שלום בית. וואס איז פשט, צוויי גוטע מענטשן, און די מצב אין שטוב איז אנגעצויגן?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

א פארפאלק וואס ביידע האבן גוטע מידות, קען בכלל זיין אז די מצב אין שטוב זאל אפט מאל זיין אנגעצויגן?

יא. עס זענען דא נאך זאכן וואס מען דארף אין א שטוב חוץ פון גוטע מידות.
40
75%
ניין. גוטע מידות איז א גאראנטי פאר א בא'טעמ'טע געשמאקע שטוב אן קיין אנגעצויגנקייט.
13
25%
סך הכל שטימען: 53

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

שלום בית. וואס איז פשט, צוויי גוטע מענטשן, און די מצב אין שטוב איז אנגעצויגן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

וואס איז פשט אז אזוי פיל נארמאלע געזונטע מענטשן מוטשענען זיך מיט שלום בית? מען רעדט פון נארמאלע געשמאקע בא'טעמ'טע מענטשן, און זיי מוטשענען זיך. הלמאי?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. וואס איז פשט, צוויי גוטע מענטשן, און די מצב אין שטוב איז אנגעצויגן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

דאס איז וואס איך טראכט איבער דעם ענין.

צוויי נארמאלע מענטשן, פארוואס לעבן זיי זיך נישט בשלום?
אסאך מענטשן פרעגן און וואונדערן זיך וואס איז פשט אז אזוי פיל נארמאלע געזונטע מענטשן מוטשענען זיך מיט שלום בית? מען רעדט פון נארמאלע געשמאקע בא'טעמ'טע מענטשן, און זיי מוטשענען זיך. הלמאי? מען רעדט דאך פון צוויי פיינע מענטשן, געזונטע נאטורן, און דא מוטשענען זיי זיך עפעס אויף טריט און שריט.
ער אין ביהמ"ד איז א בא'טעמ'טע מענטש, ער טשעפעט נישט קיינעם, ער העלפט ארויס מענטשן, ווען מען בא'עוולה'ט אים אמאל מאכט ער נישט קיין גרויסע עסק, און אזוי ווייטער. אזוי אויך אין ישיבה איז ער געווען א בחור וואס איז זיך אויסגעקומען מיט זיינע נאנטע. אין ביזנעס קומט ער זיך דורך מיט די שווערסטע קליענטן.
זי צווישן אירע געשוויסטער איז א פיינע שוועסטער, נאך מער זי איז דער וואס בארואיגט אלעמאל די געמיטער, אין גאס מיט אירע חבר'טעס איז זי זייער א רואיגע און וואוילע, מענטשן גלייכן איר זייער, זי מאכט נישט קיין מצב ווען זאכן גייען נישט 100% איר וועג, אין יעדע הינזיכט איז זי פיין און גוט.

אבער ביי זיי אינדערהיים איז דער מצב היבש אנדערש,
זיי פארטראגן זיך גאנץ שוואך, ווען זיי האבן חילוקי דיעות גייט עס צו מיט א שטארקע דיבורים, זיי קענען זיך גאנץ שטארק ארומקריגן און אריינפארן איינער פארן צווייטן.
זיי לעבן מיט שווערע געפילן איינער אויפן צווייטן. זיי דרייען זיך ארום מיט אזויפיל ווייטאג און פארשלאסענקייט.
עס פרעגט זיך, רבש"ע, וואס גייט דא פאר??? וויאזוי קען זיין אז דייקא אין שטוב מיט די נאנסטע מענטש קומט מען זיך נישט דורך?
און איך רעד נישט נאר פון די שטובער ווי עס איז דא ממש טאג טעגליכע מחלוקת, איך רעד אויך פון רוב שטובער, ווי דער מצב פון שלום בית איז גאנץ גוט, די טעג און וואכן פארן גאנץ כמעשה, אבער עס איז דא היבש אפאר שוועריגקייטן, מען רייבט זיך גאנץ אפט, מען רעדט זיך ווייניג צונויף-אפגעהאקטע קאמיוניקעישען, מען פארט זיך אריין איינער אינעם צווייטן, עס איז כמעט נישט דא אן אמת'ע געשמאקע אטמאספער צווישן זיי, וכדו' וכדו'. יעדע לויט זיין מצב און דרגא.
מענטשן וואונדערן זיך, ביי אזעלכע פיינע נארמאלע מענטשן וואלט דאך געדארפט זיין א גוטע שלום בית, וואס גייט דא פאר?
אסאך איז שוין געשריבן אויף שלום בית בכלל, אבער אויף דעם הערה רעדן ווייניג.

