גוטע אפיס בענקל

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

גוטע אפיס בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

א גוטן טייערע יודן, ביטע העלפטס ארויס א איד וואס זיצט 8 9 שעה א טאג איינגעשפארט אין אפיס און ליידט פון געפערליך ריקן ווייטאג. וואס איז א גוטע בענקל צו קויפן
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

NOBODY????:-(:shock::cry::?::?::?::?::?:
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15031
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

Ergonomic Mesh Office Chair, Komene Swivel Desk Chairs High Back Computer Task Chairs with Adjustable Backrest, Headrest, Armrest and Seat Height for Conference Room (Black with Sponge Cushion)
https://amzn.to/2TDxHfB

REDUCING THE RISK OF BACK PAIN
Traditional chairs tend to leave you feeling uncomfortable, which puts a lot of pressure and stress on your back. This ergonomic office chair's technical design will help to support the natural curve of your spine and designed with enough height to support the whole of your back. Adjustable back angle control (increments of 90 / 100 / and 110 degrees) allow you to move back 90 degrees allowing you to stretch and move comfortably.

נישט אייביג איז די בענקל די פראבלעם עס קען אויך זיין ווי אזוי מען קוקט אין די סקרין
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

כאפ דא אבליק גוטע טיפס אויף זיצן און אפיס בכלל וויאזוי עס אפעקטירט
https://www.mayoclinic.org/healthy-life ... t-20046169
https://www.ergonomics.com.au/how-to-sit-at-a-computer/

דאס איז א בענקל פאר בלויז 99 וואס די סעלער זאגט אז סדארף זיין גאר גוט פארן רוקן
https://amzn.to/2HCKY0P
BestMassage Ergonomic High-Back Massage Chair, PU Leather Reclining Home Office Chair Computer Desk Task Executive Chair with Lumbar Support Swivel Rolling Chair for Women, Men




דא איז א ליסטע פון בענקלעך וואס זענען און די קאטעגאריע "גוט פארן רוקן"
(פארשטייט זיך נישט אלעס וואס די סעלער שרייבט איז אמת מדארף קוקן און די רעוויוס)
https://amzn.to/2O2n8wx

דאס זענען עדדזאסטבל טישן וואס קען ציניץ קומען צי מאכן א פינקליכע פיט געאייגנט איש לפי ריקונ"ו
https://amzn.to/2T0dJ9D


ווי זאגט משה? לאזט מיר וויסן וויאזוי סאיז געווען....
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

בס"ד
איך וואונטש א רפואה שלימה, וויאזוי שלאפט איר, אולי איז כדאי צו נעמען סליפינג פילס, ביי מיר העלפט עס און אז איך בין אויסגערוט זענען די יסורים גרינגער צו פארנעמען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן: בס"ד
איך וואונטש א רפואה שלימה, וויאזוי שלאפט איר, אולי איז כדאי צו נעמען סליפינג פילס, ביי מיר העלפט עס און אז איך בין אויסגערוט זענען די יסורים גרינגער צו פארנעמען,

Is it healthy to take every night sleeping pills?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Jobless האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן: בס"ד
איך וואונטש א רפואה שלימה, וויאזוי שלאפט איר, אולי איז כדאי צו נעמען סליפינג פילס, ביי מיר העלפט עס און אז איך בין אויסגערוט זענען די יסורים גרינגער צו פארנעמען,

Is it healthy to take every night sleeping pills?

No
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

איך שלאף ב"ה בעסער ווי איך דארף! אויב די קינדער לאזן
עס קען אויך זיין וויאזוי די קאמפיוטער אי אויסגעשטעלט אבער היות איך ברויך סייוי א בענקל וויל איך עס קודם פרובירן
און א גרויסע שכוח פארן ענטפערן. האט איינער עפעס פערזענליכע ערפארונג?
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

mmn האט געשריבן: איך שלאף ב"ה בעסער ווי איך דארף! אויב די קינדער לאזן
עס קען אויך זיין וויאזוי די קאמפיוטער אי אויסגעשטעלט אבער היות איך ברויך סייוי א בענקל וויל איך עס קודם פרובירן
און א גרויסע שכוח פארן ענטפערן. האט איינער עפעס פערזענליכע ערפארונג?


