מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

ווי באקאנט האט מעיל אין בעללאטס געשפילט א גרויסע ראלע אין די אויסגאנג אין 2020 עלעקשאנס אפגעזען וואס איר האלט איבער וואלן פעלשערערייען איז אבער יעדער אויף איין בלאט אז עס האט זיכער געהלפן די דעמעקראטן.

זינט דאן האבן די רעפאבליקאנער אנגעהויבן א מחלמת חרמה קעגן די לויזע געזעצן פין שטימען דורך פאסט און אנגעהויבן אפעלירן צו אלע שטאטען צו מאכן שטרענגע געזעצן.

און טאקע די לעצטע דריי אהאלב יאר הערט מען א נייעסל דא און א נייעסל דארט איבער א סטעיט וואס האט אזוי געטון און א סטעיט וואס האט אזוי געטאן, אזוי ווי די נושא איז זייער צעמישט גיי איך פרובירן צו צאמנעמען און דורך גיין יעדע סטעיט פין ד קריטישע סטעיטס וואס האבן געטוישט געזעצן צו די זייט אדער צו די אנדערע זייט און פרובירן עס צאמצונעמען.

דשארדשיע
טראץ טראמפ האט געשאסן פעך און שוועבעל אויפן גאווערנאר שטעלט זיך אבער ארויס אז דשארדשיע איז פין די סטעיטס וואס האבן ארויפגעלייגט די שווערסטע רעגולאציעס אויף פאסט שטימען, מען וועט דארפן מיט לייגען א בילד פין אן איי די ווען מען שיקט אריין די שטימע, מען וועט מער נישט קענען פארלאנגען א בעללאט דורך עלעקטראנישע מאשינען און עס וועט ווערן שטארק רעדוצירט די קעסטלעך ווי מען גייט עס קענען אריינווארפן.
אין 2020 איז די מארשירן געווען 0.24 פראצענט.
געווינער, רעפאבליקאנער


נארט קארעליינע
די סופרים קאורט דארט האט געלאזט פאראויסגיין א ביל וואס פארלאנגט א איי די ביים צוריקשיקן די שטימע עס איז אריגינעל אריבער אין 2018 אבער איז דאן בלאקירט געווארן דורך די נידריגע קאורט, ווי אויך וועט ווערן צוגעלייגט גאר אסאך אבזעווירערס בשעתן ציילן די שטימען, און פאסט וואס דערגרייכן נאך עלעקשאן טאג גייען נישט אקצעפטירט ווערן טראץ עס איז ארויסגעשיקט געווארן בעפאר.
אין 2020 איז די מארדשין געווען 1.35 פראצענט.
געווינער רעפאבליקאנער


פענסעלוועניע
קיין גרויסע טוישענג איז נישט דא א חוץ אז יעדער ווערט אטאמאטיש רעגיסטרירט און דארף זיך נישט עקסטער רעגיסטרירן ווי אויך וועלן אלע קאונטיס וואס האבן פין זיך אליינס געשיקט אין 2020 מעיל אין'ס נישט דאס יאר שיקן נאר אויב מען בעט.
אין 2020 איז די מארדשין געווען 1.16 פראצענט.
קיינער קיין עכטע געווינער אדער פארלירער.

וויסקאנסען
די סופרים קאורט האט געפסקנט אין 2022 אז דראפ באקסעס איז נישט קאנסטיטוציאנעל און מען דארף אליין אראפברענגען די שטימע אין אפיס ווי אויך טאר נישט זיין קיין דריטע פארטיי שטימע צאמנעמער אזאך וואס איז געווען גאר פאפולער אין 2020.
מארדשין אין 2020 איז געווען 0.63 פראצענט
געווינער, רעפאבליקאנער

מישיגען
טראץ וואס די פאליסי אז יעדער באקומט אן בעטן א בעללאט אויף פאסט וועט נישט זיין אין 2024 איז אבער אויפגעשטעלט געווארן א נייע סיסטעם ווי מען קען זיך ארויפסיינען און יעדעס מאל וואס מען שטימט באקומט מען א בעלאט אויף פאסט אן בעטן ווי אויך וועט ווערן צוגעלייגט גאר אסאך דראפ באקסעס, אסאך לענגערע ערלי שטימען טעג מען וועט נישט דארפן קיין שום איי די.
מארדשין אין 2020 2.78 פראצענט.
געווינער, דעמעקראטן

