געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בס"ד

שטייט א איד אין ניו יארק עיר הבירה אין יאר תשפ"ג און ער פלאצט פאר קנאה. זיין שכן ביים שיעור פארשטייט די גמרא און ער האלט קוים אפן די אויגן. ביי שחרית קוים וואס ער ווייסט ווי ער האלט און דער אינגערמאן נעבן אים רעדט זיך אויס צום אייבערשטער בהשתפכות הנפש. גאט אין הימל, ווי בין איך? ווי שטיי איך? פארוואס קען יענער דאווענען און פארשטיין לערנען אזוי געשמירט ווי די גרינע פיטער אויף א טוסט און ביי מיר גייט עס אזוי געשמירט ווי די בלויע פיטער גראד ארויס פון פריזער. איך וויל אויך קענען, איך וויל אויך האבן חשק. איך בין עפעס נישט געשטאנען ביים הר סיני?

זיצט א איד אין קאונטרי מיט נאסע פאות פרייטאג נאכמיטאג, אלעס איז שוין צוגעגרייט לכבוד שבת, סיי ווי גייט מען זיך דערמאנען אין יאגן א מינוט פארן זמן אלע אנדערע זאכן, קען ער יעצט אריינכאפן א שטיקל חסידיש ספר. ער עפענט א תפארת שלמה, א נועם אלימלך, א מאור ושמש, נישט קיין חילוק וועלכע ספר עס ציהט אים. און עס ציפט אים, ער פילט זיך נישט פלאץ. נעכטן ביינאכט האב איך געשפיעלט וואלי ביז 3 אזייגער ביינאכט, קוים געכאפט חצות היינט ביי שחרית און יעצט שאקל איך מיר אויף א חסידיש ספר? און קוק פון וואס ער רעדט! טהרת המחשבה וקדש עצמך במותר לך, איך וויל נישט און (פארדעם) איך קען נישט אנקומען צו די הויעכע מדרגות. וואס טוה איך דא? וועם נער איך אויס? איך בין נישט קיין "טו פעיסער".

זיצט א אינגערמאן ביי א קומזיץ און דער עולם איז צופייערט אויפן וויזניצן נשמת, און אים קומט צו וויינען. מיינט מען נשמת "כל" חי, מיר אויך? הלוואי ווען יא. אלע חסידישע ספרים זענען פארנומען אז יעדע איד האט גאר א גרויסע חשיבות ביים אייבערשטער. יא יא, אבער זיי האבן "מיר" נישט געקענט. חוץ פון דעם, דער אייבערשטער האט ביליאנען מענטשן אויף די וועלט, פונקט פון מיר טראכט ער? מילא מיין בחור, ער טרייט אזוי ערענסט און רבונו של עולם הלוואי זאל ער מצליח זיין און קיינמאל נישט געוואר ווערן ווער איך בין באמת, אבער מיר? קודשא בריך היא איך גיב אוועק אלעס נאר איינמאהל צוריק צו גיין אין ישיבה און האבן דעם געפיל נאך די 5 שעות רצופות אין ישיבה קטנה שובבי"ם. רבונו של עולם אויב איך האב עפעס א זכות, ביטע ניץ עס אויף מיינע קינדער אז זיי זאלן כאטשיק אויפוואקסן ווי עס דארף צו זיין, ביי מיר איז שוין וואס עס איז, אבער ביטע פאר זיי.

