א שפאציר אין קראקא

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

כח און מח האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:55 pm
זייער אינטערעסאנט!

דא האט איר היסטארישע קליפס פון די שטאט קראקא פארן קריג אפשר האט איר דאס אויך אפגעכאפט

יעצט אפאר קלייניגע הערות
דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:31 am
נאכן ארויסקומען פונעם בית החיים,

מיר קומען ארויס צום גאס. דא באטראכטן מיר דעם גאנצן ארום, וואס מיר זעהן אלץ שטייענדיג פארענט פונעם טויער וועלכע טראגט אויף זיך די אויפשריפט "בית הכנסת חדש הרמ"א זצ"ל".
כ'פארשטיי נישט, איר זענט געווען אין ביה"ח מיינט דאס אז איר זענט שוין אריין אין דעם טויער אוןם שוין פארביי געגאנגען דעם ביהמ"ד, פון אייערע ווערטער זעהט אויס אז דאס איז גאר א באזינדערע פלאץ אביסל אהינציר, אפשר איז דאן געווען אנדערש אויסגעשטעלט? אדער איז געווען אן אנדערע טויער צום ביה"ח?
דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:40 am
סערוקא גאס

מיר געפינען זיך איצט אויפן גאס וואס הייסט " סערוקא ", אדער ווי מען האט עס גערופן צווישן אידן "דער הויכע גאס" צוליב די געהויבענע בתי כנסיות ובתי מדרשות וואס געפינען זיך אויף דעם פלאץ.
אגב בין איך נייגעריג די מקור

דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:40 am
ממש פארענט פונעם רמ"א שול זעהן מיר די ארומגענומענע שטח, וואס איז געווען מקובל ביי די קראקאווער אידןאז דאס איז די פלאץ פון די איינגעזינקענע חתונה. ווי קראנט דאס איז, און צו עס קען בכלל שטימען, ווייסן מיר נישט. וואס עס איז זיכער איז, אז אויף דעם פלאץ איז געווען די גאר אלטער בית החיים, די ערשטער אין קאזמירזש, וואס מען האט דא געניצט נאך בעפאר די תקופה פון רמ"א, אין די יארן פון ארום ה' אלפים, ביז ארום ה' אלפים ר'. אין יאר תקע"ח האט די עסטרייכער רעגירונג באפוילן ארויסצורייסן אלע מציבות פון דעם שטח, און קוים מיט שוועריגקייט האט מען גע'פועל'ט צו קענען לאזן דעם שטח פארמאכט (פאר די תשפ"ג אידן: די טאוועל וואס איז היינט דא אויף דרום זייט פונעם שטח, האט נישט קיין שייכות מיט די היסטאריע פונעם פלאץ, עס איז פשוט אן אנדענק פאר די 65,000 קראקאווער אידן וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג דורך די נאציס ימש"ו).
קודם כל זענט איר דאך סותר, אז סאיז געווען א ביה"ח איז די מעשה קלאר נישט אמת אחוץ אויב סאיז געווען אויף א צווייטע פלאץ, והשנית איז טאקע היינט באקאנט די מעשה און מ'איז מפלפל אין די קראנטקייט, אבער אויב כגעדענק גוט האט הרה"ק ר יענקעלע מפשעווארסק מעיד געווען אז פארן קריג האט מען אין קראקא נישט געוויסט פון דעם צו זאגן,
יישר כחכם. טייל דערפון האב איך שוין באטראכט און געזיכט וואו דאס איז אויפן מאפע, אבער דערווייל אן ערפאלג.

ניין, מיר זענען טאקע צום ערשט געווען אין בית החיים, און דערנאך אנגעהויבן מיט אונזער שפאציר. ד"ה ערשט ארויסקומענדיג פונעם בית החיים הייבן מיר אן צו באטראכטן דעם האריזאנט.

די נאמען "הויכע גאס" האב איך פיל מאל באגעגענט ליינענדיג איבער קראקא און איבער די גאס פון די שולן, אויב עס איז פאר אייך וויכטיג וועל איך פרובירן עס אפיר צו זיכן.