די עפעקט וואס דער צווייטע האט אויף זייער לעבן איז גאר גרויס
איך וועל דא שרייבן לויט ווי איך זעה עס.
דער עיקר טעם פארוואס עז איז שווער זיך דורך צו קומען אין שטוב, איז ווייל דעם צווייטנס אויפפירונג און מיינונגען איז אים פערזענליך נוגע אויף זיין לעבן, עס מאכט א גרויסע חילוק אויף וויאזוי ער וועט אויסשטעלן זיינע טאג טעגליכע ענינים. משא"כ ווען עס קומט צו מענטשן אינדרויסן פון שטוב האבן זיי נישט אזא שטארקע אפעקט אויף אים און זיין טאג טעגליכע הלוך ילך.

וארחיב קצת,
עס איז דא א געוואלדיגע חילוק צווישן דער קשר און קאנטאקט וואס מען האט מיט מענטשן אינדרויסן פון שטוב אדער אין ביזנעס, צו די קשר וואס מען האט מיט די אייגענע ב"ב.
א מאן און פרוי זענען גאר נאנט, זיי לעבן זייער שטארק אינאיינעם און זיי זענען זייער שטארק אנגעוויזן איינער אויפן צווייטן, יעדע פון זיי האט א שטארקע עפעקט אויפן צווייטן, עס איז נישט אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן אין ביהמ"ד אדער אפילו אין ביזנעס, מען רעדט דא פון מאן און ווייב וואס איז פון די שטערקסטע קשרים און נאנסטע שותפות וואס א מענטש האט, אדער גאר די שטארקסטע און נאנסטע, יעדע קליינע שינוי פון איינער האט א שטארקע עפעקט אויפן צווייטן.
משא"כ די קשרים און שייכות מיט די מענטשן אין ביהמ"ד, משפחה און ביזנעס, איז נישט אזוי נאנט און זיכער נישט אזוי שטארק נוגע צום מענטשנ'ס פערזענליכע לעבן.
וועגן דעם אין ביהמ"ד און אין גאס קען ער באמת זיין א פיינע מענטש, דארט האט ער א וועג וויאזוי צו איגנארירן אדער אויסקרויזן יענעמס אנדערשטקייט, אבער אין שטוב איז עס א גאנץ אנדערע מעשה, דארט איז עס אים שוין שטארק נוגע, און ער קען איר נישט אויסקרויזן, און אויב האבן ער נישט די כלים וויאזוי אנצוגיין רואיג און פאזיטיוו ווען זי איז אזוי אנדערש פון אים, האלט אנדערש און כ"ש ווען זי טוט אנדערש, דאן איז עס גורם ער זאל רעאגירן מיט א שטארקע קראפט, וכן ממנה אליו.

