מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

איך זוך (מאיזה סיבה) אויסצוארבעטן א מהלך צו דאווענען מנחה וקבלת שבת אין ערלי מנין, אהיימגיין מאכן די סעודה, און נאכדעם גיין דאווענען מעריב און א מנין וואס דאוונט נאך זמן ר"ת

איז דאס אויסגעהאלטן?
עסן א סעודה פאר מעריב?
פון ווען קען מען מאכן קידוש?
וואס דארף איך נעמען אין אכט? עסן א כביצה נאך מעריב, וואס נאך?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גוט גוט! לייק פאר די איידיע.

(כ'רעד נישט יעצט איבער מסורה, נאר פראקטישקייט)
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

כ'מיין אז לפי פשטות ההלכה איז עס א גוטע איידיע, שוין געטראכט אמאל דערפון
א ראיה פון פורס מפה ומקדש (תיקון: ס'נישט קיין ראיה ווייל אפשר רעדט מען דארט דווקא ווען ס'איז שוין נאכט)
ליגט מיר אבער אין קאפ אז ס'דא עפעס א פקפוק אין מעשה רב פון גר"א
ווען כ'וועל האבן א מינוט וועלמיר אי"ה בודק זיין בפנים
לעצט פארראכטן דורך צד תמות אום דינסטאג אפריל 02, 2024 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אין לעיקוואד איז דא אסאך ליטווישע בני תורה וואס טוען אזוי זומער.
איך האב עס נאך קיינמאל נישט געטוען, אבער לויט ווי איינע פון זיי האט מיר אמאל געזאגט טוט ער עס פאר ערליכקייט. ער עסט די סעודה פרי אזוי ווי די וואס טוען ערלי שבת און ער דאווענט נאך ר"ת מעריב.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

שוין געהערט פון יודען וואס טוען אזוי. דער מאנטשעסטער ראש ישיבה זצ"ל האט אזוי געטוהן אין די זומער חדשים, דאס האב איך געהערט פון זיינע נאנטע.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7851
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שמחת עולם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm
שוין געהערט פון יודען וואס טוען אזוי. דער מאנטשעסטער ראש ישיבה זצ"ל האט אזוי געטוהן אין די זומער חדשים, דאס האב איך געהערט פון זיינע נאנטע.
רבי יהודא זאב?
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

איך מיין ס’איז א ארץ ישראל’דיגע מנהג...

אלטץ בחור אין ארץ ישראל פלעגט מען עס טוהן.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

א האלבע שעה פאר זמן מעריב מעג מען אנהייבן סעודה.
מקען מאכן קידוש מפלג המנחה אין ווייטער זיך וואשן עסן סעודה אין גייען דאווענען מעריב צאה"כ (מג"א רעא ה').
סדא חולקים. מעשה רב להגר"א ועוד.
לעצט פארראכטן דורך קונטרס אום דינסטאג אפריל 02, 2024 1:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

מקווה איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm
שמחת עולם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm
שוין געהערט פון יודען וואס טוען אזוי. דער מאנטשעסטער ראש ישיבה זצ"ל האט אזוי געטוהן אין די זומער חדשים, דאס האב איך געהערט פון זיינע נאנטע.
רבי יהודא זאב?
יא יא
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ע"פ הלכה איז עס אויסגעהאלטן כמבואר במג"א סי' רע"א.

אבער אין כף החיים (סי' רע"א סקכ"ב) שריבט ער אויף דעם אז ע"פ קבלה םארדרייט עס דעם סדר.

