מזל אדר דגים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א.מזל אדר דגים. דער הייליגער בני יששכר זי"ע ברענגט, אז אין אן עיבור יאר טוט די מזל געוועלטיגן נאר דעם ערשטן אדר, און אדר ב' איז בכלל נישט דא קיין מזל, און דער וואס איז געבוירן געווארן אין אדר ב' איז קיין שום כישוף נישט שולט אויף אים, ווייל כישוף ארבעט דורך מזל.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ב.א שנה פשוטה האט 12 חדשים און אן עיבור יאר האט 13 חדשים, חודש אדר איז דער חודש וואס מען דאפעלט. ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און מען האט מקדש געוועהן דעם חודש דורך עדות וואס האבן געזעהן די לבנה, איז דער בית דין געזעצן יעדעס יאר אדר צו זעהן צו מען דארף מעבר זיין די יאר, און מאכן נאך א חודש אדר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ג.די גמ' זאגט (סנהדרין י"א ע"ב) 3 טעמים פארוואס מען איז מעבר דעם יאר: 1) על האביב, 2) ועל פירות האילן, 3) ועל התקופה. "האביב" – מיינט אויב די תבואה זענען נאך נישט געצייטיגט, ווייל די תורה רופט אהן חודש ניסן "בחודש האביב", אז ניסן דארף שוין זיין "אביב" געצייטיגט. "פירות האילן" – מיינט אויב די פירות וועלן נישט זיין געצייטיגט אויף שבועות וואס דעמאלסט איז דער זמן פון ביכורים. "על התקופה" – מיינט אויב דער תקופת טבת וועט זיך ציהען ביז נאך ט"ז ניסן. (עס זענען דא 4 תקופות אין וואס א יאר איז ציטיילט, תקופת ניסן תקופת תמוז תקופת תשרי און תקופת טבת) . אויף 2 פון די טעמים איז מען מעבר די יאר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ד.דער טעם פארוואס מען איז מעבר נאר אדר און נישט קיין אנדערע חודש, איז, ווייל אין מגילת אסתר שטייט "לחודש שנים עשר הוא חודש אדר", אז אדר מוז זיין דער צוועלפטער חודש, און אויב מען וועט מעבר זיין אן אנדערן חודש וועט אדר זיין דער 13'טער חודש.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ה.די גמ' (שם י"א.) דערציילט, מעשה ברבן גמליאל שאמר השכימו לי שבעה לעלי', ר' גמליאל האט געזאגט ברענגט'ס מיר ארויף זיבען חכמים וואס זאלען מיט מיר דן זיין (פירוש בי"ד של ז' כדי לעבר השנה) , השכים ומצא שמונה, איז ער אויפגעשטאנען און געטראפען אכט, אמר, מי הוא שעלה שלא ברשות ירד, האט ער געזאגט אז דער וואס איז ארויפגעקומען אהן רשות זאל אראפגיין, עמד שמואל הקטן ואמר אני הוא שעליתי שלא ברשות וכו', האט זיך שמואל הקטן אויפגעשטעלט און געזאגט איך בין (דער אמת איז, אז נישט ער איז ארויף שלא ברשות נאר ער האט נישט געוואלט יענער זאל פארשעהמט ווערן, איז ער ארויס) , אמר לו שב בני שב ראויות כל השנים כולם להתעבר על ידך, זיץ מיין זיהן זיץ, דו ביזט ווערט אז אלע יארן זאל מען דורך דיר מעבר זיין.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ו.דאס וואס מען האט מעבר געוועהן די יארן איז געוועהן דוקא דורך די סנהדרין פון ארץ ישראל, אדער דורך א בי"ד מיט סמיכה, אבער אין דעם זמן פון אביי ורבא איז מער נישט געוועהן קיין בית דין מיט סמיכה, האט מען ארויסגענומען דעם לוח וואס הלל הנשיא האט מתקן געוועהן, און דורך דעם לוח איז מען קובע די יארן, חדשים און ימים טובים. עס זענען דא חדשים וואס זענען אייביג "מלא" (30 טעג) און עס זענען דא וואס זענען אייביג "חסר" (29 טעג) , דהיינו: ניסן, סיון, אב, תשרי, שבט, זענען אלעמאל מלא, און אייר, תמוז, אלול, טבת, אדר זענען אלעמאל חסר, חשון און כסלו זענען אמאל חסר און אמאל מלא. עס איז דא א סימן אז די אלע חדשים וואס זענען מלך זענען מלא, ניסן איז מלך החדשים, סיון איז געגעבען געווארן די תורה וואס דערמיט זענען די אידן געווארן א ממלכת כהנים, אב איז דער מזל פון דעם חודש אריה דער מלך פון די חיות, תשרי ראש השנה, שבט ראש השנה לאילנות.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ז.אין אן עיבור יאר איז אדר שני דער עיקר לגבי קריאת מגילה און די אנדערע מצות, ווייל מיר פסק'נען כמ"ד מוסמך גאולה לגאולה עדיף, צו שטעלן נאהנט די גאולה פון פורים צו די גאולה פון מצרים וואס איז אין חודש ניסן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ח.אויב איינער איז געבוירן געווארן אין א שנה פשוטה און דאס יאר וואס ער ווערט בר מצוה איז א שנה מעוברת, ווערט ער הערשט בר מצוה אדר שני, והטעם, שרייבט דער לבוש, ווייל אדר ראשון הייסט נישט אדר נאר חודש העיבור. (וכתב המחבר בשו"ע או"ח סי' נ"ה, דיכול להיות שילד נולד בשנה מעוברת בכ"ט אדר ראשון, וילד אחר נולד אחריו באחד באדר שני, ושנת י"ג שלהם היא פשוטה, אז הצעיר נעשה בר מצוה קודם, שהוא באחד בחודש, והראשון נעשה בר מצוה אחריו, בכ"ט בו, מאוחר בכ"ח ימים). א סך פון די פרשיות וואס גייען געוועהנטליך צוזאמען, זענען אבער אין א עיבור יאר צושפרייט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ט.י"ד וט"ו אדר ראשון ווערן אנגערופן "פורים קטן" און מען זאגט נישט קיין תחנון און נישט למנצח. וועגן משתה ושמחה איז דא מחלוקת, דער רמ"א פסק'נט אז על פי דין דארף מען נישט, נאר מען זאל יא אביסל מרבה בסעודה זיין, יוצא צו זיין די מחמירים, און דער רמ"א ענדיגט "וטוב לב משתה תמיד". (און מיט דעם ענדיגט דער הייליגער רמ"א דעם שולחן ערוך אורח חיים).
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מיללער האט געשריבן: איך האב היינט געהערט פון ר' ישראל דוד שלעזינגער זאל געזונט זיין (דורך א טעיפ הוק-אפ), אז דער מהרש"א זאגט אין מס' סנהדרין, פארוואס דוקא דער מזל פון אדר איז דגים בלשון רבים, בזמן וועלכע אלע מזלות זענען בל' יחיד (מאזנים און תאומות, פארשטייט מען דאך אליינס אז דאס איז נישט דומה ווייל פונקט ווי ברילן קען נאר זיין א פאטר, קען א צוווילינג און א וואגשאהל נאר זיין א סעט), זאגט דער מהרש"א אז די צוויי פיש זענען קעגן אדר א' און אדר ב'.

