מקוה געלט!

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

וואס איך פארשטיי נישט איז.
פארוואס זאל א מקוה זיין אנדערש ווי קאווע וואס ווערט צוגעשטעלט אומזיסט, און יעדע חודש גייט מען ארום נאכגעלט, און יעדער געבט וויפיל ער קען, יודן זענען מנדב לכבוד א שמחה, יארצייט.
א מקוה איז נאך אזוי וויכטיג, אז יעדער יוד זאל קענען צוקומען צו דעם סיי ווען אן קיין אפהאלט, פארוואס דא האט מען געטראפן די לאך ווי מ'גייט ארויפלייגן שרעקעדיגע גראטעס, ווייל די חסידישע רויבערס גייען זיך אריינכאפן אומבאצאלט, ס'קוקט אויס ווי מ'רעדט דא פון ריזיגע געלטער.

בעט מקוה געלט פאר ווער ס'קען באצאלן, און גיי ארום נאכגעלט פארן בית מדרש, און מקוה, נר למאור, פארקויף שמחת תורה די זכות פון די מקוואות.

וואס איז עס אנדערש ווי די חסידישע יוד וואס איז אריינגעקומען אין א ליטווישע בית מדרש און געוואלט מאכן א קאווע האט מען אים געזאגט ס'נכסי ציבור מ'דארף יעדן פרעגן

רבותי! די מקוה איז פונקט אזוי נכסי ציבור ווי די בית מדרש.
און אונז זעמער די זעלבע חסידישע יודן וואס זארגן פאר א צווייטע יוד, ער זאל האבן א קאווע אין בית מדרש, און ווען ער קען נישט באצאלן זיין גראסערי פלייש און אויך מקוה, טו מיר אונז מיט אים צדקה וחסד.

און איך אלס א חלק פונעם ציבור בין קלאר מסכים אז אויב איינער קען נישט באצאלן, אדער ער איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אן קיין געלט אין מיין שטאט זאל ער גיין פאר פרי
משה די וויין מבין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 3:31 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה די וויין מבין »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:

כבוד הרב "חלק פונעם ציבור" צו איר קענט זאגען וואס יא און וואס נישט ווען איר נעמט א גלייכען חלק אינעם קהילה'ס בודשעט,
איז אויכעט נישט זיכער,
לכאורה דארפען דאס די ז' טובי הקהל מחליט זיין,
כל שכן אז ווען עס קומט צו באצאלען זענט איר לכאורה אויך מסכים אז "די ציבור זאל זיך אנשטרענגן"
לעצט פארראכטן דורך משה די וויין מבין אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 7:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
פשוט אזוי אז זיי זענען נישט מסכים אויף אזא זאך
און עס געהערט פון א פאר מנהלי בתי מדרשים

אבער לגבי שבת, א בית מדרש וואס שרייבט נישט ארויס לכאורה דארף מען נישט באצאלען
פארוואס זאלן זיי דען יא מסכים זיין ...?
די שאלה איז דארף איך זייער הסכמה בכלל ?
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

באסעלע האט געשריבן:
my info האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
my info האט געשריבן:
זייענדיג אויף שבת און קרית יואל האבן מיר ערש''ק געוואלט גיין און מקוה אין איינע פון די קהלישע בתי מדרשים פרענגענדיג וויפיל סקאסט א מקוה האט מיר די מקוה איד געזאגט אז די גייסט נישט דא א יעדע וואך קאסט עס 10 דאללער
מען רעדט נישט פון קיין פריוואטע מקוה מען רעדט פון א קהלישע מקוה (וואס די גאנצע געיט איז נגד דעת רביה'ק)
2 דאללער א מקוה פרייטאג 4 דאללער גייט מיט
וואס איז פשט פון 10 דאללער ?
די געיט איז אפשר נגד דעת רביה'ק, אבער באצאלן פאר א מקוה זיכער נישט,
לייגן א געיט און בעטן 10 דאללער איז לכל הדעות אקעגן דעת רביה''ק
אייער דעה, איז נישט כל הדעות.
לייגן א געיט אין א מקוה איז נישט קעגן דעת רביה“ק
די רבי האט נישט גערעדט פין דעם
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

