער!!!!! ווי ביסטו געווען ביז היינט??? אזוי מיר אויסצושפילן!! מהאט אפגעשמועסט אז נאך יעדע ארטיקל גייסטו מיר לאזן וויסן!!! אן קיין תריצים!! שיק שוין אריין דעם ארטיקל!!!




א האלבע שעה שפעטער.

יוי איז דעיס געווען א ארטיקל! "זאג נאר וויפיל באקומעט ער באצאלט? הא פאר מיר מעגסטע זאגן..."

"א לייק!"

"איך האב נישט גערעדט פון דעם, וויפיל באקומט ער פון די גרינע?"

"גרינע ווער געט נאך היינט גרינע?"

"איך האב נישט גערעדט פון די גרינעאיך האב גערעדט פון די ריכטיגע גרינע..."

"קיין פרוטה נישט"

"איך גלייב דיר נישט! פארוואס אין די וועלט זאל ער אפילו ארבעטן א מינוט אויב באקומט ער נישט גארנישט?"

"פרעגסט גוט!!! דער ענטפער איז פשוט, ווייל ער וויל צושטעלן פאר די אייוועלט ליינער געשמאקע און זאפטיגע ארטיקלן!"

---

לאמיר נישט אנרייצן דעם עולם איך גלייב סייווי אז יעדער האט עס שוין געליינט, אבער דא דארף עס נאך אלץ זיין.

עקסקלוסיווער דראמאטישער אינטערוויו: דעם פרעזידענט'ס רעכטע האנט | אבימלך

אזוי ווי דער קעפל שרייט, איז דאס טאקע עקסקלוסיוו! א רייכע געשמאקע אינטערוויו מיט א רעכטע האנט! (נישט דער לינקע... [ח-]) עניוועי ליינט מיט הנאה! נישט פארגעסן צו דערלאנגען א לייק!

א פרייליכע נאכט!

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אויפן וועג
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: זאפטיגע ארטיקלן פונעם בארימטן נייעס באריכטער/שרייבער @אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

וויאזוי אבימלך קוקט אויס

איך מיין אז דאס באלאנגט אויך דא....
הנני בידך לבד כחומר ביד היוצר
שרייב תגובה

צוריק צו “מפתחות”