אינגערמאן! עס איז דא איינער וואס האט דיר שוין אינזינען געהאט טויזענטער יאר צוריק. און אזוי שרייבט שוין דער זוה"ק:
וזל"ק פרשת תרומה (צוגעלייגט דעם פירוש מתוק מדבש) תושבחתא דשירתא דא איהי כללא דכל אורייתא (השבח והמעלה של שיר השירים היא שבו כלולים פסוקים שונים המרמזים על כלל כל התורה),
כללא דכל עובדא דבראשית (הוא הכלל של כל מעשה בראשית),
כללא דרזא דאבהן (הוא הכלל של סוד מעשה האבות של כל ספר בראשית),
כללא דגלותא דמצרים (הוא הכלל של גלות מצרים הנרמז בפסוק א ו אל תראוני שאני שחרחורת),
וכד נפקו ישראל ממצרים (ושל יציאת מצרים הנרמז בפסוק א ח צאי לך בעקבי הצאן),
ותושבחתא דימא (ושל שירת הים בפסוק א ט לסוסתי ברכבי פרעה)
כללא דעשר אמירן (כולל עשרת הדברות)
וקיומא דהר מיני (וענין מעמד הר סיני בפסוק ב יב וקול התור נשמע בארצנו)
וכד אזלו ישראל במדברא (והליכתם של בני ישראל במדבר בפסוק ג ו מי זאת עולה מן המדבר)
עד דעאלו לארעא (עד שעלו לארץ ישראל בפסוק ד א שגלשו מהר הגלעד)
ואתבני בי מקדשא (ובנו את בית המקדש בפסוקד ד כמגדל דוד צווארך)
כללא דעטורא דשמא קדישא עלאה ברחימו ובחדוה כללא דגלותהון דישראל ביני עממיא (הוא כולל גלות ישראל בין העמים בפסוק ג ג מצאוני השומרים ובפסוק ב ז השבעתי אתכם בנות ירושלים)
ופורקנא דלהון (והגאולה שלהם בפסוק ח ח אחות לנו קטנה)
כללא דתחיית המתים (הוא כולל תחיית המתים בפסוק ח יג היושבת בגנים)
עד יומא דאיהי שבת לה' (עד היום שהוא שבת לה')
מאי דהוה ומאי דהוי ומאי דזמין למהוי (כל מה שהיה ממעשה בראשית כל מה שנעשה בגלות ישראל והגזרות וכל מה שעתיד להיות אחר כך)
לבתר ביומא שביעאה כד יהא שבת לה' (מה שיהיה ביום השביעי דהיינו באלף השביעי)
כלא איהו בשיר השירים (הכל נכלל בשיר השירים)

אין קורצן, שלמה המלך האט געשריבן שיר השירים פאר מיר, פאר דיר, פאר יעדעם איינעם. און יא! פאר יאר תשפ"ג. און יא! פאר דיין מצב וואס עס איז נאר.

מורי ורבותי, שיר השירים איז אזוי קדוש אז די גמרא שרייבט אז יעדעס מאהל וואס עס שטייט שלמה, מיינט עס גאר הקב"ה. און די ראשונים האבן עטליכע מהלכים:
א. להלכה טאר מען נישט אויסמעקן דעם נאמען שלמה אין שיר השירים, אזוי ווי דעם נאמען פונעם אייבערשטער אין א ספר תורה.
ב. אויב איינער שווערט בשם שלמה אשר בשיר השירים, איז עס פונקט ווי ער האט געשוואוירן מיט'ן אייבערשטער'ס נאמען.
אינגערמאן! זייטס נישט קיין נער, נעמט א שיר השירים און זעצט אייך אראפ און זאגט שטייט מיט כוונה. טראכט אריין וואס דו זאגסט.

שחורה אני ונאוה – יא איך ביך ליידער שווארץ, אבער איך בין נאך אלס נאוה! קוקט וואס דער מדרש שרייבט (שיה"ש רבה א ה ב) אמר רבי לוי תלת 'שחורה אני' כל ימות השבוע 'ונאוה' אני בשבת
'שחורה אני' כל השנה כולה 'ונאוה' אני ביום הכיפורים
'שחורה אני' בעולם הזה 'ונאוה'
און דער כתב סופר איז מסביר אז אפילו דער איד וואס איז שחורה אגאנצע וואך, שבת איז ער אבער נאוה! אויב נישט שבת ח"ו, איז כאטשיק יום הכיפורים.

אל תראנו שאני שחרחרת – קוק מיר נישט אן אז איך בין בטבע שטארק שווארץ. ששזפני השמש – איך בין נישט אזוי געבוירן געווארן! איך בין נאר אזוי ווי דער אונטער דעם זין וואס זיין "סאן טען" גייט צוביסלעך אוועק, איינמאהל ער גייט אוועק פונעם פראבלעם (רש"י על הפסוק).