באסעלע האט געשריבן:
my info האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
my info האט געשריבן:
זייענדיג אויף שבת און קרית יואל האבן מיר ערש''ק געוואלט גיין און מקוה אין איינע פון די קהלישע בתי מדרשים פרענגענדיג וויפיל סקאסט א מקוה האט מיר די מקוה איד געזאגט אז די גייסט נישט דא א יעדע וואך קאסט עס 10 דאללער
מען רעדט נישט פון קיין פריוואטע מקוה מען רעדט פון א קהלישע מקוה (וואס די גאנצע געיט איז נגד דעת רביה'ק)
2 דאללער א מקוה פרייטאג 4 דאללער גייט מיט
וואס איז פשט פון 10 דאללער ?
די געיט איז אפשר נגד דעת רביה'ק, אבער באצאלן פאר א מקוה זיכער נישט,
לייגן א געיט און בעטן 10 דאללער איז לכל הדעות אקעגן דעת רביה''ק
אייער דעה, איז נישט כל הדעות.
גא'ם צו @אינפאו
שוין נישט קיין דעה יחידאה
אוועטאר
האק אפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:53 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האק אפ »

יעדער האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
my info האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
my info האט געשריבן:
זייענדיג אויף שבת און קרית יואל האבן מיר ערש''ק געוואלט גיין און מקוה אין איינע פון די קהלישע בתי מדרשים פרענגענדיג וויפיל סקאסט א מקוה האט מיר די מקוה איד געזאגט אז די גייסט נישט דא א יעדע וואך קאסט עס 10 דאללער
מען רעדט נישט פון קיין פריוואטע מקוה מען רעדט פון א קהלישע מקוה (וואס די גאנצע געיט איז נגד דעת רביה'ק)
2 דאללער א מקוה פרייטאג 4 דאללער גייט מיט
וואס איז פשט פון 10 דאללער ?
די געיט איז אפשר נגד דעת רביה'ק, אבער באצאלן פאר א מקוה זיכער נישט,
לייגן א געיט און בעטן 10 דאללער איז לכל הדעות אקעגן דעת רביה''ק
אייער דעה, איז נישט כל הדעות.
לייגן א געיט אין א מקוה איז נישט קעגן דעת רביה“ק
די רבי האט נישט גערעדט פין דעם
גערעכט ס'געווען אמאל ווען די רבי איז געווען בייי א ברית אין לעיקוואד (אדער פלעטבוש כ'געדענק נישט פונקטליך)
ווען די רבי האט געוואלט אריינגיין אין מקוה האט ער געזען א צעטיל בערך די לשון "אויב איר גייט אריין אן באצאלן זענט איר א גנב".
האט זיך די רבי צוריקגעהאלטן פון אריינגיין. האט זיך איינער אנגערופן אז ס'איז באצאלט.
דערנאך איינער געפרעגט דעם רבין דאס וואס די רבי האט נישט געלאזט לייגן קיין געיט אין וויליאמסבורג (דאכצעך מיר אין ביהמ"ד קליימער)
האט די רבי געזאגט אז א געיט מעג מען לייגן ווייל א מקוה האט גרויסע הוצאות. אבער ס'דארף זיין לכה"פ איין מקוה אין שטאט פאר א איד וואס האט נישט צו באצאלן
(געהערט א שטיק צייט צוריק בשם הרב מאיר שטערן שליט"א)
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז.
פארוואס זאל א מקוה זיין אנדערש ווי קאווע וואס ווערט צוגעשטעלט אומזיסט, און יעדע חודש גייט מען ארום נאכגעלט, און יעדער געבט וויפיל ער קען, יודן זענען מנדב לכבוד א שמחה, יארצייט.
א מקוה איז נאך אזוי וויכטיג, אז יעדער יוד זאל קענען צוקומען צו דעם סיי ווען אן קיין אפהאלט, פארוואס דא האט מען געטראפן די לאך ווי מ'גייט ארויפלייגן שרעקעדיגע גראטעס, ווייל די חסידישע רויבערס גייען זיך אריינכאפן אומבאצאלט, ס'קוקט אויס ווי מ'רעדט דא פון ריזיגע געלטער.

בעט מקוה געלט פאר ווער ס'קען באצאלן, און גיי ארום נאכגעלט פארן בית מדרש, און מקוה, נר למאור, פארקויף שמחת תורה די זכות פון די מקוואות.

