גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:29 am
כפרה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:12 am
עס קאסט נישט קיין געלט צו שרייבן פאלטשע אינפארמאציע, בפרט אז מען קען העצן אויף די דעמאקראטן....

פאר וועם אמת האט נאך א חשיבות נאט אייך https://www.reuters.com/legal/sam-bankm ... 023-06-13/
וואס שטייט דא אנדערש פון וואס @Think and Thank זאגט?
ווען דו ליינסט דעם ארטיקל ווערסטו געוואר אז די פראקורארן האבן אים "יא" געקלאגט פאר די אלע קלאגעס, נאר די אדוואקאט פון מר. באנקמאן-פריעד האט ארלעדיגט א מחאה פון די רעגירונג אין די באהאמאס אז דאס איז קעגן די אפמאך, און ממילא האבן די פראקורארן געמוזט צוריק ציען די קלאגעס פון די טרייעל, ביז מען קלארט עס אויס מיט די רעגירונג אין באהאמעס, און די פראקורארן האבן אפילו אריינגעגעבן א פארלאנג צו די רעגירונג אין באהאמעס אז זיי זאלן ערלויבן די קלאגעס, און דערווייל נישט באקומען קייין אנטווארט, סא די גאנצע ריזיגע באלון אז מען וויל אים נישט קלאגן צוליב וכו' איז שקר וכזב, און אדרבה מען האט אים יא געקלאגט, און פארדעם זאגט די רעגירונג אז די אלע עווידענס און פלוידערייען ארום די קלאגעס האט מען יא אויסגעשמועסט אין די אנדערע חלק קעיס נאר מען האט נישט געקענט קלאגן די קלאגעס, און עס איז נישטא קיין חידושים דארט נאר די עצם גילטי אנטשיידונג פון די דשורי, יעצט די באמבע שקאפ קשיא פארוואס ביי די עקסטרידישן קעיס אין באהאמעס האט מען נישט געהאט דעמאלטס נאך די קלאגעס איז פשוט, אזוי ווי אין אמעריקע, קיין איין קעיס נארמאל האט מען נישט אלע קלאגעס אין אנפאנג, ווייל נישט אלע אינפארמאציע האט מען ווען דער בר-מינן איז נאכנישט אינטער די הענט. איינמאל ער איז געפונען געווארן גילטי איז א שאד אויפצוהאלטן די קעיס פאר די ערשטע חלק קלאגעס ביז די רעגירונג פון באהאמעס וועט ענטפערן ווייל עס איז נישט נוגע למעשה צוליב די סענטענסינג גיידליינס וועט ער נישט באקומען א לענגערע טורמע אורטייל, און די אינפארמאציע איז עניוועיס פאבליק, סא ממילא זאגט דער פראסעקיוטער פארן ריכטער אז ענדערש זאל ער גיין פאראויס מיט די יעצטיגע קעיס ווייל די אמעריקאנער פאלק וויל זייער שטארק אז די פרשה זאל קומען צו א שנעלע שליסונג (דא לאכט מען נישט אויב מען פארשטייט)...

לייען איבער די פראקורארן'ס בריוו מיט א ניכטערע בליק און קום צוריק מיט אן אנטווארט...

(יעצט בנוגע דאס וואס ער מאכט עס סאונדן אזוי גליטשיג "קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען".... ווער עס האלט מיט די נייעס פון מר. באנקמאן-פריעד ווייסט אז מען רעדט פון די פארקערטע פארטיי, דהיינו מר. באנקמאן פריעד האט מודה געווען אז ער פלעגט געבן פונקט אזויפיל געלט פאר ריפאבליקאנער, נאר ער פלעגט עס געבן אויף שווארצע וועגן אז מען זאל עס נישט קענען טרעקן צו אים, משא"כ די דעמאקראטישע געלטער איז געווען אפען, סא אויב זיכט מען עפעס צו פארדעקן איז עס די ריפאבליקאנער געלט...)
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
nobody
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: גרויסע קריפטא קאמפאני FTX געגאנגן באנקראט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:40 pm
nobody האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:38 pm
נא להתפלל לזכות שמואל בנימין בן יוסף(באנקמאן) שיצא במהרה מאפילה לאורה.
נאכן שטארבן איז מען מתפלל פאר קבר ישראל. אויב לעבט ער נאך וואס איז די מאמע'ס נאמען.....
זיין מאמעס אידישע נאמען האב איך נישט געקענט טרעפן, אשר ע"כ...
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm
דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”