איך האב נישט קיין איינונג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

איך האב נישט קיין איינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

א חבר גייט דורך א שווערע עגמת נפש, איך האב אים דאס אריינגעשיקט.
אידיש גראמען איז בכלל נישט מיין 'ליין', אבער דאס איז וואס ער פארשטייט:




איך ווייס אז עס דיר שווער,
איך ווייס אז דו ווילסט עס אוועקמאכן,
אבער איך ווייס אויך אז עכט שטיקסטו דיר פון א טרער,
און טיעף אין דיין הארץ טוסטו קייכן.

ווען דיין הארץ זאל ווען קענען שרייען,
ווען דיין הארץ זאל ווען קענען וויינען,
וואלט עס געשריגן בקולי קולות איין געשריי: "פארוואס???"
איך האב נישט קיין גראם דערויף, ווייל איך ווייס דיר נישט וואס צו שרייבן.

איך קען דיר נישט מנחם זיין,
איך קען דיר נישט זאגן אז אלעס וועט גוט זיין,
ווייל ווער בין איך צו נעמען אחריות?
זעהט אויס אז אין הימל איז דא קליגערע דעות.

האסט זיך געבעטן בדמעות שליש ביי אלע תפילות,
האסט געגעבן צדקה און געטוהן אלע סגולות,
ביסט געפארן צו קברי צדיקים וקברי אבות,
אבער די שערי רחמים זענען געווען נשלבות.
__

ווען מיינע קינדער וויינען בייטאג, שלאף איך נישט ביינאכט,
איך ליג און דריי זיך אין בעט און פון זיי איך טראכט.

נישט אייביג קען איך זיי העלפן,
נישט אייביג ווייס איך ווי אזוי זיי צו העלפן,
אבער אייביג וויל איך זיי העלפן.

און טאקע ווען העלפן איז נישט מעגליך,
פיל איך זיך אזוי צובראכן און שרעקליך.

ווייל א טאטע וויל איין זאך אין זיין לעבן,
ער וועט אלעס אויפטוישן פאר דעם איינעם שטרעבן,
רבש"ע עס זאל גיין גוט פאר מיינע קינדערלעך,
און נעם אוועק פון זיי אלע שווערע פעקעלעך.
___

דו ביסט א איד, מבטן ומלידה א חלק אלוקי ממעל.
דער אייבערשטער איז דער טאטע פון כלל ישראל,
טאטע, מאמע און הקב"ה זענען שלושה שותפים באדם.
די צוויי שותפים קומען אבער אויך נאר פון אים.

דער אייבערשטער קען דאך יא העלפן,
דער אייבערשטער ווייסט יא ווי אזוי צו העלפן,
דער אייבערשטער וויל אייביג העלפן,

ביים אייבערשטער איז אלעס אינעם וועלט מעגליך,
מידעקייט און צומישעניש איז ביי אים נישט שייך.

וואס איז דאן פשט אין די עגמ"נ וואס דו מאכט מיט?
איך ווייס נישט, באמת איך האב נישט קיין איינונג.
אבער איך ווייס אז דארף זיין פאר דיר גוט.
דאס איז אן אמונה ברורה, נישט סתם א האפענונג.

ווייל אויב א טאטע בינדט צו דאס קינד צום בעט,
און דאס קינד טוט שרייען און ביטערליך וויינען,
דאס טאטע'ס הארץ וועט צוגיין און צורינען,
במסתרים תבכה נפשו, אבער ווייטער אים אנהאלטן ער וועט.

ווייסט פארוואס?

ווייל פון וואס דאס קינד האט טאקע אזוי מורא,
איז א נידל וואס גייט אים אויסהיילן בעזר הבורא.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: איך האב נישט קיין איינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

וואאאף! בין איך דיר מודיע, עס איז יא דיין ליין.... די ביזט א World champion!!!
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: איך האב נישט קיין איינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

דעיס קען נאר איינער וואס איז שוין דוירך א שוועריקייט שרייבן
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: איך האב נישט קיין איינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

וואס טוהט זיך אויפן וועלט
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”