נעוואדע
נייע געזעצן מאכן די לויזע 2020 סיסטעם פערמענאנט און אלע וויילער גייען באקומען אויף פאסט א שטים צעטל ווי אויך וועט מען ציילן דו שטימען וואס זענען אנגעקומען נאך עלעקשאן טאג.
מארדשין אין 2020 2.39 פראצענט
געווינער, דעמעקראטן

אריזאנע
וועלן מער ווייניגער אלעס בלייבן די זעלבע טראץ וואס די רעפאבליקאנער האבן דורך געפירט א רייע שטרענגע געזעצן האט אבער די דעמעקראטישע גאווערנאר אלעס געוויטאוט.

נאך אסאך שטאטען האבן געמאכט נייע געזעצן לכאן ולכאן ווי למשל טעקסאס, ניו יארק, איך האב אבער בעיקר געברענגט די סטעיטס וואס שפילן די וויכטיגסטע ראלע צו געוואונען די פרעזידענטשאפט, ווי אויך איז נאך דא אסאל געזעצן וואס ווען דורך געפירט ווערן די קומענדיגע פאר חדשים אדער בלאקירט ווערן וואס דאס מיינט אז אסאך זאכן קענען זיך נאך טוישן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9645
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

זייער אינטערסאנט, גוט צאמגענומען.

כ'מיין אבער דאס אז די דעמעקראטן שטימען מעיל אין און די רעפאבליקאנער נישט איז נאכאלץ א פלאס פאר די דעמעקראטן אפילו מ'מאכט עס שווערער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער עיקר חילוק צווישן יעצט און דעמאלטס איז אז פיל ווייניגער דעמאקראטן ציטערן נאך פון קאוויד, ממילא איז מעיל אין בעלאטס פיל ווייניגער וויכטיג פאר זיי ווי אין 2020.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7739
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:17 pm
דער עיקר חילוק צווישן יעצט און דעמאלטס איז אז פיל ווייניגער דעמאקראטן ציטערן נאך פון קאוויד, ממילא איז מעיל אין בעלאטס פיל ווייניגער וויכטיג פאר זיי ווי אין 2020.
דאס איז א מעלה פאר זײ װעגן אין 2020 האבן זײ בלױז געקענט מוטיגען מעיל אין בעלאטס אין יעצט קען מען מוטיגען סײ מעיל אין בעלאטס אין סײ אין פערסאן
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:21 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:17 pm
דער עיקר חילוק צווישן יעצט און דעמאלטס איז אז פיל ווייניגער דעמאקראטן ציטערן נאך פון קאוויד, ממילא איז מעיל אין בעלאטס פיל ווייניגער וויכטיג פאר זיי ווי אין 2020.
דאס איז א מעלה פאר זײ װעגן אין 2020 האבן זײ בלױז געקענט מוטיגען מעיל אין בעלאטס אין יעצט קען מען מוטיגען סײ מעיל אין בעלאטס אין סײ אין פערסאן
יא יא.

איך מיין צו זאגן אז די באגרעניצונגען אין געוויסע סטעיטס וועט ווייט נישט האבן אזא אפעקט.
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:04 pm
זייער אינטערסאנט, גוט צאמגענומען.

כ'מיין אבער דאס אז די דעמעקראטן שטימען מעיל אין און די רעפאבליקאנער נישט איז נאכאלץ א פלאס פאר די דעמעקראטן אפילו מ'מאכט עס שווערער.
הינדערט פראצענט, טראמפ האט אזא כח אז מיט איין טרוט צו שטיפן מעיל אין'ס קען ער מאכן יעדן רעפאבליקאן שטימען מעיל אין און מאכן יעדע דעמעקראט שטימען נאר אין עלעקשאן טאג.
Scanner
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:51 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Scanner »

קעפל: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 10:09 am
פעדעראלע ריכטער אורטיילט אין שטיצע פון אן אריזאנא געזעץ וועלכע פארלאנגט פון קאונטיס צו פעסטשטעלן די סטאטוס פון רעגיסטרירטע וויילער וואס שטעלן נישט צו בירגערשאפט באווייזן און אז מען זאל איבערקוקן זייער אינפארמאציע מיט אנדערע רעגירונג דאטא באזעס

א געווינס פאר ריפאבליקאנער?
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