איך וועל אויסרעכענען עטליכע דוגמאות פון זאכן וואס די ב"ב'ס שיטות און צוגאנג האט אן אפעקט אויפן מאן, און ווייזן ווי טיף עס גייט. [כרגיל, וועל איך שרייבן צום מאן, אבער עס איז די זעלבע ביים פרוי, זיינע ענינים האבן א גרויסע אפעקט אויף איר].
כבוד און רעספעקט. עס איז נישטא נאך א מענטש אין דער וועלט וואס זיין יא האבן רעספעקט אדער נישט רעספעקטירן, זאל האבן אזא גרויסע אפעקט אויף זיין גוט פילן פון זיך ווי די ווייב.
וביותר, אז א גרויס חלק פון די הנאה פון א מאן וואס ער באקומט פון זיין ווייב איז דאס וואס זי פילט בטל צו אים ותלוי עליו.
מאאד [MOOD] . איר רעדן און גיסטע האט זייער א גרויסע השפעה אויף דיין מאאד. פיזישע און טעכנישע ענינים.
כל מיני ענינים אינעם טאג טעגליכן לעבן וואס א מאן טוס ווענדט זיך שטארק אין אירע שיטות און צוגאנג.
כמה דוגמאות, פרנסה, פלאץ פון ארבעט, ווי מען וואוינט, וועלכע סארט הויז מען קויפט, וויאזוי מען לעבט, סדר היום, ווי מען דאוונט, ווי מען לערנט, וועלכע מוסדות, חינוך הבנים, פרומקייט לעוועל, גוט אויסנעמען ביי אנדערע, עסן; וואס מען עסט, וויפיל מען עסט, ווי מען עסט, וכו', וכו',
און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. יעדע זאך וואס איז דא אין לעבן, ביי אזויפיל זאכן איז דא די השפעה פון די ב"ב אויפן מאן און אזוי אויך פארקערט.

נו, איז נאך א שאלה בכלל פארוואס וואוילע מענטשן רייבן זיך אינדערהיים? יעדע קלייניגקייט איז נוגע, אפגערעדט גרויסע זאכן.
אשר על כן, ווען זי זאגט א מיינונג, אדער זי פארט אים אריין, איז עס נישט עפעס וואס ער קען אזוי אדורך לאזן, ער פילט א דראנג עס [ליין: איר] צו שטעלן אין פלאץ.

די וויכטיגקייט צו פארשטיין די ריכטיגע צורת הבית
נאכדערצו ווען מען ווייסט נישט די ריכטיגע צורת הבית, און עס פעלט נאך דערצו אפאר פשוט'ע יסודות, געבט עס נאך אסאך אסאך צו, צום אנגעצויגנקייט.
א מאן וואס מיינט אז ער האט נישט קיין שום פירערשאפט ראלע אין שטוב, ער מיינט אז די וויייב וויל ער זאל זיין אונטערן טיש, אויך מיינט ער אז וואס זי זאגט דאס מיינט זי, כדבר "איש" אל רעהו, און נאך דערצו רעדט ער זיך איין אז כדי אויסצופירן מוז ער זיך שטעלן אויף זיינע זאכן מיטן גאנצן קראפט, און אן דעם וועט ער גארנישט אויספירן, און מיטן שרייען מיינט ער אז ער וועט יא אויספירן, מוותר זיין קוקט ער אן ווי א פערזענליכע דורכפאל.
און דא ליגט אים זיין גאנצע לעבן אויפן טיש, מיט איר גייט ער לעבן די קומענדיגע לאנגע יארן, נו, אודאי מאכט עס אים אנגעצויגן, ער זעט נישט קיין שום אנדערע וועג, נאר פייטן פאר זיינע רעכטן!!! נעבעך, נעבעך!!!
ווידער אבער אויב וועט ער וויסן וואס איז די ריכטיגע צורת הבית, און וויסן קלאר די ריכטיגע וועג פון רעדן און זיך אויסקומען, וועט אים בעז"ה אלעס לייכטער ווערן.

איך וועל דא אויסרעכענען כמה געדאנקען וואס קענען ארויסהעלפן.