היי יאר האבן מיר ביידע דגים לפי"ז, זאל טאקע דער בוכ"ע העלפן עס זאל זיין וידגו לרוב בקרב הארץ, כדגים הללו שאין עין-הרע שולטות בהם.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

י.מזל אדר דגים
ווייזט אויף שנאת חינם
הפיל פור הוא הגורל וגו', הוא חודש אדר (אסתר, ג-ז).
די מדרש זאגט: ווען המן האט ארויס גענומען פון דעם גורל חודש אדר, האט ער זיך געפרייט.
זאגט אויף דעם דער "עוללות אפרים", אז המן האט זיך געפרייט, ווייל דער מזל פון חודש אדר איז פיש. און די סדר פון פיש איז, אז די גרעסערע עסן אויף די קלענערע. האט המן פארשטאנען, אז צוליב דעם וואס אידן פיהרן זיך אויף מיט "שנאת חנם", און איינער טוהט אהן צרות פאר דעם צווייטן, דאס וועט צוברענגן אז זיי וועלן איבער געגעבן ווערן אין זיינע הענט.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

מזל אדר דגים גימ' הערינג עם הכולל.
339
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Ban Mazel האט געשריבן: א.מזל אדר דגים. דער הייליגער בני יששכר זי"ע ברענגט, אז אין אן עיבור יאר טוט די מזל געוועלטיגן נאר דעם ערשטן אדר, און אדר ב' איז בכלל נישט דא קיין מזל, און דער וואס איז געבוירן געווארן אין אדר ב' איז קיין שום כישוף נישט שולט אויף אים, ווייל כישוף ארבעט דורך מזל.

למעשה, ווען מ'קוקט ארויף אויבן אין הימל, וואספארא מזל איז שולט אדר ב', "טלה"? וויאזוי זענען די כוכבים אוסגעלייגט?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

די גמרא זאגט אז המן האט זיך געפרייט ווען די פור איז אויסגעפאלן אויף חודש אדר ווייל אין די חודש איז משע'ה נסתלק געווארן.
זאגט אבער די גמ' אז המן האט אבער נישט געוויסט אז בו ביום נולד, אז ז' אדר איז אויך די טאג וואס משה רבינו איז געבוירן געווארן.

כהיום שטייט דאך שוין אין די מגילה אז ס'איז החודש אשר נהפך מיגון לשמחה, אזוי אויך אין שו'ע שטייט אז ווער ס'האט א דין מיט עכו''ם
זאל ער עס שטופן אויף חודש אדר וואס איז דא א גוטע מזל פאר אידן.

