איך זוך למשל דעם ניגון פון רבונו של עולם א ניגון של א אהבה שע"י בעל עבודת פנים, מיר האבן נישט קיינעם נאר דיר וכו' וכו', אויך געזינגען דורך ר' משה גאלדמאן, ועוד ועוד,
והמביא תבוא עליו ברכה
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף אלע אידן און אויך מיר, איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר, איך האף נישט צו קיינעם נאר צו דיר.
מיין הילף איז נישט פון קיינעם נאר פון דיר, אהן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין דעם שוועל פון טיר, אהן דיין כח (קען מען זיך נישט געבן,) קען מען זיך נישט געבן קיין ריר, איך פארלאז מיר נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר, דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אהן א שיעור.
נ.ב. די ארומגערינגעלטע איז וויזוי ס'ווערט געזינגען אויף ר' משה גאלדמאן'ס טעיפ (כ'מיין אויף 'זכור', מ"ש 14).
חיבר את השיר בעל העבודת פנים, שאמר שמי שיש לו בקשה, יאמרו ג' פעמים ויואיל לו. ומסופר שכשראה הגה"צ רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע את השיר, אמר שזה השיר 'עולה למעלה בלי שום עיכובים' ויאה לפרסמו.
קנאפער ידעןהאט געשריבן:↑מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:11 am
האסטו וועסטו האט געשריבן:
איינער פליז מיט די ווערטער פון די ניגון שוין צוויי טויזענט יאהרן פון צער און פון צארן? לוי פאלקאוויטש זינגט עס מיט שירה קווייער מיט The A teaM orchestra ס’דא א מיוזיק ווידיא פון דעם יישר כח
נאדיר. דער ניגון איז פון ר' יו"ט עהרליך (געזינגען און פאפולער געווארן דורך MBD אויף דער אלבום "איך האב געווארט").
דער קליפ פון לוי איז מיט בלו מעלאדי בענד מיינעך.
א ישועה'לע
שוין צוויי טויזנט יארן פון צער און פון צארן ,אין גלות צו שאנד און צו שפאט געבליבן אן כח געבליבן אן מח אלעס פארלוירן מ׳האט
פון היימען פארטריבן עלענד געבליבן ,מען האט נישט קיין ביסעלע גליק האט מען זיך גענומען און מ׳איז געקומען אין לאנד פון די אבות צוריק
ס׳קוקען די אבות מ׳הערט די מחשבות ,אידן מ׳קומט אן א צאל ס׳איז אנדערע אידן מיט אנדערע זיטן ס׳איז נישט דער איד פון אמאל
מ׳ווייסט נישט פון בורא מ׳היט נישט זיין תורה ,מען מיינט אז עס איז שוין די צייט אז דאס איז די רפואה אז דאס איז די ישועה עס איז אבער נאך זייער ווייט
מען דארף נאך א ישועה׳לע טאקע די טעג מען דארף נאך א רפואה׳לע ,פאר די פארלוירענע אין וועג פון גלות פון דעם ביטערן מ׳איז פון אונז אוועק אז אלע גלידער ציטערן די הארץ איז פול מיט שרעק
און אידן אן מורא וואס היטן דעם תורה ,זיי ווערן אלץ מער אלע יאר די הארץ טוט אונז זאגן עס הייבט שוין אן טאגן די ישועה איז נאנט ביז גאר
עס קומט שוין די ישועה׳לע טאקע די טעג עס קומט שוין די רפואה׳לע ,פאר די פארלוירענע אין וועג מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער און נישט קיין אפיצער ווייל און שיל די גאנצע מיליטער דער תהילים איז דער געווער
ווען דער באשעפער וועט קומען און ווייזן א שטראל פון זיין ליכט און אלע אידן די פרייע ,וועלן פאלן אויף זייער געזיכט און טרערן וועלן גיסן זיך ווי קוואלן פון דעם מח ווען זיי וועלן דערוויסן זיך פון דער באשעפער אין דער הויעך
קודם כל, "מיט אנדערע זיטן" וואס מיינט "זיטן"? שנית, וועלעכע טעיפ איז די אריגיעלע יום טוב ערליך ניגון? ווי אויך, די ניגון העלו דא רעדט ירושלים פון יענע MBD אלבום, מאין בא?