עס ליגט מיר א טייטש אין קאפ, איך געדענק נישט צו עס אייגענס צו איך האב עס געהערט/געזעהן אמאל. שלמה המלך זאגט אונז ווי דער אייבערשטער בעהט זיך ביי אונז: קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי אֲחֹתִי רַעְיָתִי יוֹנָתִי תַמָּתִי. וואס זענען די 4 עקסטערע לשנות?
אחותי – פונקט ווי א שוועסטער בלייבט מען א שוועסטער לעולם ועד, נישט קיין חילוק צו דו רעדסט יא מיט איר צו נישט.
רעיתי – פונקט ווי די אהבה וואס מ'בעהט ביי א שבע ברכות,
יונתי – פונקט ווי דער שטאלץ פון א מענטש וואס קויפט א שיינעם פייגל צו ווייזן פאר אנדערע,
תמתי – פונקט ווי א צווילינג וואס מ'דערקענט נישט דעם חילוק איינעם צום צווייטן,

אזוי זאגט דער אייבערשטער אז מיר אלע זענען צו אים!!

אזוי קען מען גיין און גיין, אבער יעדעס פסוק פאר זיך איז ממש די געפילן פון א איד. זייט נישט קיין נער! עפענט אויף א שיר השירים און מיט א רואיגקייט זאג עס, אבער דו דארפסט אריינקיקן אין רש"י בשעת דו זאגסט עס, אז נישט וועסטו נישט האבן קיין איינוג וואס דו זאגסט דארט בכלל.

שיר השירים איז דער איינציגסטער ספר וואס האט נישט קיין תרגום, ווייל עס גייט נישט בדרך פרד"ס. עס גייט נאר לויט רמז דרוש וסוד, נישט פשט. אונזער הייליגע רבי – רש"י הק' – האט אונז באלייכט די אויגן מיט א קונטרס מסביר זיין אביסל אן אפס קצהו וואס די פסוקים זאגן דארט. ווילסט אריינקיקן אין אלשיך הק', אבן עזרא וכו'? אוודאי וועסטו הנאה האבן, אבער אן רש"י וועסטו באמת נישט האבן די מינדערסטע השגה וואס דו זאגסט דארט.

איך וועל אי"ה ווידמען דעם אשכול פאר טייטשן און שיינע געדאנקן פון ספרים הקדושים אין ספר שיר השירים, אזוי אויך סיפורים ועובדות איבער דעם גרויסקייט פון שיר השירים.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:08 pm
בס"ד

אזוי קען מען גיין און גיין, אבער יעדעס פסוק פאר זיך איז ממש די געפילן פון א איד. זייט נישט קיין נער! עפענט אויף א שיר השירים און מיט א רואיגקייט זאג עס, אבער דו דארפסט אריינקיקן אין רש"י בשעת דו זאגסט עס, אז נישט וועסטו נישט האבן קיין איינוג וואס דו זאגסט דארט בכלל.

איך וועל אי"ה ווידמען דעם אשכול פאר טייטשן און שיינע געדאנקן פון ספרים הקדושים אין ספר שיר השירים, אזוי אויך סיפורים ועובדות איבער דעם גרויסקייט פון שיר השירים.
איך קען קוים ווארטן, השמיעני!!!

איך זאג ב"ה כסדר שיר השירים, און פיל מאל מיט אנדערע פירושים, עס האט א מוראדיגע כח פון משיב זיין את הנפש (פארשטייט זיך ווען מ'זאגט עס מיט אביסל רואיגקייט און כוונה און הקב"ה העלפט אז מ'שפירט אביסל א ווארימקייט).

איך וועל דיר טאקע ברענגן א שטיקל רש"י פון שה"ש וואס כ'האב שוין געברענגט אין אן אנדערע אשכול, דאס איז די ראשי תיבות פון "ויקהל פקודי".
נא_שכל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 9:00 am
ווען ישראל קדושים הלל לויבן, פמליא קדישא וועט דאן יובלירען

ע"ד (סוף שיר השירים) " היושבת בגנים, חבירים מקשיבים לקולך, השמיעיני " זאגט רש"י, הייליגע ווערטער: היושבת בגנים- הקדוש ברוך הוא אומר לכנסת ישראל, את הנפוצה בגולה, רועה בגנים של אחרים, ויושבת בבתי כנסיות ובבתי מדרשות: חברים מקשיבים לקולך- מלאכי השרת חביריך, בני אלהים דוגמתך, מקשיבים ובאים לשמוע קולך בבתי כנסיות: השמיעני- ואחר כך יקדישו הם, שאמר (איוב ל"ח) ברן יחד כוכבי בקר, אלו ישראל, ואחר כך ויריעו כל בני אלהים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