די שאלה איז נאר צו פאר די נס פורים איז די מזל פון חודש אדר געווען אזוי א געווענטליכע חודש אדער עפעס מער אדער ווייניגער?
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

נא_שכל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:35 pm
Ban Mazel האט געשריבן:
א.מזל אדר דגים. דער הייליגער בני יששכר זי"ע ברענגט, אז אין אן עיבור יאר טוט די מזל געוועלטיגן נאר דעם ערשטן אדר, און אדר ב' איז בכלל נישט דא קיין מזל, און דער וואס איז געבוירן געווארן אין אדר ב' איז קיין שום כישוף נישט שולט אויף אים, ווייל כישוף ארבעט דורך מזל.
למעשה, ווען מ'קוקט ארויף אויבן אין הימל, וואספארא מזל איז שולט אדר ב', "טלה"? וויאזוי זענען די כוכבים אוסגעלייגט?
פשטות גייט עס סייווי לויט די גלגל החמה.
שאו ידיכם קודש
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 11:06 am

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאו ידיכם קודש »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 9:42 am
נא_שכל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:35 pm
Ban Mazel האט געשריבן:
א.מזל אדר דגים. דער הייליגער בני יששכר זי"ע ברענגט, אז אין אן עיבור יאר טוט די מזל געוועלטיגן נאר דעם ערשטן אדר, און אדר ב' איז בכלל נישט דא קיין מזל, און דער וואס איז געבוירן געווארן אין אדר ב' איז קיין שום כישוף נישט שולט אויף אים, ווייל כישוף ארבעט דורך מזל.
למעשה, ווען מ'קוקט ארויף אויבן אין הימל, וואספארא מזל איז שולט אדר ב', "טלה"? וויאזוי זענען די כוכבים אוסגעלייגט?
פשטות גייט עס סייווי לויט די גלגל החמה.
במציאות איז דא 13 מזלות נישט 12 (נאר די בבלים האבן נישט ליב געהאט איינס)
במציאות איז עס בכלל נישט צוטיילט אויף 13 פונקטליכע חלקים, נאר יעדער איינס איז אנדערש
במציאות האט עס נישט מיט אידישע חדשים נאר מיט די גלגל החמה
במציאות זעט מען אלע מזלות א יעדע חודש, חוץ פון די מזל פון די חודש. דהיינו, ווען די זון גייט אויף מזל טלה און מ'זעט נישט די טלה, דעמאלס ווערט אנגערופן מזל טלה:
גדי: 20 בינואר - 16 בפברואר
דלי : 17 בפברואר - 11 במרץ
דגים: 12 במרץ - 18 באפריל
טלה: 19 באפריל - 13 במאי
שור: 14 במאי - 21 ביוני
תאומים: 22 ביוני - 20 ביולי
סרטן: 21 ביולי - 10 באוגוסט
אריה: 11 באוגוסט - 16 בספטמבר
בתולה: 17 בספטמבר - 14 באוקטובר
מאזניים: 14 באוקטובר - 23 בנובמבר
עקרב: 23 בנובמבר - 29 בנובמבר
נושא הנחש: 30 בנובמבר - 17 בדצמבר
קשת: 17 בדצמבר - 19בינואר
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

שאו ידיכם קודש האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 9:57 am

די גמ' ברכות לב זאגט אז ס'איז דא יב מזלות. די נושא נחש איז דאכצוך א לעצטיגע ערפינדונג.

די 'שליטה' פון די מזל איז לויט די אידישע חדשים, הגם במציאות ווען די זון גייט דורך די מזל איז אביסל אפגעריקט.
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

שאו ידיכם קודש האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 9:57 am
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 9:42 am
נא_שכל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:35 pm
Ban Mazel האט געשריבן:
א.מזל אדר דגים. דער הייליגער בני יששכר זי"ע ברענגט, אז אין אן עיבור יאר טוט די מזל געוועלטיגן נאר דעם ערשטן אדר, און אדר ב' איז בכלל נישט דא קיין מזל, און דער וואס איז געבוירן געווארן אין אדר ב' איז קיין שום כישוף נישט שולט אויף אים, ווייל כישוף ארבעט דורך מזל.
למעשה, ווען מ'קוקט ארויף אויבן אין הימל, וואספארא מזל איז שולט אדר ב', "טלה"? וויאזוי זענען די כוכבים אוסגעלייגט?
פשטות גייט עס סייווי לויט די גלגל החמה.
במציאות האט עס נישט מיט אידישע חדשים נאר מיט די גלגל החמה
במציאות זעט מען אלע מזלות א יעדע חודש, חוץ פון די מזל פון די חודש. דהיינו, ווען די זון גייט אויף מזל טלה און מ'זעט נישט די טלה, דעמאלס ווערט אנגערופן מזל טלה:
דלי : 17 בפברואר - 11 במרץ
דגים: 12 במרץ - 18 באפריל
טלה: 19 באפריל - 13 במאי
הייסטעס אז היי יאר איז האלב חודש אדר נאך געווען אין דלי און די ערשטע 10 טעג פון ניסן איז נאך דגים?
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: מזל אדר דגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

לכאורה, דאס טענה'ט מען דאך אויך לגבי די ברכה אויף אילני דמלבלבי, אז ס'האט צו טון מיט די חדשי החמה.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”