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז די ווערסיע פון די שטח אנבאלאנגט צום איינגעזינקענע חתונה, איז געווען א אנגענומענע לעגענדע אין קראקא, וואס איר וועט טרעפן אין אלע באשרייבונגען און ביכלעך פון קראקאווער אידן, און איך בין נישט דא איצט ארייצוגיין אינעם נושא צו עס איז ריכטיג, און צו עס קען בכלל זיין ריכטיג, אבער דאס איז יא זיכער אז א בית החיים איז עס אמאל געווען.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

עס איז דא א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט. אין די אלטע פיקטשערס זעהט אלעס אויס סאך גרעסער און מער אימפרעסיוו ווי אין די היינטיגע פיקטשערס אדער אין רעאליטעט. איך וואונדער מיך פארוואס. איך האב איין תירוץ, אז די אלטע לענסעס פון די קעמערעס זענען נישט געווען אזוי גוט ווי די היינטיגע און עס ווייזט א מער נישט רעאליסטישע פיקטשער שטארק דעסטארטעד. משא"כ די היינטיגע לענסעס זענען זייער גוט און שטעלט אלעס אהער מער רעאליסטיש. אדרבה לאמיר הערן אויב איינער האט א בעסערע תירוץ.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

Greeneryid האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 1:24 am
עס איז דא א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט. אין די אלטע פיקטשערס זעהט אלעס אויס סאך גרעסער און מער אימפרעסיוו ווי אין די היינטיגע פיקטשערס אדער אין רעאליטעט. איך וואונדער מיך פארוואס. איך האב איין תירוץ, אז די אלטע לענסעס פון די קעמערעס זענען נישט געווען אזוי גוט ווי די היינטיגע און עס ווייזט א מער נישט רעאליסטישע פיקטשער שטארק דעסטארטעד. משא"כ די היינטיגע לענסעס זענען זייער גוט און שטעלט אלעס אהער מער רעאליסטיש. אדרבה לאמיר הערן אויב איינער האט א בעסערע תירוץ.
גוגל זאגט אזוי
Why are old pictures so high resolution?
As they were made on emulsion covered glass plates and copied without projection in contact with photo paper, resolution of final images are somewhere at unbelievable 4000 dpi (photolab gives us around 200 dpi and digital ink printer in fine mode 1200 dpi).
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 10:19 am
Greeneryid האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 1:24 am
עס איז דא א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט. אין די אלטע פיקטשערס זעהט אלעס אויס סאך גרעסער און מער אימפרעסיוו ווי אין די היינטיגע פיקטשערס אדער אין רעאליטעט. איך וואונדער מיך פארוואס. איך האב איין תירוץ, אז די אלטע לענסעס פון די קעמערעס זענען נישט געווען אזוי גוט ווי די היינטיגע און עס ווייזט א מער נישט רעאליסטישע פיקטשער שטארק דעסטארטעד. משא"כ די היינטיגע לענסעס זענען זייער גוט און שטעלט אלעס אהער מער רעאליסטיש. אדרבה לאמיר הערן אויב איינער האט א בעסערע תירוץ.
גוגל זאגט אזוי
Why are old pictures so high resolution?
As they were made on emulsion covered glass plates and copied without projection in contact with photo paper, resolution of final images are somewhere at unbelievable 4000 dpi (photolab gives us around 200 dpi and digital ink printer in fine mode 1200 dpi).
שארפער איז עס אויך פשוט ווייל די פילם קעמערעס איז פיקסל-לאז, עס איז נישט קיין מאשין,
קענסט עס באמערקן אויף פשוטע דיספאזיבעל קעמערעס, אנטקעגן דידזשיטעל קעמערעס וואס איז טייערער, די פילם וועט רוב מאל זיין קלארער, איך רעדט נישט פון די גאר טייערע,