וואס איז עס אנדערש ווי די חסידישע יוד וואס איז אריינגעקומען אין א ליטווישע בית מדרש און געוואלט מאכן א קאווע האט מען אים געזאגט ס'נכסי ציבור מ'דארף יעדן פרעגן

רבותי! די מקוה איז פונקט אזוי נכסי ציבור ווי די בית מדרש.
און אונז זעמער די זעלבע חסידישע יודן וואס זארגן פאר א צווייטע יוד, ער זאל האבן א קאווע אין בית מדרש, און ווען ער קען נישט באצאלן זיין גראסערי פלייש און אויך מקוה, טו מיר אונז מיט אים צדקה וחסד.

און איך אלס א חלק פונעם ציבור בין קלאר מסכים אז אויב איינער קען נישט באצאלן, אדער ער איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אן קיין געלט אין מיין שטאט זאל ער גיין פאר פרי
א מקוה איז זייער א גרויסע הוצאה, קאווע איז נישט.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7098
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קאווע ווען ס'מער נישטא איז נישטא! מקוה דער וואס דארף, איז עס אנע טערמינען פון צייט א.ד.ג.
קאווע און עסן האט צומאל נדבנים צוליב די גשמיות'דיקע פארגעניגען דערינען (ביטע נישט אריינשלעפן אין א שמועס אין די גשמיות'דיקע פארגעניגען פון א הייסע מקוה)

ווייסטע וואס. קאנסט נוצען מיין מקוה, אבער נאר די בור מיט די לויליכע/קאלטע וואסער און אנע צוגעהערן. אנע האנטוך און אנע שאוער.
ניין!!! אין וויל נישט צאלען, אבער געמיר אלע באקוועמליכקייטן... COME ON
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז.
פארוואס זאל א מקוה זיין אנדערש ווי קאווע וואס ווערט צוגעשטעלט אומזיסט, און יעדע חודש גייט מען ארום נאכגעלט, און יעדער געבט וויפיל ער קען, יודן זענען מנדב לכבוד א שמחה, יארצייט.
פשוט ווייל קאווע קאסט נישט אזויפיל, און ווען די גבאי גייט ארום געט א גרויסע עולם $5-10 , משא"כ ווען מען וועט ארומגיין פארן מקוה וועלן נישט צופיל געבן מער ווי $20 וואס די יעצטיגע פרייז איז שוין מער
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

די גרויסע ביהמ"ד אין ק"י (מהר"א) האט א געיט?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

האק אפ האט געשריבן:
גערעכט ס'געווען אמאל ווען די רבי איז געווען בייי א ברית אין לעיקוואד (אדער פלעטבוש כ'געדענק נישט פונקטליך)
ווען די רבי האט געוואלט אריינגיין אין מקוה האט ער געזען א צעטיל בערך די לשון "אויב איר גייט אריין אן באצאלן זענט איר א גנב".
האט זיך די רבי צוריקגעהאלטן פון אריינגיין. האט זיך איינער אנגערופן אז ס'איז באצאלט.
דערנאך איינער געפרעגט דעם רבין דאס וואס די רבי האט נישט געלאזט לייגן קיין געיט אין וויליאמסבורג (דאכצעך מיר אין ביהמ"ד קליימער)
האט די רבי געזאגט אז א געיט מעג מען לייגן ווייל א מקוה האט גרויסע הוצאות. אבער ס'דארף זיין לכה"פ איין מקוה אין שטאט פאר א איד וואס האט נישט צו באצאלן
(געהערט א שטיק צייט צוריק בשם הרב מאיר שטערן שליט"א)
די מעשה איז געווען אין די איסט סייד מאנהעטן אין די מקוה וואס הרה"ח ר' הערש אלימלך קארנרייך ז"ל האט געבויט. דער רבי האט צושטייער געגעבן ביים בויען די מקוה און ווען דער רבי איז דארט געווען האט ער געזען א צעטל אז ווער ס'באצאלט נישט איז כטובל ושרץ בידו, האט ער געבעטן מ'זאל אראפנעמען דעם צעטל.