איך בין בעצם אינעם זעלבען פעקל ווי דיר. לעצטענס איז בעסער ווייל 1) כ׳האב געטוישט בענקלעך, 2) איך האב מיך אויסגעלערענט פארשידענע סטרעטשינג עקסערסייזעס וואס העלפט צוריק עפענען די פארזעצטע קערפער, 3) איך נעם ברעיקס פון מיין בענקעל אפאר מאל א טאג בעיקר איין גרויסע לאנטש ברעיק.

לאמיר צונעמען די דריי זאכן.

1) געטוישט בענקלעך. איך בין געגאנגען צו א געשעפט ווי מען קען זיך אראפזעצן און אויספרובירן דעם בענקל. ס׳דא זייער אסאך סארט בענקלעך, יעדע איינס אנדערש פונעם צווייטען. איך וואלט דיר אבסעלוטלי נישט געראטן צו קויפן א בענקעל אונליין וויבאלד עס איז אוממעגליך צו זען אפי׳ פון די בעסטע בילד וויאזוי עס פילט במציאות. פערזענליך, און דאס האב איך געזען ביי מיר, וואלט איך דיר געזאגט אז דו וואלסט לכאורה ליב געהאט א טייט פאסטשור סארט אפיס בענקעל ד.ה. א שטייפע אפיס בענקעל. איך זאג עס ווייל מענטשן וואס ווערן אומרואיג און Fidgety אין א אפיס טשער געווענליך וועלן זיי פילן Released ווען זיי זעצן זיך ארויף א הארטע באנק. יעצט איך גיי דיר נישט זאגן צו קויפן א הארטע באנק אין דיין אפיס נאר ענדערש א באקוועמע בענקעל וואס פארמאגט א שטייפע פאסטשור. קליינע דעטאלן שפילן א ריזיגע ראלע אין דעם דעריבער גיי אליינס אראפ אין א געשעפט און עס לוינט זיך די איבריגע פאר טאלער וואס עס קאסט א גוטע בענקעל.

2) טרעטשינג עקסערסייז. די גוף פון א מענטש איז נישטאויסגעשטעלט צו זיצן א גאנצען טאג, דא עקא אז די קאמפיוטער-אפיס ארבייט-קולטור האט פאראורזאכט א מענטשן-ווערן ראבאטן רעאליטעט, און רוב גוטע דזשאבס היינט דארף דער קערפער זיצן ל״ע פארכמורעט און פארטראפעצט בשעת ווען די נאטורליכע געזונטע נוטיגע הארמאנען וואס ווערן פרודעצירט דורך קערפערליכע באוועגונג ווערט אונטערדרוקט ווי אין מאדורע׳ס רעזשים. וואס געשעט איז, די אונטערדריקטע הארמאנען רופן צוזאם א מאסן פראטעסט און זיי שטויסן און שטופן און פרובירן זיך אויסצורייסן פון דעם קליינטשיג פארשטיקטע תפיסה אין וואס זיי זענען. דיין רוקן ווייטאג איז דער רעדל וואס פלאקערט ביים פראטעסט! די גוטע נייעס איז אז מען קען מאכן ספעציעלע עקסערסייז וואו מען סטרעטשט אויס די פארשטאפטע אנגעשטויסענע הארמאנען, אזוי אז זיי האבן מער פלאץ צו אטעמען און זיי קענען ווייטער אנגיין מיטן באשעפערס באפעל צו קעיר נעמען פון דיין קערפער.