די זעלבע זאך איז מיט די focus, ביי די פילם קעמערעס פלעגט עס זיין גאר שארף, לעומת זה די דידזשיטעל,

די טייערע דידזשיטעל קעמערעס זענען טאקע בעסער, אבער די שארפקייט וואלט איך געזאגט איז עפעס אנדערש.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אגב, סעראקע גאס האט געהייסן די ברייטע גאס.
די הויכע גאס, איז די גאס אויף וועלכע עס געפונט זיך די הויכע שול.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:15 am
אגב, סעראקע גאס האט געהייסן די ברייטע גאס.
די הויכע גאס, איז די גאס אויף וועלכע עס געפונט זיך די הויכע שול.
אגב עס הייסט אויף גוייש שעראקע גאס.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הרב מגאליציען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:27 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:15 am
אגב, סעראקע גאס האט געהייסן די ברייטע גאס.
די הויכע גאס, איז די גאס אויף וועלכע עס געפונט זיך די הויכע שול.
אגב עס הייסט אויף גוייש שעראקע גאס.
סעראקע/שעראקע איז פויליש פאר ״ברייט״
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:30 am

ביז דערווייל, וויפיל איך האב געליינט האב איך געזען אנדערש ווי איר זאגט.

זעה דא די אנגעצייכענטע (און אגב האב איך אויך אנגעצייכענט ווי ער שרייבט די אויבנדערמאנטע אנגענומענע לעגענדע איבער די איינגעזינקענע חתונה זאל):

0011 (3).jpg
0011 (3).jpg (396.89 KiB) געזען 1380 מאל

Screenshot 2023-05-12 03.53.20.png
Screenshot 2023-05-12 03.53.20.png (115.17 KiB) געזען 1380 מאל

Screenshot 2023-05-12 03.54.16.png
Screenshot 2023-05-12 03.54.16.png (375.86 KiB) געזען 1380 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

Thanks! That's very well written and informative
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דאטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 4:02 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:30 am
הרב מגאליציען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:27 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:15 am
אגב, סעראקע גאס האט געהייסן די ברייטע גאס.
די הויכע גאס, איז די גאס אויף וועלכע עס געפונט זיך די הויכע שול.
אגב עס הייסט אויף גוייש שעראקע גאס.
סעראקע/שעראקע איז פויליש פאר ״ברייט״
ביז דערווייל, וויפיל איך האב געליינט האב איך געזען אנדערש ווי איר זאגט.

זעה דא די אנגעצייכענטע (און אגב האב איך אויך אנגעצייכענט ווי ער שרייבט די אויבנדערמאנטע אנגענומענע לעגענדע איבער די איינגעזינקענע חתונה זאל):

0011 (3).jpg

Screenshot 2023-05-12 03.53.20.png

Screenshot 2023-05-12 03.54.16.png
אינטערעסאנט.
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

בדרך אפשר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 5:12 pm
הערליכע אשכול!! יישר כח.

איר שריייבט נאך עפעס א ביכל אדער טאגבוך?
דאס האפן מיר נאך אמאל צו פארענדיגן

א שפאציר אין מאריענבאד
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דאטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 4:02 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:30 am
הרב מגאליציען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:27 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:15 am
אגב, סעראקע גאס האט געהייסן די ברייטע גאס.
די הויכע גאס, איז די גאס אויף וועלכע עס געפונט זיך די הויכע שול.
אגב עס הייסט אויף גוייש שעראקע גאס.
סעראקע/שעראקע איז פויליש פאר ״ברייט״
ביז דערווייל, וויפיל איך האב געליינט האב איך געזען אנדערש ווי איר זאגט.

זעה דא די אנגעצייכענטע (און אגב האב איך אויך אנגעצייכענט ווי ער שרייבט די אויבנדערמאנטע אנגענומענע לעגענדע איבער די איינגעזינקענע חתונה זאל):

0011 (3).jpg

Screenshot 2023-05-12 03.53.20.png

Screenshot 2023-05-12 03.54.16.png
כ׳ווייס נישט ווער דער שרייבער אין דער צייטונג איז.
איבער אין המגיד ווערט געברענגט פון די קראקאווער חוקראיםֿ, וואס שרייבן קלאר אז דער הויכע גאס האט געהייסן ע״ש דער הויכע שול.
ראה המגיד 1858 גליון 11.