וז"ל

מיהו לפי דברי האר"י ז"ל בשער הכוו' לא נכון לעשות כן שכתב דסדר עליית העולמות והמשכת המוחין הוא מתחיל מקבלת שבת ואח"כ באמירת ברכו ובק"ש ובעמידה ובויכלו ובברכת מעין ז' ואח"כ התשלום הוא באמירת ויכלו שעל הכוס ובברכת הקידוש כיעו"ש וא"כ אם יבא לקדש ולאכול קודם תפלת ערבית הרי הוא מהפך הסדר הנעשה בליל שבת
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3743
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

אין וואס טוט זיך מיט מאכן א שלום זכר גלייך נאך מעריב?
אזוי ווי א קידוש שבת צופרי נאכן דאווענען?
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

never האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:26 pm
אין וואס טוט זיך מיט מאכן א שלום זכר גלייך נאך מעריב?
אזוי ווי א קידוש שבת צופרי נאכן דאווענען?
די אמת'ע נקודה פון א שלום זכר, איז אז עס איז אין די הויז ווי די קינד געפינט זיך

אבער היינט מאכט מען שוין למעשה אין בית מדרש, דארף מען טאקע אזוי איינפירן ...
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

ווערט מען נישט נאכאמאל מחוייב מיט קידוש אזויווי עס זענען דא דעות אויף נאך מוסף, אפילו מען האט שוין געמאכט פריער?
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:02 pm
איך מיין ס’איז א ארץ ישראל’דיגע מנהג...

אלטץ בחור אין ארץ ישראל פלעגט מען עס טוהן.
מען פלעגט טוהן נאך זאכן אלץ אלטע בחור... מיינוט גארנישט
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:29 pm
never האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:26 pm
אין וואס טוט זיך מיט מאכן א שלום זכר גלייך נאך מעריב?
אזוי ווי א קידוש שבת צופרי נאכן דאווענען?
די אמת'ע נקודה פון א שלום זכר, איז אז עס איז אין די הויז ווי די קינד געפינט זיך

אבער היינט מאכט מען שוין למעשה אין בית מדרש, דארף מען טאקע אזוי איינפירן ...
פרייטיג צו נאכטס, איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן קידוש במקום סעודה אויף מזונות.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

ויתן לך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:53 pm
איך זוך (מאיזה סיבה) אויסצוארבעטן א מהלך צו דאווענען מנחה וקבלת שבת אין ערלי מנין, אהיימגיין מאכן די סעודה, און נאכדעם גיין דאווענען מעריב און א מנין וואס דאוונט נאך זמן ר"ת

איז דאס אויסגעהאלטן?
עסן א סעודה פאר מעריב?
פון ווען קען מען מאכן קידוש?
וואס דארף איך נעמען אין אכט? עסן א כביצה נאך מעריב,וואס נאך?
מיינסט אוודאי כזית בלילה- אפילו בעפארן דאווענען מעריב
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:22 pm
ע"פ הלכה איז עס אויסגעהאלטן כמבואר במג"א סי' רע"א.

אבער אין כף החיים (סי' רע"א סקכ"ב) שריבט ער אויף דעם אז ע"פ קבלה םארדרייט עס דעם סדר.

וז"ל

מיהו לפי דברי האר"י ז"ל בשער הכוו' לא נכון לעשות כן שכתב דסדר עליית העולמות והמשכת המוחין הוא מתחיל מקבלת שבת ואח"כ באמירת ברכו ובק"ש ובעמידה ובויכלו ובברכת מעין ז' ואח"כ התשלום הוא באמירת ויכלו שעל הכוס ובברכת הקידוש כיעו"ש וא"כ אם יבא לקדש ולאכול קודם תפלת ערבית הרי הוא מהפך הסדר הנעשה בליל שבת
דאס איז אויך שייך ביי יעדע פורס מפה ומקדש לכאורה
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע:אין פליגער

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

התבונני האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:11 pm
ויתן לך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:53 pm
איך זוך (מאיזה סיבה) אויסצוארבעטן א מהלך צו דאווענען מנחה וקבלת שבת אין ערלי מנין, אהיימגיין מאכן די סעודה, און נאכדעם גיין דאווענען מעריב און א מנין וואס דאוונט נאך זמן ר"ת

איז דאס אויסגעהאלטן?
עסן א סעודה פאר מעריב?
פון ווען קען מען מאכן קידוש?
וואס דארף איך נעמען אין אכט? עסן א כביצה נאך מעריב,וואס נאך?
מיינסט אוודאי כזית בלילה- אפילו בעפארן דאווענען מעריב
נע נאך מעריב.