Scanner האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 10:16 am
קעפל: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 10:09 am
פעדעראלע ריכטער אורטיילט אין שטיצע פון אן אריזאנא געזעץ וועלכע פארלאנגט פון קאונטיס צו פעסטשטעלן די סטאטוס פון רעגיסטרירטע וויילער וואס שטעלן נישט צו בירגערשאפט באווייזן און אז מען זאל איבערקוקן זייער אינפארמאציע מיט אנדערע רעגירונג דאטא באזעס

א געווינס פאר ריפאבליקאנער?
יא
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

29 מיליאן מער וואוטערס גייען דארפן ווייזן א איי די מער ווי אין 2020
אטעטשמענטס
Screenshot_20240304_234729_Chrome.jpg
Screenshot_20240304_234729_Chrome.jpg (125.54 KiB) געזען 1016 מאל
Scanner
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:51 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Scanner »

לכשיפוצו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:49 pm
29 מיליאן מער וואוטערס גייען דארפן ווייזן א איי די מער ווי אין 2020
וועלכע סטעיטס?
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4433
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

Scanner האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:58 pm
לכשיפוצו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:49 pm
29 מיליאן מער וואוטערס גייען דארפן ווייזן א איי די מער ווי אין 2020
וועלכע סטעיטס?
סווינג סטעיטס זענען נאר איייאה אין נארט קאריליינע
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

א געריכט אין פענסילוועניע האט גע'פסק'נט לטובת פארזיכערן די אונטערשריפט אויף מעיל אין בעלאטס.

(איך בין נישט פונקטלךיך זיכער צו דאס איז צוגעלייגט עפעס אדער פשוט אפגעשלאגן א פרואוו פון די עלעקשען פראוד דינייער'ס צו דאס אפשטעלן).
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 4:18 pm
א געריכט אין פענסילוועניע האט גע'פסק'נט לטובת פארזיכערן די אונטערשריפט אויף מעיל אין בעלאטס.

(איך בין נישט פונקטלךיך זיכער צו דאס איז צוגעלייגט עפעס אדער פשוט אפגעשלאגן א פרואוו פון די עלעקשען פראוד דינייער'ס צו דאס אפשטעלן).
גארנישט ניי, אין 2022 האט די סטעיט פענסעלוועניע געפסלט 10 טויזענט שטימען ווייל עס האט נישט געהאט קיין דאטום, די דעמעקראטן זענען געגאנגען אין קאורט און עס אפגעשטעלט יעצט האט עס די פענסעלוועניע סופרים קאורט צוריקגעדרייט.
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

לכשיפוצו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:15 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 4:18 pm
א געריכט אין פענסילוועניע האט גע'פסק'נט לטובת פארזיכערן די אונטערשריפט אויף מעיל אין בעלאטס.

(איך בין נישט פונקטלךיך זיכער צו דאס איז צוגעלייגט עפעס אדער פשוט אפגעשלאגן א פרואוו פון די עלעקשען פראוד דינייער'ס צו דאס אפשטעלן).
גארנישט ניי, אין 2022 האט די סטעיט פענסעלוועניע געפסלט 10 טויזענט שטימען ווייל עס האט נישט געהאט קיין דאטום, די דעמעקראטן זענען געגאנגען אין קאורט און עס אפגעשטעלט יעצט האט עס די פענסעלוועניע סופרים קאורט צוריקגעדרייט.
לטובת רופאבליקאנער?
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת אדער זומער
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מעיל אין בעללאטס 2024 ווס 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

Presidential Estates האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:19 pm
לכשיפוצו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 12:15 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 4:18 pm
א געריכט אין פענסילוועניע האט גע'פסק'נט לטובת פארזיכערן די אונטערשריפט אויף מעיל אין בעלאטס.

(איך בין נישט פונקטלךיך זיכער צו דאס איז צוגעלייגט עפעס אדער פשוט אפגעשלאגן א פרואוו פון די עלעקשען פראוד דינייער'ס צו דאס אפשטעלן).
גארנישט ניי, אין 2022 האט די סטעיט פענסעלוועניע געפסלט 10 טויזענט שטימען ווייל עס האט נישט געהאט קיין דאטום, די דעמעקראטן זענען געגאנגען אין קאורט און עס אפגעשטעלט יעצט האט עס די פענסעלוועניע סופרים קאורט צוריקגעדרייט.
לטובת רופאבליקאנער?
יא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”