לגבי הנ״ל, קען זיין ס׳איז נישט מער ווי א פליטת הקלומוס.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

דאטשע האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 4:02 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:30 am
הרב מגאליציען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:27 am
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:15 am
אגב, סעראקע גאס האט געהייסן די ברייטע גאס.
די הויכע גאס, איז די גאס אויף וועלכע עס געפונט זיך די הויכע שול.
אגב עס הייסט אויף גוייש שעראקע גאס.
סעראקע/שעראקע איז פויליש פאר ״ברייט״
ביז דערווייל, וויפיל איך האב געליינט האב איך געזען אנדערש ווי איר זאגט.

זעה דא די אנגעצייכענטע (און אגב האב איך אויך אנגעצייכענט ווי ער שרייבט די אויבנדערמאנטע אנגענומענע לעגענדע איבער די איינגעזינקענע חתונה זאל):

0011 (3).jpg

Screenshot 2023-05-12 03.53.20.png

Screenshot 2023-05-12 03.54.16.png
viewtopic.php?p=1724847#p1724847
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:40 am
סערוקא גאס

מיר געפינען זיך איצט אויפן גאס וואס הייסט " סערוקא ", אדער ווי מען האט עס גערופן צווישן אידן "דער הויכע גאס" צוליב די געהויבענע בתי כנסיות ובתי מדרשות וואס געפינען זיך אויף דעם פלאץ.

ממש פארענט פונעם רמ"א שול זעהן מיר די ארומגענומענע שטח, וואס איז געווען מקובל ביי די קראקאווער אידן אז דאס איז די פלאץ פון די איינגעזינקענע חתונה. ווי קראנט דאס איז, און צו עס קען בכלל שטימען, ווייסן מיר נישט. וואס עס איז זיכער איז, אז אויף דעם פלאץ איז געווען די גאר אלטער בית החיים, די ערשטער אין קאזמירזש, וואס מען האט דא געניצט נאך בעפאר די תקופה פון רמ"א, אין די יארן פון ארום ה' אלפים, ביז ארום ה' אלפים ר'. אין יאר תקע"ח האט די עסטרייכער רעגירונג באפוילן ארויסצורייסן אלע מציבות פון דעם שטח, און קוים מיט שוועריגקייט האט מען גע'פועל'ט צו קענען לאזן דעם שטח פארמאכט (פאר די תשפ"ג אידן: די טאוועל וואס איז היינט דא אויף דרום זייט פונעם שטח, האט נישט קיין שייכות מיט די היסטאריע פונעם פלאץ, עס איז פשוט אן אנדענק פאר די 65,000 קראקאווער אידן וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג דורך די נאציס ימש"ו).

003-שטח.png

004-שטח.png

05-שטח.jpg
קראקא איו רמא גאס.jpg
קראקא איו רמא גאס.jpg (54.77 KiB) געזען 753 מאל
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 2:23 am
גייענדיג ווייטער אויף סערוקא גאס, זעהן מיר פארענט פון אונזער אויגן דעם גרויסן געביידע פונעם אור-אלטן בית הכנסת פון קראקא, מיט די ברייטע חצר און שטיגן פון דער זייט. מיר דערקענען דעם בנין פון די בילדער ווי דער היגער רב זצ"ל, רבי יוסף נחמי' קארניצער, פאטער פונעם היינטיגן רב רבי שמעלקא קארניצער, האט מקבל פנים געווען פאר צען יאר צוריק, אין יאר תרפ"ז, דעם פוילישן פרעזידענט מאשציטצקי, ארויסקומענדיג מיט ספרי תורה אינטער א חופה פארענט פון דעם שול דא .