רביה"ק מסאטמאר ז"ל מיט שיר השירים.
אטעטשמענטס
2.png
2.png (45.04 KiB) געזען 728 מאל
1.png
1.png (101.7 KiB) געזען 728 מאל
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

און בנוגע וויינען ביים זאגן שיר השירים, דאס איז שוין געווען ביי די תנאים!

דער ט"ז ברענגט אין רפ"ח בנוגע וויינען שבת וואס ברענגט א מענטש אן עונג:
דאיתא באגדה שמצאו תלמידיו של רבי עקיבא שהיה בוכה בשבת ואמר עונג יש לי ונ"ל דהיינו שמרוב דבקותו בהקב"ה זולגי' עיניו דמעו' שכן מצינו ברע"ק בזוהר חדש שהיה בוכה מאוד באמרו שיר השירים באשר ידע היכן הדברים מגיעים

רביה"ק מסאטמאר ז"ל האט אמאל געזאגט א שיינעם הסבר פארוואס רבי עקיבא האט געוויינט ביים זאגן שיר השירים. רבי עקיבא האט דאך געהאט א טעות מיט בר כוכבא (וויפיל מיר קענען בכלל פארשטיין), און די שלוש שבועות שטייט דאך אין שיר השירים..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

משכני אחריך נרוצה

דער תפארת שלמה זאגט אז עס איז דא צוויי סארט וועגן ווי אזוי מ'קען קונה זיין א בהמה דורך משיכה. שלאגן מיט א שטעקן אדער רופן און דער בהמה קומט. מיר בעטן דעם אייבערשטער אז ער זאל אונז קונה זיין מיט רופן און נישט חס ושלום מיט שלאגן.

זאגט דער ברך משה מסאטמאר, ווי זעהט מען דעם חילוק צווישן שלאגן אדער רופן?

ווען משלאגט דעם בהמה, שטייט מען נאכןבהמה און מ'שמייסט אינעם ריקן,
ווען מ'רופט דעם בהמה, שטייט מען פארןבהמה און מ'רופט אים אין פנים.

טייטשט ער אזוי זיס, משכני - מאך מיט אונז משיכה, אבער אחריך נרוצה - דו זאלסט זיין פאר אונז און מיר זאלן דיר נאכלויפן אזוי ווי קורא לה והיא באה און נישט הכישה במקל...
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ווען רבי אהרן הגדול מקארלין איז געווען ביים מגיד הגדול פאר שבת, האט רבי אהרן הגדול כדרכו געזאגט שיר השירים ערב שבת, און דער מגיד האט אים געשיקט א שליחות צו זיין אכסניה אז ער זאל אויפהערן צו זאגן ווייל עס שטערט פון זיין שלאף, וכך הוה.

(לכאורה זעהט מען פון די מעשה די גרויסקייט פון שיר השירים ערב שבת, איך זעה פון דעם די גרויסקייט פון א שלאף פונעם מגיד, אז רבי אהרן הגדול האט פארשטאנען אז דער מגיד שלאף טוט מער אויף פון זיין שיר השירים!!)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

כתב סופר:
חדשים וגם ישנים דודי צפנתי לך.
יעדעס מאהל וואס א איד טוט א נייע זאך, קוקט ער וואס די פריעדיגע האבן געטוהן און צו דאס איז די זעלבע אדער חס ושלום פארקערט. חדשים - איך טוה א נייע זאך, וגם ישנים דודי צפנתי לך - קוק איך אויב די פריעדיגע האבן דאס אויך אזוי אוועקגעלייגט פאר מיר.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

געווען א חסיד אין די צייטן פון רבי מאיר פרעמישלאנער וועלכע פלעגט זיך דרייען ביי צדיקים, ביי יעדע צדיק איז ער געזיצן שטיק צייט און דערנאך האט ער אנגעהויבן זיכן 'בעסער'ס', און אנגעהויבן זיכן א פרישע צדיק ווייל די פאריגע איז אים שוין נישט גוט געווען.