3) נעמען ברעיקס. אלס טייל פון די מענטשן-ווערן ראבאטן עפאכע האט אנגעהויבו ווערן א נארמאלע זאך אז מען קויפט לאנטש (סדא נעבעך אזאנע וואס עסן אינגאנצען נישט קיין לאנטש אינמיטן טאג, ווייל זיי זענען אזויגערופענע ווארקאהאליקס… יענץ געלעכער. ווען עפעס גייט נישט וואו זיי ווילן וועט די גאנצע שטאט הערן פון זיי איבער זייער ביטערע שיקזאל אז זיי. האבן גארנישט געגעסן היינט..) און מען עסט עס נישט מער און נישט ווייניגער ביים קאמפיוטער, דארט ווי מען זיצט א גאנצען טאג! פארוואס? רבוש״ע דו זיצט נישט גענוג ביים סקרין פארוואס קענסטו נישט קעיר נעמען פון דיינע אייגענע געברויכן? א וואונדער אז דו נעמסט נישט קעיר פון אנדערע? מען קען נישט זיין א גוטע ארבעטער, בעה״ב, אא״וו אויב מען קימערט זיך נישט מיט די אייגענע געברויכן. יעצט א חוץ פון דעם איז דאך עס 1 מיט 1 פארוואס דאס שאפט רוקן וויי.

דאס איז מיין אייגענע עקספיריענס. ואין חכם כבעל הנסיון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8149
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חכם ווייסעך נישט, אבער בעל נסיון בינעך. זייער שיינע תגובה. אפשר ווייזטו וועלעכע בענקל דו האסט למעשה געקויפט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9258
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ממש אזוי האט געשריבן:
mmn האט געשריבן: איך שלאף ב"ה בעסער ווי איך דארף! אויב די קינדער לאזן
עס קען אויך זיין וויאזוי די קאמפיוטער אי אויסגעשטעלט אבער היות איך ברויך סייוי א בענקל וויל איך עס קודם פרובירן
און א גרויסע שכוח פארן ענטפערן. האט איינער עפעס פערזענליכע ערפארונג?


איך בין בעצם אינעם זעלבען פעקל ווי דיר. לעצטענס איז בעסער ווייל
דאס איז מיין אייגענע עקספיריענס. ואין חכם כבעל הנסיון


זייער אינפארמאטיווע אפהאנדלונג
יא ממש אזוי!...

אפשר ביסטו דיר אביסל מער מסביר פון וואספארא עקסערסייזעס דו רעדסט, אדער עפעס א מראה מקום פאר אזעלכע סארט?
---
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

אויב ביזטו גרייט זיך צו לאזן קאסטן דאן look no further פון די צוויי פאלגענדע

https://www.steelcase.com/products/office-chairs/leap

https://www.hermanmiller.com/products/s ... ron-chairs
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ממש אזוי האט געשריבן: און מען עסט עס נישט מער און נישט ווייניגער ביים קאמפיוטער, דארט ווי מען זיצט א גאנצען טאג! פארוואס? רבוש״ע דו זיצט נישט גענוג ביים סקרין פארוואס קענסטו נישט קעיר נעמען פון דיינע אייגענע געברויכן?

עסן אין פיצא שאפ וועט העלפן פאר דעם?

וואס האסטו געמיינט צו זאגן מ'זאל עסן שטייענדיג??
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: גוטע אפיס בענקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

רבותי, מיין נייע אפיס בענקל זעהט אויס זייער שיין און גוט, דא עקא אז ער דרייט זיך פון זיך אליין, מיין גאנצע זיצן איז אנגעשטרענגט ווייל איך דארף אים האלטן פון נישט זיך דרייען, איז דא עפעס אן עצה דערצו?

אין די אפיס ווי איך פלעג ארבעטן האב איך געהאט א היבש ענליך בענקל אבער עס איז געווען א מחיה, איך קען נישט כאפן וואס דא גייט פאר, איז עס א באקאנטע פראבלעם ביי ביליגערע בענקלעך?
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”