א.
  • רעדן און בעטן די זאכן וואס מען וויל, אויפן ריכטיגן וועג.
  • פרובירן צו טון וואס איז ריכטיג און גוט, נישט וואס זיינע געפילן שטופן אים, און זיך פארענטפערן "איך האב נישט געהאט קיין ברירה…
  • מוותר זיין מיינט נישט אז דו ביסט א LOSER.
  • עס זענען דא זאכן וואס מען דארף עס געבן צייט, מען זאגט, קלאר און רואיג און מען לאזט עס אריינטראפן.
  • נישט לייגן צופיל פרעשור-אימה יתירה.
ב. מען דארף ארויס האבן וואס די ריכטיגע צורת הבית איז,
  • דער מאן פירט די שטוב און די פרוי האט הנאה ווען ער פירט די שטוב, ער איז איר מכבד יותר מגופו ואוהבה כגופו, אבער דאס שטערט אים נישט פון זאגן זיין מיינונג, און עס טון, ווען עס שאדט איר נישט.
  • ער מעג זאגן א ניין, און זי האט הנאה דערפון.
  • זי דארף פון אים בעיקר איין זאך, סעקיוריטי מתוך אהבה.
  • ווען זי "הייסט" אים מיינט זי נישט צו הייסן, זי שמועסט זיך אויס, זי וויל אבער אז נאכן "אויסהערן" זאלסטו אריינקומען מיט דיין מיינונג.
ג. די פרוי פירט די שטוב ווירטשאפט און עס זענען דא זאכן וואס האבן בעיקר מיט איר און ער האט ווייניג וואס זיך צו טון מאכן דערין,איך מיין בעיקר די טעכנישע חלק אין קאך זאכן און אין שטוב ווירטשאפט.

ד. וויסן קלאר אז יעדע מענטש איז אנדערש, און עס מקבל זיין.

ווען ער וועט קלאר ווערן אין די אלע ענינים ועוד כמה כאלה, דאן וועט זיי זיין אסאך אסאך לייכטער זיך דורכצוקומען אן די אלע שוועריגקייטן און בייסעניש, און זיי וועלן בעז"ה האבן א זיס לעבן אינאיינעם.

הצלחה רבה

הנאה געהאט? געב א לייק. א דאנק.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: שלום בית. וואס איז פשט, צוויי גוטע מענטשן, און די מצב אין שטוב איז אנגעצויגן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

אז מען האט נישט קיין אפענע שמועס איז אויך א גרויסע פעקטער................
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: שלום בית. וואס איז פשט, צוויי גוטע מענטשן, און די מצב אין שטוב איז אנגעצויגן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

וואס מיינט גוטע מידות?

א יעדע מענטש דארף ארבעטן אויף זיך איינער מער און איינער נאך מער. ווען מען דארף בויען א רילעישאנשיפ מיט א פרוי קומט די אייגענע שוואכקייטן גאר שטארק ארויס פאר א דאפעלטע סיבה.

קודם בככל א נאנטע טיפע רעלעישאנשיפ אינוואלווד דער פנימיות פונעם מענטש, און אז עס איז דארט נישט מסודר אפילו ביז דאן איז ער געהעריג אנגעגאנגען אבער ווען עס קומט צו רילעיטן צו א צווייטע מענטש קומט עס שטארק ארויס, און עס איז נוגע. ספעציעל א מאן און א פרוי וואס זענען בעצם צוויי אנדערע בריאים לגמרי און עס אינוואלווד אסאך כוחות און אינוועסטמענט אין זיך, קומען די שוואכקייטן דאפעלט ארויס.

בקיצור, נישט שלום בית איז דער פראבלעם, עס איז נאר דעמאלטס ווי עס שפרינגט די מציאות אז א מענטש דארף אינוועסטירן און ארבעטן אויף זיך.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: שלום בית. וואס איז פשט, צוויי גוטע מענטשן, און די מצב אין שטוב איז אנגעצויגן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

יא. עס זענען דא נאך זאכן וואס מען דארף אין א שטוב חוץ פון גוטע מידות.

שכל.
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”