די מעשה מיט די מקוה אין קליימער מאכט עפעס נישט קיין סענס, ווער האט געלייגט א געיט אין יענע יארן?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

sheetrock האט געשריבן:
די גרויסע ביהמ"ד אין ק"י (מהר"א) האט א געיט?
יא
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

די אמת איז אז עס איז ווייט פון אן אומרעכט צו בעטן געלט פונעם ציבור פאר א מקוה וואס שלעפט אריין די גבאים אין שווערע הוצאות, סיי צו באצאלן א גוי צו וואשן, וואשן האנטוכער, קלינען און טוישן די וואסער פון בור, און דאס גלייכן, די פראבלעם הייבט זיך אן ביי די בתי מדרשים ווי עס איז פארהאן איידעלע גנבים וואס זוכן צו פיל מאכן זייער קעשענעס אויף יענעמ׳ס טאש און רוקן ארויף די פרייז צו א סכום וואס מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן אז דאס זאל אויך אריינגיין אין די ליסטע פון די חודשליכע הוצאות, און נאכדערצו ווען עס קומט ח״ו אן א גאסט וואס איז נישט קיין מעמבער דא אין בית המדרש טרעפט ער זיך מיט א צעטל ״אורחים $10״ אדער גאר מער, געטראפן האב איך א ביהמ״ד וואס פארלאנגט מיט א שטרענגע צעטל פון אלע אורחים צו באצאלן פארן מקוה $20! מיט א מאס חוצפה וואס איז נישט געהערט געווארן, יעדער פארשטייט אז א מקוה קאסט געלט און עס איז א גרויסע הוצאה פארן בית המדרש, אבער רייטן אויף מענטשן אבי אין די וועלט אריין איז א פארברעך
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
אוועטאר
האק אפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:53 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האק אפ »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
האק אפ האט געשריבן:
גערעכט ס'געווען אמאל ווען די רבי איז געווען בייי א ברית אין לעיקוואד (אדער פלעטבוש כ'געדענק נישט פונקטליך)
ווען די רבי האט געוואלט אריינגיין אין מקוה האט ער געזען א צעטיל בערך די לשון "אויב איר גייט אריין אן באצאלן זענט איר א גנב".
האט זיך די רבי צוריקגעהאלטן פון אריינגיין. האט זיך איינער אנגערופן אז ס'איז באצאלט.
דערנאך איינער געפרעגט דעם רבין דאס וואס די רבי האט נישט געלאזט לייגן קיין געיט אין וויליאמסבורג (דאכצעך מיר אין ביהמ"ד קליימער)
האט די רבי געזאגט אז א געיט מעג מען לייגן ווייל א מקוה האט גרויסע הוצאות. אבער ס'דארף זיין לכה"פ איין מקוה אין שטאט פאר א איד וואס האט נישט צו באצאלן
(געהערט א שטיק צייט צוריק בשם הרב מאיר שטערן שליט"א)
די מעשה איז געווען אין די איסט סייד מאנהעטן אין די מקוה וואס הרה"ח ר' הערש אלימלך קארנרייך ז"ל האט געבויט. דער רבי האט צושטייער געגעבן ביים בויען די מקוה און ווען דער רבי איז דארט געווען האט ער געזען א צעטל אז ווער ס'באצאלט נישט איז כטובל ושרץ בידו, האט ער געבעטן מ'זאל אראפנעמען דעם צעטל.

די מעשה מיט די מקוה אין קליימער מאכט עפעס נישט קיין סענס, ווער האט געלייגט א געיט אין יענע יארן?
נאר געהערט אזוי נאכזאגן.
טיך הייב הענט!!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אין ראדני איז 'שיעור' געווען א געיט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
my info
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 1:22 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my info »