14-אלטע שול.jpg
https://collections.ushmm.org/search/catalog/pa1037229
קענסט מיר אפשר אנווייזן פון וועלעכע זייט די בילד איז? איך קען עס נישט כאפן...
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ס'איז דא א מעשה וואס איך האב עס געזעהן אין פרדס הצדיקים און כ'האב עס שוין געהערט פון נאך אנדערע אז בשעת די מלחמה איז געווען א איד וואס האט זיך געדרייט אין קראקא פארשטעלט ווי א גוי, איין טאג קומט צו אים א נאצי אפיציר און ער פרעגט אים צו ער ווייסט אפשר ווער עס איז געווען ראבינער מאזעס איסערליש, דער האט נישט געוואלט זאגן אז ער ווייסט כדי מ'זאל אים נישט חושד זיין אלס א איד האט ער געזאגט אז ער וועט זיך נאכפרעגן דערוועגן, די קומענדיגע טאג קומט ער צוריק צו אים אז ער איז געווען עפעס א גרויסע ראבינער ביי די אידן, און ער פרעגט אים אזוי דרך אגב פארוואס ווילסטו וויסן ווער ער איז געווען? זאגט אים דער רשע דו ווייסט דאך אז די ערשטע זאך וואס מיר טוען אין א אידישע שטאט איז א מ'רייסט אויס ליידער דעם ביה"ח, איין נאכט פאר איך האב מיר געוואלט נעמען צו די ארבייט קומט מיר מיין מאמע אין חלום און זי ווארנט מיר אז איך זאל מיר נישט דערוואגן צו אנרירן די קבר פון ראבינער מאזעס איסערליש, ממילא האב איך געוואלט וויסן ווער דאס איז געווען.
למעשה נאך די קריג האט מען געקענט צוריקשטעלן די מציבות אויפן גענויעם פלאץ וויבאלד די רמ"א'ס קבר איז געשטאנען און מ'האט געהאט דעם פנקס הקהלה האט מען געקענט זעהן ווי ווייט און וועלכע זייט פון די רמ"א אלע קברים זענען געווען און אזוי האט מען געקענט צוריקשטעלן די מציבות אויפן פלאץ
פארוואס פארצייל איך די מעשה?
פאריאר בין איך געווען ל"ג בעומר אין קראקא בין איך געווען ביי זאלדאן לעבן די רמ"א'ס שוהל, האב איך געזעהן דארט אויפן וואנט אסאך בילדער פון די אלטע היים אין קראקא, וואס אסאך דערפון האב איך שוין געזעהן יעצט דא אין דעם אשכול, האב איך געזעהן דארט א בילד וואס האט אויסגעקוקט ווי די ביה"ח לויט די שטח און נאר איין מציבה שטייט דארט און לעבן דעם איז דא א גרויסע בוים און ביים רמ"א'ס קבר איז דא א גרויסע בוים וואס דאס קען מען נאך זעהן אויף די אלטע בילדער פון פארן קריג.
איז די בילד האט מיר לכאו' באשטעטיגט דעם מעשה אז די גאנצע ביה"ח איז געווארן ליידער אויסגעריסן און נאר די קבר פון די הייליגע רמ"א איז געבליבן שטיין
איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן מער איבער דעם בילד און אויב מיין אפשאצונג דערויף איז ריכטיג, איך האב עס אבער נישט געזעהן דאהי אין דעם אשכול @דאטשע האט איר אפשר דעם בילד ביי אייך?
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

@דאטשע אפשר קענסטו עס מאכן אין א pdf ביטע
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:02 pm

עס איז געווען א איד אין וויליאמסבורג וואס ער האט צוריקגעלייגט די מתיבה פונעם רמא נאכן קריג אויפן פלאץ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:05 am

זענט איר זיכער? ווייל אויף דעם בילד פון וואס איך רעד זעהט מען דאכט זיך נאר איין מציבה אויף יענעם פלאץ
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:25 pm

ער האט צוריקגעלייגט נאר איין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:56 pm