איידער ער איז אנגעקומען קיין פרעמישלאן איז ער געווען אין סטרעטין, און געקומען קיין פרעמישלאן ווייל סטערטין איז אים שוין 'נמאס' געווארן. האט אים רבי מאיר פרעמישלאנער געפרעגט צו ער קען פשט אין פסוק אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז? ווען יענער האט פארשטאנען אז רבי מאיר'ל וויל אים עפעס זאגן איז ער שטיל געבליבן. האט אים רבי מאיר געזאגט פשט אזוי:

אם חומה היא- אויב וועלסטו דיר האלטן ביי מאיר ווי א חומה בצורה
נבנה עליה טירת כסף - וועט דיר מאיר משפיע זיין אסאך געלט
ואם דלת היא - אבער אויב וועסטו דיר דרייען ווי א טיר, פון סטרעטין קיין פראמישלאן און דערנאך צוריק ערגעץ אנדערש.
נצור עליה לוח ארז - דארף זיך מאיר אויף כפרות..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:08 pm
...אזוי אויך סיפורים ועובדות איבער דעם גרויסקייט פון שיר השירים.
הגר"ח פלאג'י בספרו כף החיים
כף החיים (פלאג'י) סימן כח אות ב
ויזהר עצמו לומר שיר השירים דכל האומר שיר השירים בכונה ניצול מדינה של גהינם, כי שלמה תיקן קי"ז פסוקים נגד קי"ז שעות שנידונין בכל שבוע בגהינם, דהסר ארבע שעות ומחצה בכל יום דאינן נידונין דעולה בין הכל כ"ז שעות, נשארו מקד"ם קי"ז, ולכך תקנו לומר בכל שבת שיר השירים. (מעשה רוקח, פיה"מ, ועבודה ומורה דרך).
א מעשה פלא!
אהח.png
אהח.png (100.57 KiB) געזען 519 מאל
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:10 am

נורא נוראות! ווי שטייט די מעשה?

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:35 am

ספר אהבת חיים עה"ת פר' וארא עמ' מ"ח מדה"ס.
להחכם המקובל ר' מנחם מנשה זצ"ל
געווען א תלמיד פון די סבא קדישא מהרש"א אלפנדרי, און ר' יהודה פתייה ועוד
די טעפליקער רב האט געזאגט אויף איהם אז ער איז די בעל שם טוב פון די ספרדים!
אין אוצה"ח איז דא א ספר תולדות מנחם וואס זיין אייניקעל האט געשריבען אויף איהם.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך. (א' פסוק ד')
דער טשארטקובער האט אמאל געזאגט: רבונו של עולם! מיר ווילן אריינקומען אין דיין צימער, נישט ווייל מיר האבן א פעקעלע צרות אראפצולייגן. נאר נגילה ונשמחה בך, מיר ווילן זיך פשוט פרייען מיט דיר!
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל האט אמאל געזאגט:
ווען א דאקטאר גיבט א נידל פאר א חולה, ווי לאנג ער פילט נאך דעם שטאך איז א סימן אז די אבר לעבט נאך.
די זעלבע איז ביי א איד, ווילאנג אויב עס מאכט זיך חלילה אמאל עפעס, פילט ער אז דער אייבערשטער וויל עפעס פון אים. דאן איז א סימן אז ער לעבט נאך.

טייטשט ער מיט דעם:
אני ישנה, אפילו אויב איך בין ישנה מן המצוות
וליבי ער - מיין הארץ איז נאך אויף און לעבעדיג.
והא ראיה,
קול דודי דופק פתחי לי - איך פיל נאך דעם קלאפ פונעם דודי!!
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דא אן הפלאה’דיגע ווארט פון סאטמאר רבי זי"ע וועגן שלמה המלך.

שטייט אין א מדרש שיר השירים: אמר רבי יהושע בן לוי בשעה שנמנו וגמרו שלושה מלכים וארבעה הדיוטות אין להם חלק לעולם הבא. בקשו לצרף שלמה עמהם. יצתה בת קול ואמרה (תהלים קה, טו): "אל תגעו במשיחי".