איטשע חסיד האט געשריבן:
די אמת איז אז עס איז ווייט פון אן אומרעכט צו בעטן געלט פונעם ציבור פאר א מקוה וואס שלעפט אריין די גבאים אין שווערע הוצאות, סיי צו באצאלן א גוי צו וואשן, וואשן האנטוכער, קלינען און טוישן די וואסער פון בור, און דאס גלייכן, די פראבלעם הייבט זיך אן ביי די בתי מדרשים ווי עס איז פארהאן איידעלע גנבים וואס זוכן צו פיל מאכן זייער קעשענעס אויף יענעמ׳ס טאש און רוקן ארויף די פרייז צו א סכום וואס מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן אז דאס זאל אויך אריינגיין אין די ליסטע פון די חודשליכע הוצאות, און נאכדערצו ווען עס קומט ח״ו אן א גאסט וואס איז נישט קיין מעמבער דא אין בית המדרש טרעפט ער זיך מיט א צעטל ״אורחים $10״ אדער גאר מער, געטראפן האב איך א ביהמ״ד וואס פארלאנגט מיט א שטרענגע צעטל פון אלע אורחים צו באצאלן פארן מקוה $20! מיט א מאס חוצפה וואס איז נישט געהערט געווארן, יעדער פארשטייט אז א מקוה קאסט געלט און עס איז א גרויסע הוצאה פארן בית המדרש, אבער רייטן אויף מענטשן אבי אין די וועלט אריין איז א פארברעך
זיכער מעג בעטן מקוה געלט אבער א קהלישע מקוה זאל בעטן 10 דאללער איז מורדיגע אימרעכט ס'איז בלויז געריטן אויפן ציבור
(די מקוה פון וואס אוך רעדט איז זייער ווייט פון א שיינע מקוה בלויז צו רייטן אויפן ציבור )
גאר גאר פאזטיווע אינפא
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
ו
בעט מקוה געלט פאר ווער ס'קען באצאלן, און גיי ארום נאכגעלט פארן בית מדרש, און מקוה, נר למאור, פארקויף שמחת תורה די זכות פון די מקוואות.
מען הערט טאקע פין אידן וואס זענען מנדב יום למקוה און די מקוה איז אפען יענע טאג פאר יעדעם. מען דארף מער ארויף ארבעטן דעם קאנסעפט
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7098
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האמיר געליינט אין איינע פון די ק"י מוסדות דינער ביכער (זקניך, בבנותינו, קרית יואל בבנינה, אדער ענליך) אז דער רבי איז געווען אויפן שיף און נישט געוואלט נוצען די סווימינג פול אלס עס זיין א מקום זוהמא. ווען מען איז אנגעקומען אין די שווייץ, האט דער רבי געשיקט ר' בנימין הערש זוחען א מקוה. נאך ארויסגיין האט דער רבי געפרעגט אויב ער האט באצאלט "ווייל פאר א מקוה דארף מען באצאלען"
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טעם וריח האט געשריבן:
אין ראדני איז 'שיעור' געווען א געיט.
שוין געווען דער גאנצער געיט פיקס פארטיג, אבער קיינער האט זיך נישט געטרויעט ארויפצולייגן דעם דרייענדיגן שטיקל מיטן קארטל סקענער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2505
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

איך ווייס פון עטליכע מקוואות וואס האבן א געיט און בעטן $1 א מקוה און מען קומט נאך ארויס מיט פראפיט
דאס בעטן $10 א מקוה (אויב איז דאס אמת) איז א אומדערהערטע עוולה, ובפרט אינעם עיר החסד קרית יואל, דאס איז היפך וואס רביה"ק האט אונז געלערנט
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

א בית המדרש איז א פלאץ וואס שטעלט צו סערוועס פאר די מתפללים, אויב נישט וועט עס אויסקוקן ווי יענע ליטווישע ביהמ״ד וואס האט נישט געהאט קיין וואסער און לעקטער ווייל דא איז א פלאץ צו דאווענען און נישט צו הנאה האבן, א בית המדרש דארף צושטעלן, קאווע, געז לעקטער, געריינגטע פלאר, היכל הביהמ״ד נערמאל אויסגעשטעלט לרחבת המתפללים, אד״ג, איינע פון די זאכן וואס זענען אריינגערעכנט איז א מקוה, אבער עס ברענגט אריין די ביהמ״ד אין אומגעהויערע קאסטן? רעכן אויס וויפל אלע אנדערע זאכן קאסן וועסטו זעהן אז דאס איז אפשר פופצן פראצענט פון די הוצאות, נאר? דא האט מען געזעהן אז מ׳קען זיך ארויפזעצן אויפן ציבור, האט מען זיך גענומען רייטן, און ליידיג מאכן יודישע טאשן…
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: מקוה געלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

סאטמאר ראדני
אטעטשמענטס
unnamed (15).jpg
unnamed (15).jpg (302.97 KiB) געזען 168 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”