ווער איז דער איד? איך וואלט ענדערש געגלייבט ר' יוסף חיים, אין אלה מסעי שטייט אויך אזוי בשם הרהק הברך משה ז"ל

קראקא לאחר המלחמה.jpeg
קראקא לאחר המלחמה.jpeg (60.26 KiB) געזען 379 מאל
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

כח און מח האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 8:23 pm

די מעשה נעמט זיך פון דעם אז מען האט געטראפן נאר די קבר פונעם רמ״א אויפן פלאץ, און דאס טוישט זיך נישט, דער איד האט פארציילט אז ער האט עס צוריקגעליגט גראד נאכן קריג און אלע אידן וואס זענען דארט געווען נאך אין האבן געהאט א מעשה צו פארציילן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

שאינו יודע האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 4:48 am
כח און מח האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 8:23 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:56 pm
סיפורי צדיקים האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:25 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:05 am

עס איז געווען א איד אין וויליאמסבורג וואס ער האט צוריקגעלייגט די מתיבה פונעם רמא נאכן קריג אויפן פלאץ
זענט איר זיכער? ווייל אויף דעם בילד פון וואס איך רעד זעהט מען דאכט זיך נאר איין מציבה אויף יענעם פלאץ
ער האט צוריקגעלייגט נאר איין
ווער איז דער איד? איך וואלט ענדערש געגלייבט ר' יוסף חיים, אין אלה מסעי שטייט אויך אזוי בשם הרהק הברך משה ז"ל
די מעשה נעמט זיך פון דעם אז מען האט געטראפן נאר די קבר פונעם רמ״א אויפן פלאץ, און דאס טוישט זיך נישט, דער איד האט פארציילט אז ער האט עס צוריקגעליגט גראד נאכן קריג און אלע אידן וואס זענען דארט געווען נאך אין האבן געהאט א מעשה צו פארציילן
דארף מען וויסן וועם מ'קען גלייבן צו ר' יוסף חיים וואס ברענגט עס מיט א מקור אדער א איד וואס האט עס פארציילט אויף זיך (בכלל איז ער נאך בתוכינו אז מ'זאל עס קענען באשטעטיגן, אדער מ'פארציילט עס נאר איש מפי איש)
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:50 am
שאינו יודע האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 4:48 am
כח און מח האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 8:23 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:56 pm
סיפורי צדיקים האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:25 pm

זענט איר זיכער? ווייל אויף דעם בילד פון וואס איך רעד זעהט מען דאכט זיך נאר איין מציבה אויף יענעם פלאץ
ער האט צוריקגעלייגט נאר איין
ווער איז דער איד? איך וואלט ענדערש געגלייבט ר' יוסף חיים, אין אלה מסעי שטייט אויך אזוי בשם הרהק הברך משה ז"ל
די מעשה נעמט זיך פון דעם אז מען האט געטראפן נאר די קבר פונעם רמ״א אויפן פלאץ, און דאס טוישט זיך נישט, דער איד האט פארציילט אז ער האט עס צוריקגעליגט גראד נאכן קריג און אלע אידן וואס זענען דארט געווען נאך אין האבן געהאט א מעשה צו פארציילן
דארף מען וויסן וועם מ'קען גלייבן צו ר' יוסף חיים וואס ברענגט עס מיט א מקור אדער א איד וואס האט עס פארציילט אויף זיך (בכלל איז ער נאך בתוכינו אז מ'זאל עס קענען באשטעטיגן, אדער מ'פארציילט עס נאר איש מפי איש)
דו זעסט א סתירה? ר' יוסף חיים זאגט אז א איד האט אים פארצייילט, און עס איז לכאורה 100% אמת אז דער איד האט אים פארציילט

דער איד האט אים אפילו נישט פארציילט אז מען האט נישט צוגערירט די קבר פונעם רמ"א, נאר אז א נאצי אפיציר האט אים געזאגט אז ער האט גע'חלומ'ט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”