זאגט דער רבי, די מדרש איז דאך ביטערלעך שווער צו פארשטיין. (כמדומה לי האט די רבי געזאגט אז דאס איז פון די שווערסטע מאמרי חז"ל וואס ער האט זיך געמיטשעט אויף).

נאר וואסדשע דען? צדיקים אין גן עדן מרוב תענוג וואס זיי האבן דארטן, פארגעסן זיי פון די צרות אויף די וועלט, במילא רייס זיי נישט איין פאר ביאת המשיח.

האבן די חכמים געוואלט ארויסנעמען אזא מקור הקדושה ווי שלמה המלך, פון גן עדן. ער האט דאך געמאכט שיר השירים, וואס איז איין גרויסע בקשה פאר קרבות אלוקים און ביאת המשיח. און איינמאהל ער קומט שוין ארויס פון גן עדן, וועט ער שוין די זעהן די צרות אויף די וועלט און איינרייסן פארן גאולה השלימה.

איז אבער ארויסגעקומען א בת קול, אל תגעו במשיחי! עס איז נאך נישט געקומען די צייט דערפאר.

די ווארט איז דאך עמוק עמוק און גאר הייליג.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
FDR
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:36 am
דא אן הפלאה’דיגע ווארט פון סאטמאר רבי זי"ע וועגן שלמה המלך.

שטייט אין א מדרש שיר השירים: אמר רבי יהושע בן לוי בשעה שנמנו וגמרו שלושה מלכים וארבעה הדיוטות אין להם חלק לעולם הבא. בקשו לצרף שלמה עמהם. יצתה בת קול ואמרה (תהלים קה, טו): "אל תגעו במשיחי".

זאגט דער רבי, די מדרש איז דאך ביטערלעך שווער צו פארשטיין. (כמדומה לי האט די רבי געזאגט אז דאס איז פון די שווערסטע מאמרי חז"ל וואס ער האט זיך געמיטשעט אויף).

נאר וואסדשע דען? צדיקים אין גן עדן מרוב תענוג וואס זיי האבן דארטן, פארגעסן זיי פון די צרות אויף די וועלט, במילא רייס זיי נישט איין פאר ביאת המשיח.

האבן די חכמים געוואלט ארויסנעמען אזא מקור הקדושה ווי שלמה המלך, פון גן עדן. ער האט דאך געמאכט שיר השירים, וואס איז איין גרויסע בקשה פאר קרבות אלוקים און ביאת המשיח. און איינמאהל ער קומט שוין ארויס פון גן עדן, וועט ער שוין די זעהן די צרות אויף די וועלט און איינרייסן פארן גאולה השלימה.

איז אבער ארויסגעקומען א בת קול, אל תגעו במשיחי! עס איז נאך נישט געקומען די צייט דערפאר.

די ווארט איז דאך עמוק עמוק און גאר הייליג.
זייער שטאַרק
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

געזען היינט א געוואלדיגע חידוש (ביי מיר עכ"פ).
די הייליגע רוקח שרייבט אין זיין פירוש אויף'ן סידור, (ער ברענגט דאס פון מדרש)
'אז ישיר משה ובנ"י את השירה הזאת' וגו'. 'את' לרבות אז כלל ישראל חוץ פון שירת הים, האבען זיי אויך געזינגען נאך א שירה, וואס דאס איז געווען 'שיר השירים'.
אין סידור תורת חיים (מה"ק) צייכענען זיי צו אז מקור הדברים איז שוין אין מדרש שהש"ר א, ב. יעו"ש.

שפעטער ביי שירה חדשה ברענגט ער אז כלל ישראל האט געזינגן די שירת הים און די מלאכים האבען געזאגט שיר השירים.

[געזען פון הגרי"ח סופר שליט"א, לפי"ז א פשט אויף וואס ס'איז מקובל אז שיר השירים איז א סגולה אויף זיווגים, קשה זיווגו של אדם כקרי"ס, און על הים האט מען דאך געזאגט שיר השירים...]

מקור: קובץ בית אהרן וישראל קלב עמ' קלג https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 33&hilite= יעו"ש.
זקן מופלג
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2019 1:09 am

Re: געציילטע שירות ושורות איבער שיר השירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן מופלג »

יש ענין לקרות שיר השירים על הקלף ?
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”