אויב פאר מעריב גייט ער אנקומען אין שול צו ושמרו.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

טרעוולער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:44 pm
התבונני האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:11 pm
ויתן לך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:53 pm
איך זוך (מאיזה סיבה) אויסצוארבעטן א מהלך צו דאווענען מנחה וקבלת שבת אין ערלי מנין, אהיימגיין מאכן די סעודה, און נאכדעם גיין דאווענען מעריב און א מנין וואס דאוונט נאך זמן ר"ת
איז דאס אויסגעהאלטן?
עסן א סעודה פאר מעריב?
פון ווען קען מען מאכן קידוש?
וואס דארף איך נעמען אין אכט? עסן א כביצה נאך מעריב,וואס נאך?
מיינסט אוודאי כזית בלילה- אפילו בעפארן דאווענען מעריב
נע נאך מעריב.
אויב פאר מעריב גייט ער אנקומען אין שול צו ושמרו.
ווי איך פארשטיי פון זיינע ווערטער וויל ער ענדיגן די סעודה און דערנאך גיין דאווענען מעריב - אין א ביהמ"ד ווי ער וועט יא קענען כאפן ברכו
לעצט פארראכטן דורך התבונני אום דינסטאג אפריל 02, 2024 8:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בטלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

כִּי הִדְלַקְתִּי נֵרותַי וְהִצַּעְתִּי מִטָּתִי וְהֶחֱלַפְתִּי שמְלותַי לִכְבוד יום הַשַּׁבָּת. וּבָאתִי לְבֵיתְךָ לְהַפִּיל תְּחִנָּתִי לְפָנֶיךָ שֶׁתַּעֲבִיר אַנְחָתִי. וָאָעִיד אֲשֶׁר בָּרָאתָ בְּשִׁשָּׁה יָמִים כָּל הַיְּצוּר וָאֶשְׁנֶה. וָאֲשַׁלֵּשׁ עוד לְהָעִיד עַל כּוסִי בְּתוךְ שמְחָתִי. כַּאֲשֶׁר צִוִּיתַנִי לְזָכְרו וּלְהִתְעַנֵּג בְּיֶתֶר נִשְׁמָתִי אֲשֶׁר נָתַתָּ בִּי
BATLEN ❤️ CHAOS
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

אפשר קען מען לאזן קבלת שבת אויך פאר נאך די סעודה? אזוי קען מען דאווענען מנחה בעוד היום גדול, ביי סאפער טיים (נאך פלג המנחה אוודאי) זעצט זיך די גאנצע משפחה צום טיש, די מאמע צינדט ליכט און דער טאטע מאכט קידוש, מען מאכט די סעודה און מען לייגט שלאפן די קליינע קינדער (און די מאמע...), און דערנאך גייט מען ארויס דאווענען קבלת שבת און מעריב. מען קומט צוריק פראווען א פירות טיש / באטע (און עסן א כזית חלה, סיי אלס שבת און סיי אלס בענטשן), מען גיסט אן דעם דריטן כוס און מען בענטשט.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מאכן א סעודה פרייטיג צו נאכטס פאר מעריב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

די לשון אין אחרונים איז צו מחמיר זיין עסן א כזית.
איז דא איינער וואס לייגט צו כביצה ויותר לצאת יענע שיטה אין רצ"א, אדער אפשר איז כזית דווקא ווייל מ'דארף נישט טון 2 חומרות (בלילה וכביצה)?

@אותות ומופתים
פארוואס זאל מען דארפן עסן נאכאמאל אלס בהמ"ז?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”